די ריינע הירש ראסע גרייט זיך יעצט אויף א נייע געלט אינוועזיע פאר די מרחם על הארץ קאסע, דאס מאל גייט עס זיין דורך די טיטשערס, און אז עס וועט געלונגען וועט מען עס טוען ביי די מלמדים הערט און שטוינט.
אלע טיטשערס פון סקול גייען ארויפגיין אויפן פעי ראל פונעם סקול דיסטריקט מיטן תירוץ אז זענען טאדערס פאר די שוואכע קינדער. איי ווי גייט דאס די סקול דיסטריקט באצאלן? גייט מען פאר דעם העכערן די טעקסעס פונעם עולם דורך א שטילער געהיימער וואוט וואס מען וועט יוצא זיין צי מעלדן אינעם רעקארד אויף די קלענסטע בוכנשטאבן, אין וואוטען וועלן די קנאפע 50 הירש איינגעשטעלטע, אין פארן עולם וועט מען עס פארהוילן ווי ווייט מעגליך וואס עס גייט פאר. און אז עמעצער וועט יא פרעגן, וועט מען ערקלערן פאר יענעם אז דו מיזט פארשטיין אז מען מוז אזוי טוהן ווייל אז נישט קען פארלירן דעם בית החיים, אין אזוי וועט דאס אייזעל (כלשון הירש אין אפיס ווען מען קוקט אויף די סירקעט טיווי) שטיל ווערן.
ווייטער אין סקול וועט מען פארזיגלען די דרייפערטעל סקול פאר צירוקגעשטאנענע קינדער ל"ע, במילא וועט שוין האבן פשט פארוואס אלע טיטשערס דארפן זיין טאדערס.
שטעלט זיך די פראגע זענען מיר אזוי דאם אז מען קען טוען מיט אונז וואס מען וויל?
אילו הצאן מה חטאו? וואס זיגעלט מען אפ אונזערע קינדער פאר אפאר דאללער?
פארוואס פרעגט מען נישט אן דעם רבין שליט"א איבער אזא האקעלע נושא?
וואס גייט דא פאר? פארוואס שווייגען מיר אונז?
פארוואס ווערט דא דער רבי אויסגעקראסט? אין ווען עס וועט ווערן שמוציג וועט די הירש ראסע עס ארויפווארפן אויפן רבין אז דער רבי זאל זיי ריין וואשען הזאת נאמי?