אויב האט איינער א פראבלעם יעצט איז עס נאר די עמנואל אינגעלייט אליין אז זיי האבן אנגעפירקלט די גאסן אז זיי ווערן ווי סאטמאר ווי מזעהט דא ווי דער מנהל זאגט פאר ככר השבת
אבער באמת איז נישט דאס געווען בכלל די אישו פון יעמנעם מעמד בכלל ווי אייינע פון די עסקנים האבן דאן מסביר געווען פארן ציבור אז סאיז נישט נוגע צו זיי וועלן נעמען געלט צו נישט רביה"ק זי"ע האט אונז באמת אויסגעלערנט יעדן צו העלפן אזוי ווי ביי רובאשקין נאר דא איז דא א עיקר פאר סאטמאר צו ווייזן פאר די וועלט אז ווער סאיז אין מחלמה מיט די עוקרי התורה באה"ק במלחמה לה' בעמלק אז התורה קובעת ולא הבג"ץ באקומט הילף פון סאטמאר אפגעזעהן פון זיין בעקגראונד ארום און דער מעסידש און קידוש השם איז דאן אנגעקומען מסוף העולם ועד סופו און ווערט יעצט גארנישט קלענער
און צו די היפאקריטן די זאליס וואלט איך געפרעגט
הייסט ר' דוד שמידל איז ביי אייך קדשי קדשים און אים מעג מען העלפן אין דער צייט וואס ער איז אריין אין כנסת המינים אויף וואס דער רבי שרייבט יהרוג ואל יעבור אויף אריינגיין אין כנסת המינים
מיט אים מעג מען ארבעטן ווייל כלומרש ראטעוועט ער קברי אבותינו (מחלל קברי אבותינו עיין רחוב שמעון בן שטח ונשר ועוד)
אבער די אסירי עמנואל וואס מהאט געהאלפן א יאר צוריק און נישט פאר א נקודה אחריתא ווי קברים נאר ממש פארן זיך אננעמען פאר כבוד שמים קעגן בג"ץ און יעצט גייען זיי מעגליך נעמען געלט ווערן מיר למפרע ציונים פארן זיי העלפן אפקויפן די קנסות פונעם בג"ץ?
היפאקריטע בתפארתו!
תוקן על ידי גרוינים ב- 06/12/2011 05:38:55