איך האב נישט קיין צייט יעצט אריינצוגיין אינם גאנצען אריכות, בקיצור הדברים גייט די מעשה אזוי:
שמואל דוד טויב (נתגדל געווארן אין א סאטמארע שטוב) איז א איידעם געווארן אין טאהש ביי ר' אלי' שפיצער (א סאטמארער אהרויני, זיינע קינדער זענען אלע סאטמארע, עד כדי כך אז זיי פלעגן פארן אויף די ימים נוראים אוועק פון טאהש צום ברך משה) טראץ דעם וואס ער איז א אויבער חכם, באקומעט ער געהאלט פון די מוסדות! יא, ער איז א מלמד און מען ווארפט אים נישט ארויס אפילו עס זענען דא צענדליגע אינגעלייט אמת'ע טאהש'ע חסידים ווארטן אויף אזא פאסטן, ער האט געמאכט א ברית אין 555, זונטאג צופרי איז דוד פ. געגאנגען צום כיתה פון דעם טויב, ער האט איבערגעדרייט די טיש פונם מלמד (טויב) און געמאכט א פאר בילדער...
למעשה האט ער זיך דערזען אז יעדער לאכט פון אים, איז ער געלאפן צו אלע וועב זייטלעך און פארקויפט כאילו ס'איז פארגעקומען א מעכטיגע פאגראם... צושאסענע פענסטער צובראכענע בענקלעך צופליקטע ספרים... פארשטייט זיך אז קיין בילדער פון די אלע זאכן האט ער נישט, ווייל ס'איז בכלל נישט געשען.
דוד, זעץ דיך אראפ פאר 20 מינוט און טראכט. טראכט אריין, וואס איז מיין ציל? וואס וועל איך אויפטון? וועל איך ערייכן מיין ציל אדער וועל איך ענדיגן אזוי ווי פראמאוויטש אין סקווירא? (פראמאוויטש האט כאטש געלט, די ביסט סתם א שלעפער) וועלןן מיינע קינדער\אייניקלעך מיר ארויפקוקן אדער זיך שעמען פונקט ווי איך שעם זיך מיט מיין טאטע? (דיין זין רעדט שוין אפען אין #2) איך גלייב נישט אז די קענסט טראכט ווייל צו טראכטן דארף מען לכה"פ אביסעלע שכל...
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/11/2010 19:14:26