דעם זונטאג איז פארגעקומען א מעמד "לקדש שם שמים" אין ק"י דורגעפירט דורך די אהרונים צו העלפן די סלונימער חסידים אין עמנועל זיי באצאלן די שטראפן וואס דער בג"ץ (יא, דער ריכטיגער בג"ץ, נישט דער "אזויגערופענער" בג"ץ פון בני ברק...) האט ארויפגלייגט אויף זיי.
אויבנאויף קוקט עס אויס צו זיין א שיינע זאך. סאטמארער אידן זארגן זיך פאר אידן פון אנדערע קרייזן, און דערצו פון א ישוב וואס איז געבויעט אויף די אקופירטע שטחים, און איז געווען זיינערצייט פארבינדן מיט גרויס קאנטראווערסיע דערוועגן.
אבער אז מען גיט אביסל טראכט אריין שטעלט זיך ארויס זייער א פאני בילד:
ווען עס האנדעלט זיך צו שטיצן די לאנגיעריגע צדקה וחסד אפאראט אין ארצינו הקדושה "כולל שומרי החומות" האט דער רבי פון ק"י עטליכע מאל געפרעדיגט אז "אנ"ש פאר אנ"ש", אז "סאטמארער חסידים דארפן שטיצן אייגענע מענטשן ווי איידער צו שטיצן אזעלכע וואס זענען פון פרעמדע קרייזן, און קענען גאר גיין צו די בחירות". (עס איז געדרוקט שווארץ אויף ווייס אין די אהרונישע גליונות).
איז מה נשתנה חסידי סלונים וואס גייען צו די בחירות, זייערע מוסדות איבערן לאנד (אויסער עמנואל וואו זיי קענען נישט באקומען קיין רעגירונגס שטיצע) זענען נהנה פון שלחן איזבל, אא"וו, וואס האבן באקומען חן אין די אויגן פונעם רבי'ן פון ק"י?
פארוואס זענען די לומדים אין שוה"ח נישט אנ"ש און די חסידי סלונים זענען יא אנ"ש?
און איך וויל נישט ח"ו ארויסברענגען אז מען דארף נישט געבן קיין געלט פאר די חסידי סלונים. אדרבה, רבינו הקדוש זי"ע האט אונז געלערנט אז מיר דארפן שטיצן יעדן איד אומעטום, און כ"ש אין ארה"ק און שטיצן זייערע מוסדות כדי זיי זאלן נישט זיין אנגעוויזן אויפן שלטון הכופרים.
איך וויל נאר ארויסברענגען די "תרתי דסתרא" פאליטיק פון דעם ק"י פארטיי פירער.