וואס קרית יואל סקול דיסטריקט איז, אויף דעם וועל איך איבערגעבן דאס ווארט פארן געוועזענעם סופעראיטענדענט דער משומד סטיווען בערנאדא, וואס ער וועט וועט אונז געבן א שטיקל בליק, פון וואס מ'רעדט.
דא האט איר אויסצוגן פון זיינע סטעיטמענטס וואס ער האט קאנפירמד אין סופרים קאורט אין יענערצייט ווען די סקול דיסטריקט האט זיך געגרינדעט.
(איך לייג קודם איבערגעטייטשט אויף אידיש, און נאכדעם א קאפי פון די אריגינעלע וואס מ'האט אריינגעגעבן אין קארט)
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'דארף נישט מוסיף זיין, די דאקומענטן זענען גענוג קלאהר, יעדער פארשטייט דער באדייט פון קרית יואל סקול דיסטריקט, דאס איז א פרייע פאבליק סקול פונקט ווי א פאבליק סקול אין די בראנקס ווי בערנאדא האט זיך אויסגעדרוקט.
און קיינער זאל זיך נישט לאזן פאפן אז דאס אלעס איז נישט נוגע ווייל מ'לערנט דארט למעשה יא געהעריג תורה מיט אידישקייט, ווייל דאס איז א ליצנות, ס'גארנישט אנדערש ווי א מוסד אין ארץ ישראל וואס פארפליכטעט זיך אינטער די מדינה'ס תנאים כדי צובאקומען זייער טריפהנע שטיצע, אבער אינעווייניג אין מוסד רופט ער אויס מיט א מייק איני מכיר… די מקור טוישט זיך נישט, דאס איז טריפהנע געלטער און די חינוך איז א טריפהנע חינוך, ותוצאותיו מי ישירנה.
ווי אזוי האט זיך ר' געציל אויסגעדרוקט, היעלה על הדעת אז רבינו הקדוש האט געוואלט אזא מין הארבע זאך אין זיין שטעטל, מיר פרעגן די זעלבע זאך מיט ווייטאג
רבינו הקדוש דער גרעסטער לוחם אויף דע געלטער וואס קומען ממקורות זרים, מ'דארף נישט מאריך זיין, האט בערוב ימיו אויפגעשטעלט מיט בלוט אין שווייס דאס שטעטעלע קרית יואל, און דארט און דעם הייליג שטעטעלע זאל מען אריינשטעכן א מעסער אין זיינע הייליגע מוסדות, אויף דעם האט ער געבליטוגיט אויפצושטעלן דעם שטעטל?
ברוך הוא אלוקינו.. והבדילנו מן התועים, מיר האבן זיך אפגעטיילט מיר האבן נישט קיין מגע ומשא מיר האבן אייגענע בתי חינוך על טהרת הקודש אפילו די טראנספארטאציע וואס מיר זענען געזעצליך עליזשיבעל צו נוצן פאר אונזערע מוסדות אלס איינוואוינער אין דעם דיסטריקט, נעמן מיר אויך נישט, טראץ די כסדר'דיגע אפפערס, מיר ווילן נישט האבן די מינדעסטע שייכות און אוודאי נישט קיין בענעפיטן פון דע מקום זר
דאס איז די רוחנית'דיגע חלק די גשמיות'דיגע חילוק וועט יעדער שפירן קומענדיגע יאר אויף זיין סקול טעקס ביל, און די טענענטס אויף זייער ארענדע ביל
בנוגע אויף למעשה, ליידער האבן זיי אלץ מצליח געווען צו פארווירקליכן זייערע פלענער בעוה"ר, אבער מיר האפן אז דאס מאל זאלן זייערע פלענער בלייבן ביים פלאן און זאל קיינמאל נישט געשען למעשה.