ווי שוין באריכטעט דא אויפן פורום האבן די אהרוינים אנגעהויבן א נייע אגרעסיווע מהלך פון פארקויפן זייערע שוואכע טעקסעס פלייש. זייער פראבלעם גייט אסאך ווייטער ווי דאס אז חוץ אהרוינים וויל קיינער נישט עסן פון א שחיטה וואס איז געגרינדעט פאר פאליטישע אינטערעסע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונדערטער אהרוינים רירן נישט אן די אייגענע טעקסעס פלייש צוליב דעם וואס עס איז זייער הארט און טריקן, די פארמער אין טעקסעס זענען מגדל די בהמות אויף א אנדערע סיסטעם ווי אין שעקאגאוי און דאס דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטעיט פון די פלייש. קעטערערס און רעסטאראנטן ווילן דאס נישט אנקוקן און הונדערטער אהרוינים קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסעריס אנגעהויבן פון רובאשקין און גענדיגט ביי מיעל מארט.
לעצטנס האט מיעל מארט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט אין טעקסעס מיט די אהרוינים אויף די אלטע סיסטעם פון באקומען א פראצענט, זיי פאדערן א אפצאל פאר יעדע שעה וואס די אהרוינם ניצן זיין פלענט. די אהרוינים זענען געווארן זייער אגרעסיוו און פראבירן צו שטיפן ווי מער פלייש און דערמיט איבערצייגן מיעל מארט אז די סעילס הייבן זיך.
אלס איינע פון די אגרעסיווע שריט האט די וועד הכשרות פון די אהרוינים אין מאנרא ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע רעסטאראנטן אין ק"י וואס געפינען זיך אינטער זייער השגחה (זיי האבן נאר רעסטאראנטן אין ק"י, אין אנדערע שטעט ווייסט מען בכלל נישט אז אזא וועד הכשרות עגזעסטירט, בערך אזוי ווי די טאהש'ע וועד הכשרות) מעגן פארקויפן אויסדריקליך נאר טעקסעס פלייש!
די תוצאות האבן זיך אנגעהויבן תיכף דערקענען ווען די פאפיולערסטע רעסטאראנט אין קרית יואל האט פארשטאנען אז מיטן ניצן דווקא טעקסעס פלייש קען נער פארמאכן זיין געשעפט האט ער ארפאגעווארפן די השגחה פון די אהרוינים נישט וועלנדיג זיין געבינדן צו נאר אהרוינישע טעקסעס פלייש האט איינגעמאלדן פאר ר' ברוך טייטלבוים דער אהרוינישער בעל מכשיר אז ער ברויך נישט זיין השגחה ווייל ער האט זיך איינגעהאנדלט די השגחה פון קהל יטב לב וואס שטייט אינטרן בד"ץ קיט"ל בראשות כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א ביי וועלכע כשרות איז די איינציגסטע אינטערעסע אן ביזנעס חשבונות.
פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן אלס כעס אנהייבן א פרישע מערכה און שמוץ קאמפיין (אזוי ווי נאר זיי קענען) קעגן דעם בעל הבית און קעגן חסידי סאטמאר בכלל.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 18/11/2010 21:48:55