אין אנדערן פארום טוט זיך א ליצנות עד לב השמים היתכן אז די ארונים האבן די חוצפה צו פרעגן ווי אזוי האט רז"ל געמעגט טאנצן אויף א חתונה בשנת האבל
איך בין דא מעתיק מיין תגובה פון דארט מפני סיבות המובנים
פאר ליצנות דארף מען נישט אנקומען צו ענק, ס'איז דא גרעסערע לצים וואס האבן שוין ליצנות געמאכט פון גרעסערע מענטשן
דא האט מען געפרעגט א שאלה, און אנשטאט ענטפערן א תשובה נעמט איר זיך מסביר זיין וואסערע שייגעץ ר' אהרן איז
שכויעך
וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם
דא האט איר געטראפן זיין שקאצעריי
ער איז דאך שוין איבער פערציג יאר א ציוני מיט א טעראריסט שפעטער איז ער געווארן א כופר ר"ל ווען ער האט געעפענט דעם סקול דיסטריקט, און נאך שפעטער האט ער אויפגעהערט מכבד צו זיין די טאטע און מאמע, ביז ער האט זיך אזוי ווייט דערקייקלט אז ער איז ממש געווארן א עם הארץ, דאס אלעס ווייסן מיר שוין לאנג, בפרט לעצטענס ווען ער האט נאך אנגעהויבן צו פארן אויף וויקעישאן אויף א פלאץ ווי ר"ל ס'איז דא א בית חב"ד וואס ווי באקאנט איז דאס איינס פון די ערגסטע עבירות אריינצוגיין אין א בית חב"ד ווייל מיט דעם איז מען מחזק די ציונים, און טאקע דארפאר זענען דא אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעוועלט א צווייטע סאטמארע רבי, ווייל יענער איז א גאון בתורה, ממש לא פסיק פומי' מגירסא, נאכדערצו איז ער א פאר המעלות ונועם המדות, א ענוות חן און חכם עתיק וכו' וכו'
ממילא נאך די גאנצע הנחה איז דאך ניטאמאל א קשיא פארוואס ר' אהרן איז נישט געגאנגען צו זיין מאמע גאנצע דריי יאר פון זיין זעכציג יעריגן לעבן, ווייל אזוי קוקט מען נעבעך אויס ווען מען פארט אפ
אבער די קשיא מיט וואס מען האט אנגעהויבן איז נאך אלץ שווער, און הלואי אז דו קענסט עס פארענטפערן, וויבאלד ער האט עס נישט געטון יעצט די ערשטע מאל, ובנוסף איז עס ניטאמאל א קרוב משפחה, ממילא ווילן מיר זייער וויסן
ילמדינו רבינו, וואס איז די היתר פון טאנצן אויף א חתונה בשנת האבל
ביטע ענטפערן אויף דעם אויב ס'איז דא א תשובה
יישר כח