אזוי טענה'ן די זאליס,
בכלל איך האב קיינמאל געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא מין זאך ווי הארט און ווייעך, איך קויף און עס שוין פלייש פאר לאנגע יארן צו גוטן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ס'דא הארטע און ווייכע,
איך גלייב אויב ר' אהרן זאל אנהויבן שעכטן אין קאנאדע וועלן זיי זאגן אז ס'צי רינעדיג,
אויב איך דענק גוט, האבן זיי אויף די הינער פון בית השחיטה געזאגט, אז ס'קראנקע שוואכע הינער, דאס פארשטיי איך לגמרי נישט הינער קומט דאך אלעס פון לאקאלע פארמס,
די ווייסט נישט די פארמער אין טשיקאגע זענען אסאך קלוגער פין די טעקסאס פארמערס?
פרעג נאר די זאליס
נעבעך
_________________
חכם איינער, אוודאי וויסטו נישט פון קיין פיינע ווייעכע פלייש, דו קויפסט דאך נאר ביי די אהרונים דע הארטע טעקסעס קיעלע פליישן, גיי אריבער קיין 82 בוטשער קענסטו באקומען פיינע ווייעכע הינטעלע פלייש, קעצעלע פלייש, הארסי פלייש, דאנקי (סייחים) פלייש און אפילו פיינע ווייעכע מאנקי פלייש, אלעס מיטן הכשר פון די לישקע,
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אזוי טענה'ן די זאליס,
בכלל איך האב קיינמאל געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא מין זאך ווי הארט און ווייעך, איך קויף און עס שוין פלייש פאר לאנגע יארן צו גוטן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ס'דא הארטע און ווייכע,
|
|
יא! עס איז עטוואס א ווייניגער פעטע מער הארטע פלייש, עס איז א פאקט,
עס מאכסט עס אבער נישט ווייניגער מהודר, און עס מאכט נישט די רעגעלע מיעל מארט מער כשר
מיר קויפן טעקסאס אלץ הכשר, נישט ווייל עס איז בעסער
מנחם משה רעטעק פין די סאטמאר ב''פ בוטשער האט געזאגט אז פאר סוכות האט די שחיטה מונחת גענומען פין א פארעם וואס גרויסע מבינים האבען געזאגט אז זיי פילן א אנדערע טעם אין די פלייש אז ס'איז נישט אזוי רויט אין פעט אין למעשה נעמט מען מער נישט פין יענע פארם, ער האט ציגעגלייגט אז ביי די אנדערע בוטשערס האט מען נישט געהערט קיין קאמפלעינס, וויל מ'דארף זיין א מבין צו באמערקן די נ''מ, אין אויף דעם בויען זיי די גאנצע בנין
חברה רואיג, יעדער געגענט זענען די בהמות אנדערש, די לופט, די פעלדער וכו', א יעדער מדינה איז אנדערש, קיען אין איין מדינה געט ארויס פעטערע מילך, און אין א צווייטע מדינה מאגערער די מילך,
אוריגוויי למשל הייסט א שוואכע קוואליטי פלייש,
ין אמעריקא הייסט די אילינאוי נעברעסקע געגענט די בעסטע בהמה פלייש, אבער וואס האט דאס מיט כשרות. איך למשל האב בעסער ליב די פלאנקען פין טעקסאס ווי פין שיקאגו, עס איז סאך פעטער
פארוואס נעמט מען נישט פון אריזאנע?