היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » לויבט "דער איד" אויסגאבע

לויבט "דער איד" אויסגאבע

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2847077

קעציל » 17/11/2010 07:16

איך פיל פאר א פליכט צו באדאנקען דער רעדאקציע פון דער איד פאר די הערליכע ארבעט, און דער זעלבע צייט וואלט איך געוואלט די אנדערע ליינער זאלן אויך ארויסברענגען זייערע מיינונגען בנוגע דער איד.
פאר איר שרייב ווייטער וויל איך קלאר שטעלן אז איך ארבעט נישט ביי דער איד, ניטאמאל באקום איך באצאלט פון זיי, פון דער אנדערע זייט פארשטייט זיך איך בין א שטארקע פאטראנאזירער אין שטיצער פאר זיי, אין בכלל איך האב ליב צי ליינען זשורנאלען, אויסגאבעס, צייטונגען.,, דעריבער וואלט איך געקענט באשטיין זיך אדורכצושמיעסען מיט זיי, אדער עכ"פ זאלן זיי כאטש וויסן די מיינונגען פון די לייענערס.
ערשטענס: איך בין זייער צופרידען ווי אזוי די וועלטליכע נייעס ווערט לעצטענס געדעקט, אמאל פלעגט עס זיין באשריבן קורץ און שארף, אריינגעווארפען עטליכע "אלטמאדישע" ווערטער, ווען איך זאל וועל לייענען אויפן קול וואלט איך ווען פארלוירן עטליכע ציינער...
די לעצטערע חדשים איז אנטשטאנען אין דעם א גרויסע שינוי לטובה, יעדע  נייעס {נארמאלע} איז געדעקט און באשריבן אויסערגעווענליך גיט!
די פאליטישע ארטיקלען און אבזערוואציעס איז ממש צום באלעקן.
קהל'ישע נייעסער זענען איז אויך נישט אוועקצומאכן, אגב פארוואס האט מען לעצטענס אויפגעהערט לייגען קאלירטע בילדער פון רבנים?
איך האב נאך אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד

ספרינטער » 17/11/2010 08:01

איך מיין די קלאסיפייד אין די וועטער באריכט זענען גענצליך איבריג, אנשטאט דעם קען אריינלייגען וועלטליכע בילדער אין טעכנעלאגיע ערפינדונגען, קיינעם אינטערסירט נישט די וועטער פין לאנדאן אין אריזאנע, אדער וויפיל שירעמס זענען ביי טאהש בית המדרש.

יוספ7 » 17/11/2010 19:21

סאיז זייער שיין לעצטענס איך מיין אויב ווילן זיי צילייגן זאכן וואס יעדער וועט הנאה האבן זאלן זיי לייגן א מעשה יעדע וואך אזא שטייגער ווי די צייטונג האט נישט נאר פארזעצונגן נאר יעדע וואך א מעשה צי פין א צדיק אדער פין היינטיגע צייטן אדער פין מלחמה איבערלעבער א א וו

rebyankel » 17/11/2010 21:04

שיין זעהט דער איד אויס
אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע
דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...

ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס

חיי_שעה » 17/11/2010 21:13

איך האב איין פראבלעם מיט "דער איד", איך הער אז "די צייטנג" האט דעם זעלבן פראבלעם. עס הייבט זיך אן א נייעס אויף זייט 10 נאכן ליינען 15 שורות שיקט ער דיר אויף זייט 72 און ביים ליינען נאך 12 שורות שיקט ער דיר אריבער צום פאלגאנדען זייט און דערנאך צו בלאט 79

פארוואס אזוי צוטיילן די נייעס? מען דארף יא גיין מער אויפן בלאט און פראבירן צו ענדיגן דעם גאנצן נייעס אויף איין בלאט, עס וועט אויך העלפן האלטן "דער איד" דינער, גרינגער צו האלטן און אפשר אביסל ביליגער צו דריקן.

SatmarNews » 17/11/2010 21:25

די וועטער פון אריזאנע איז זייער וויכטיג...

[quote]
איך מיין די קלאסיפייד אין די וועטער באריכט זענען גענצליך איבריג, אנשטאט דעם קען אריינלייגען וועלטליכע בילדער אין טעכנעלאגיע ערפינדונגען, קיינעם אינטערסירט נישט די וועטער פין לאנדאן אין אריזאנע, אדער וויפיל שירעמס זענען ביי טאהש בית המדרש.
[/quote]



תוקן על ידי SatmarNews ב- 17/11/2010 21:28:01

פריינדליך » 17/11/2010 21:46

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב איין פראבלעם מיט "דער איד", איך הער אז "די צייטנג" האט דעם זעלבן פראבלעם. עס הייבט זיך אן א נייעס אויף זייט 10 נאכן ליינען 15 שורות שיקט ער דיר אויף זייט 72 און ביים ליינען נאך 12 שורות שיקט ער דיר אריבער צום פאלגאנדען זייט און דערנאך צו בלאט 79

פארוואס אזוי צוטיילן די נייעס? מען דארף יא גיין מער אויפן בלאט און פראבירן צו ענדיגן דעם גאנצן נייעס אויף איין בלאט, עס וועט אויך העלפן האלטן "דער איד" דינער, גרינגער צו האלטן און אפשר אביסל ביליגער צו דריקן.
קודם זעע איך אז דו ווילסט נישט מודה זיין אז דו ליינסט די בלאט... יעצט לעניננו. יעדע צייטונג איז אזוי אויסגעשטעלט. פשוט ווייל מעו וויל לייגן אלע נייעסן אין די ערשטע 10-15 פעידזשעס אז מען זאל זעה די קעפלעך און אביסל פון די נייעס און באשליסן אויב מען וויל עס ליינען צו נישט. אויב וועט שטיין די גאנצע נייעס אויפאיינמאל וועסטו דארפן מישן 30 פעידזשעס ביז דו קומסט אן צו די נייעס וואס דו האסט ליב. וועגן דעם טאקע די אנאליזן. פארזעצונגען וכו' זענען אין די העכערע נומערן פעידזשעס ווייל געווענליך איז עס די צווייטע זאך וואס מען זוכט. און יענס איז געווענליך כמעט די גאנצע ארטיקל אויף איין פעידזש. פארשטייסט?

_________________

קמץ_בארד » 17/11/2010 21:59

עטס רעטס ענק אפ פארגארנישט, דער איד איז ממש פערפעקט, מ'דארף גארנישט טוישן, אלעס איז פונקט גוט, די געלונגעסטע פון אלעם איז פארשטייצעך די מעכטיגע עדיטאריעלס פון מ"ל דייטש קעגן ר' אהרן, אוי איז דאס גוט!! איבערהויפט ווען ער שרייבט מיט גרויסע חכמה "געוועזענע קרית יואלער רב", איך זאג ענק די אהרונים שעלטן אזוי!! פארוואס זעהט מען לעצטנעסנישט מער פון די געלונגענע עדיטאריעלס, דער עולם לעכטס זייער דערנאך,

קעציל » 18/11/2010 06:00

rebyankel  איך זאג דיר צו אז איך ארבעט נישט אינעם איד אפיס, אז די ווילסט קענסטו פרעגן רבי מענדעל בינער, קענסט מיר אפשר זאגן וואס פארגינסטו אינז נישט די קעסטל רעטעניש מיט די פאזלען? עטץ באקימטס א פאזל פון די נייע סקילמאן שוהל וואס האט שאקירט גאנץ וויליאמסבורג, עטץ גייטס פארן אויף א טריפ מיט שיפן, עטץ באקימטס פיינעפעל מיט פאטעטאס פון גערי שלעזינגער, עטץ האטס פיקטשערס אין בלאט א עקסטערע ביילאגע, עטץ האטס די גרעסטע שוהל מיט די הייליגסטע רבי מיט די מערסטע מענטשען הן אין וומ"ב הן אין ב"פ הן ק"י הן מאנסי הן אנטווערפען אין ב"ב, אלעס זענען לויטער אנ"ש לויטער חסידים פונעם פעטער, איך בעהט דיר לאז אינז כאטש בלייבן מיט די קעסטל רעטעניש אויף וואס משה גבאי ארבעט אזוי שווער, אין מאך נישט קיין חוזק דערפין ווייל די מאכסט אינז פילן ווי גרויסע בעביס 

פריינדליך » 18/11/2010 06:53

ביטע צוריקפירן די שמועס אויף די ריכטיגע רעלסן

_________________

מילכיגער » 18/11/2010 07:15

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שיין זעהט דער איד אויס
אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע
דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...

ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס


א גראד ווארט קען מען דא נישט רעדן????
ווי קומט אריין די אלע בייסיגע זאכן, ער שמועסט אויס די אויסגאבע "דער איד" וואס א חילוק צו ער ארבייט דארט צו נישט, ??!!

קעציל » 18/11/2010 07:19

ביסט גערעכט מילכיגער, מלכתחלה האב איך געוואלט רעדן איבער דער איד, אבער אלץ דארפען די נארמאלע אשכולות אריינגעמישט ווערן צו פאליטיק, קען מען טאקע נישט פירען קיין געהעריגע שמיעס? איך בעהט קיינער זאל נישט אוועקדרייען,

קעציל » 18/11/2010 07:31

בנוגע די וואס רעדט זיך אפ אז מען דארף כסדר מישן ביי די נייעסער, איז נישט אזוי גערעכט, ווייל דאס גיבט א געלעגענהייט אז די ליינערס זאלן זעהן די אדווערטייזמענטס.
נאר וואס עס איז יא א פראפבלעם -עס מאכט זיך טאקע נישט אפט, אבער ווען יא איז עס נאך אלץ ביטער- אז בטעות שיקט עס מיר צי א נישט ריכטיגע פעידזש, דאן קען איך דורך מישן די צומאל 250 זייטן ביז ווילאנג איך טרעף די המשך.
מיט דעם וואס עס איז אין באזינדערע ביילאגעס מאכט עס אויף א וועג גרינגער ווייל אזוי ווייס איך כאטש בערך ווי צי זיכען

ספרינטער » 21/11/2010 07:22

איך האב אלץ געהאלטען אז ס'וועל געווען א גיטע זאך עס זאל זיין א עקסטערע ביילאגע יעדע וואך וואס זאל אנטהאלטען פיקטשערס איבער אלעמען וואס האט זיך אפגעשפילט איבער די וועלט, אבער איך האב געטוישט מיין מיינונג זינט איך זע אינגערע אין אפילו ערוואקסענע שלעפן ארויס די פיקטשערס ביילאגע פון די שעלפס אין גראסערי'ס, אין קיקן עס דארט דורך, נאכדעם טראסקעט מען עס אראפ ערגעץ ווי, רוב מאל נישט צוריק אונעם בלאט, אזוי צופאלען אלע צייטונגען פון שעלפס.
אחוץ דעם ברענגט עס אויך אז ווייניגער מענטשען זאלן קויפן נאכדעם אויב האט מען שוין סיי ווי געזען די פיקטשערס, ווייל נייעס האבן זיי שוין געהערט אויף קול מבשר, אדער זענען זיי גאר נישט אינטערסירט אין נייעס, במילה איז מיין מיינונג אז עס לוינט נישט צי לייגען בילדער באזינדער.

פריינדליך » 21/11/2010 17:13

קעציל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בנוגע די וואס רעדט זיך אפ אז מען דארף כסדר מישן ביי די נייעסער, איז נישט אזוי גערעכט, ווייל דאס גיבט א געלעגענהייט אז די ליינערס זאלן זעהן די אדווערטייזמענטס.
נאר וואס עס איז יא א פראפבלעם -עס מאכט זיך טאקע נישט אפט, אבער ווען יא איז עס נאך אלץ ביטער- אז בטעות שיקט עס מיר צי א נישט ריכטיגע פעידזש, דאן קען איך דורך מישן די צומאל 250 זייטן ביז ווילאנג איך טרעף די המשך.
מיט דעם וואס עס איז אין באזינדערע ביילאגעס מאכט עס אויף א וועג גרינגער ווייל אזוי ווייס איך כאטש בערך ווי צי זיכען
נישט ממש. ווייל איך רעד אפילו פון די פעידזעס וואו עס איז נישט דא קיין עדס. עס איז נאר אז אנפאנג זאל דער ליינער וויסן פון וואס מען רעדט און נאכדעם ליינען די ארטיקל. די בלאט האט א שטיק צייט געהאט אז אויפן פראנט פעידזש איז געשטאנען 5 שורות און ביי די נייעס פעידזש איז נאכאמאל געשטאנען די גאנצע זאך. דאס גיבט א געלעגנהייט צו ליינען די גאנצע(אדער עכ"פ רוב) פון די נייעס אויף איין פעידזש. איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן אויפגעהערט. איין זאך האב איך מוראדיג הנאה פונעם יוד. אז די וועלטליכע און חסידישע נייעס זענען עקסטער. און ווען איך האלט אינמיטן א אבאמא נייעס ווער איך נישט איבערגעהאקאז פאפא רבי האט באזוכט כאצאצקער רבי.....

ספרינטער » 3/12/2010 05:49

מורא'דיגע הערליך די היינטיגע וואך, ספעציעל כ"א כסלו באשרייבונגען.

דייקן » 3/12/2010 07:09

ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט.

אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא.

יישר כוחכם!

_________________

ספרינטער » 3/12/2010 07:55

די בילדער אויף עמוד 2 פון די ציונים און מדינת ישראל צושלאגן בארבאריש די פרידליכע מוחים קעגן גראבן קברים, איז שרעקליך!!!
אונאיינוועגס וואס איז די פשט פון דעם עדיטאריעל'ס אלטע FONTS?
וואלט שוין געמעגט ניצן א שענערע, עס פארשווערט צו ליינען.

לאעליכם » 3/12/2010 12:06

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מורא'דיגע הערליך די היינטיגע וואך, ספעציעל כ"א כסלו באשרייבונגען.


דרך אגב: כ'האב די וואך דורכגעליינט סיי די "איד" און סיי דעם "בלאט", און ממש ס'אינו דומה!

די כ"א כסלו ארטיקלען אין דער בלאט זענען צעהן מאל מער אינטרעסאנטער ווי די כ"א כסלו ארטיקלען אין דער איד.

ספרינטער » 29/12/2010 19:13

איך האף אז "דער איד" וועט באריכטן דעם שניי באריכות, באגלייט מיט אסאך בילדער.

טאטעלע » 29/12/2010 20:07

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט.

אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא.

יישר כוחכם!

_________________



און פארוואס דער בלאט איז נאכנישט געקומען צום שכל און אויפגעהערט ליידן נארישע פאליטיק ארטיקלעך ווואך איין וואך אויס, ווייסט איין באשעפער. זעט אויס אז זיי מאכן מער געלט פון די פאליטישע ארטיקלן ווי פון סתם ציווילע קאסטומערס.

אגב, דאס בעבישקייט און אומפראפעסינאלקייט וואקסט דארט משבוע לשבוע. די אויסשטעלער מאכן גראבע טעותים, זיי דרוקן די הגהות פון דעם שרייבער פונעם ארטיקל וויאזוי אויסצושטעלן זיין ארטיקל. טראץ וואס זיי האבן א גאנצע בילדער מאגאזין יעדע וואך אין א באזונדערע באלייגע, געפינען זיך נאך עטליכע אין צוואנציג בלעטער פון בילדער פון מאנקיס עסן בענענעס, עלעפאנטען געשטראנדערט אין שניי א.א.וו.

נאך א קליינע דוגמה, עס איז דא א אינגערמאן וועלכע שרייבט ארטיקלעך סיי פארן איד און סיי פארן בלאט, עס איז ממש הימעל און ערד דער חילוק פון זיינס אן ארטיקל אין איד און זיינס אן ארטיקל אין בלאט, ווען אין איד גייט דאס דורך א פולע רעדעאקציע בעפאר עס גייט צום פרינט, איז אין בלאט אייביג מלא מיסטעיקס, דער ארטיקל הייבט זיך אן און ענדיגט זיך זייער פאצעריש, דער עיקר איז דארט אז דער קעפל איז פאני און מענטשן זאלן דאס אנקוקן. א לענדערע באהאנדלונג איבער די קוואליטעט דיפרענץ צווישן די צוויי וועט אי"ה נאגפאלגן.

געכאפטער1 » 6/1/2011 21:56

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ג"א מצטרף, דער איד איז א שיינע פראפעסיאנעלע אויסגאבע, רייכע ארטיקלען און זייער שיין אויסגעשטעלט.

אזוי אויך איז כדאי דא זיי צו דערמאנען לשבח, אז די סאטמאר'ע פאליטיק ארטיקלען זענען דארט מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט זיי נישט געברענגט קיין שום כבוד, און האט געשטעלט דעם צייטונג אויף אן העכערן ניווא.

יישר כוחכם!

_________________



עס איז נישט דא וואס צו רעדן, דער איד איז מורא'דיג הערליך שיין, און אלע אפטיילונגען, די נייעס, אנאליזן, תורה'דיגע ארטיקלען, דאך שטים איך נישט צו (יעדער מעג האבן זיין מיינונג) אז דער איד זאל מאכן אינגאנצן אן ענדע צו די פאליטיק ווען עס פעלט זיך אויס

פונקט ווי אלס א צייטונג דינט דאס פאר א מקור פאר נייעס און אינפארמאציע, די זעלבע דארף דאס (מיט א מאס, נאר ווען עס פעלט אויס) דינען פאר די אינפארמאציע פאר אינערליכע קהילה נייעס, וואס איז שטארק נוגע צו וויסן ווען עס פעלט אויס, וד"ל

ספרינטער » 5/5/2011 17:45

זייער שיין און ברייט געדעקט היינטיגע טאג אין דער איד די דערפאלגרייכע אקציע קעגן בין לאדין.

_________________

עםהארץל » 5/5/2011 19:44

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שיין זעהט דער איד אויס
אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע
דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...

ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס


קעציל האט פארלוירן זיין דזשאב ביי דער איד? מען זעט אים מער נישט

טאטעלע » 5/5/2011 19:52

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שיין זעהט דער איד אויס
אז נאכען אינוועסטירן אזוויפיל געלט פאר פאזלעך אין קעסטל רעטענישען אין געמאכט גאר נאך א ביילאגע
דארפן זיי נאך עפנען א PR אשכול אויף היידפארק...

ווי קעציל זאגט עדות אז ער ארבעט נישט אין דער איד אפיס

קעציל האט פארלוירן זיין דזשאב ביי דער איד? מען זעט אים מער נישט


וואס פאלט דיר ביי?

אין איד פארלירט מען נישט אזוי שנעל קיין דזשאבס....

קוקט אויס אז קעציל איז פשוט ביזי געווארן מיט ארבעט אינעם קינדער אפטיילונג

עםהארץל » 5/5/2011 19:55

איי געס איך וועל מוזן פרעגן ר' מענדל בינער

טאטעלע » 5/5/2011 19:57

יא, ברענג אים צוריק אהער


געלעכטער » 6/5/2011 02:33

יעצט פארענדיגט ליינען דעם איד, די חברה דארט האבן זיך שרעקליך שטארק אויסגעריבן, דער באריכט ארום בין לאדין און אלע ארטיקלעך אין דעם הינזיכט זענען סופער! ס'פארפאקט אפילו אלבערט פריעדמאן'ס באריכט, אפגערעדט פון דער בלאט וואס האט ממש איבערראשט מיט זייער טרוקענעם באריכט,

עםהארץל » 6/5/2011 04:00

יעצט אין שווארטץ גראסערי אין וויליאמסבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 6/5/2011 04:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 8/5/2011 21:36

נעכטן נאכט געליינט דעם איד, הערליך אראפגעלייגט מיט אלע פרטים

ווי אויך דארף ארויסגעברענט ווערן לשבח אז זיי האבן נישט געלייגט קיין בילד פונעם טויטן פגר אזויווי אנדערע "אידישע" אויסגאבעס האבן ליידער געטאן

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/05/2011 22:47:51

עםהארץל » 20/6/2011 17:48

איך בין אינגאנצן צומישט, דא האט היראים אראפגעריסן דער איד פארן לייגן קעסטל רעטענישן און אין ארונים פארום רייסט ער גאר אראפ דעם איד פארן נאכמאכן די קעסטל רעטענישן פון די בלאט

ספרינטער » 23/6/2011 18:15

דאנערשטאג פרשת קרח
זייער אינהאלטסרייכע ארטיקלען היינט דאנערשטאג אין דער איד.
 
ברייטע דעקונג און אויפדעקונגען איבער זקו ראשי הישיבות הרה"ג ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל וואס איז נפטר געווארן פארגאנגענע וואך.
 
אויך איז דא זייער א שיינע ארטיקל לכבוד דאס אפצייכענונג פון 12 יאר זייט די היסטארישע טאג "חי סיון".

עםהארץל » 26/6/2011 17:05

דער איד האט א עקסטערע ביילאגע מיט א הערליכע באשרייבונג אויפן ראש ישיבה זצ"ל, ווי אויך באשרייבן זיי זיין התקשרות מיטן רבין ז"ל און דער באזוך פון רבין אין ישיבת לוצערן אויפן וועג צו ארץ ישראל

ווי אויך אסאך הערליכע בילדער

איך האב ממש נישט געקענט אראפלייגן דעם איד פארן דורךליינען די ארטיקלען

עםהארץל » 26/6/2011 17:07

אויך איז דא א גוטע ארטיקל וואס מען דארף וויסן ביים דינגען א קאר וואס איז זייער וויכטיג יעצט זומער ווען א גרויסער עולם דינגט קארס,

פאריגע וואך איז געווען א ארטיקל וועלכע איז בעסער צו ליעסן אדער צו קויפן

קארופציע » 26/6/2011 20:21

און איך לויב די מערכת פונעם 'איד' פארן אונז געבן פארגאנגענעם ווינטער '5 וואכן ברייטע דעקונג' פונעם 'בליץ באזוך' פון הרה"ח עזריא' גליק אין ארץ ישראל.
ועלכע איז געוויס נישט גרינג אנגעקומען פארן מערכת...............

עםהארץל » 26/6/2011 20:34

פיר אויס... און עס קראצט נאך ביז היינט

געלעכטער » 14/7/2011 18:59

יעצט פארענדיגט דורכמישן "דער איד" מיט "דער בלאט". עס איז קיין ספק אז דער איד האט געוואונען דעם פארמעסט אין גרויסן. חוץ בילדער, וואס איך גיי זען אין די וואך, האט דער בלאט ממש גארנישט צו ליינען. א נאקעט'דיגער באריכט אן קיין שום זאפט. ‎​
 
ווידעראום דער איד האט אראפגעשטעלט א וואונדערבארן כראנאלאגישן סדר פון די גאנצע זוך אקציע מיט אלע אירע אנטוויקלונגן. אזוי אויך מאכט זי העדליינס מיט דעם אויפדעקונג ווער עס האט געפירט די פאליציי צו די לייסענס פלעיטס פון דעם מערדער. ‎​
 
כה לחי!

ספרינטער » 14/7/2011 19:16

איך האב געזעהן אין דער איד ווי זיי האבן אן אויסשליסליכע פאטא קאפי פון לייבי'ס ריפארט קארד.

הטוב_שמך » 14/7/2011 19:17

מען האט קוים געענדיגט רעדן פון שנאת חנם, און שוין הייבן זיך אן די נארישע קינדערישע געשלעגערייען ווער עס האט בעסער באשריבן.

טפשים, קומט צום שכל און הייבט אן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן, נארמאלע אידן, און ביטע האלט נישט אפ משיח צדקינו פון קומען אונז אויסלייזן. 

לאפלאש » 14/7/2011 20:23

וואס האט דאס מיט שנאת חינם, מ'רעדט פונעם פאקט אז דער איד האט אראפגעלייגט א מעכטיגן ארבעט מיטן באריכט ארום דעם קינד, און עס איז בעסער ווי דער בלאט באריכט עס, און אפילו בעסער ווי די המודיע.