גענימען פין כל הגולם כולו
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי kj1234 ב- 11/11/2010 21:36:31
תוקן על ידי kj1234 ב- 11/11/2010 21:38:37
תוקן על ידי kj1234 ב- 11/11/2010 21:36:31
תוקן על ידי kj1234 ב- 11/11/2010 21:38:37
|
|
|
קונסוס איז זייער קלאר,
ברך משה
וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו להיות שלוחו כאן בעירנו נושא דבר קדשו בהוראת חכם וכו...... למען יאריך ימים על ממלכתו
דא איז דא צוויי נקידות
איינס,
אזוי ווי די מרא דאתרא וואינט נישט דאהי,
און מען דארף האבן א לאקאלע שליח פונעם מרא דאתרא,
נעמט מען עם אויף צי זיין א שליח פון אב"ד דקהלתנו,
פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב דער משלח לעבט נישט איז נישט דא מער קיין שליח,
אפגערעד פון דעם אז ער האט עם שוין געמאכט אויס שליח בחיו,
איז אפילו לטענתם אז דער בריוו איז נישט אמת, איז ער געווארן אויס שליח מיט די פטירה פון אב"ד דמתא,
צוויי,
א יעדער ווייסט און פארשטייט
אז די דאזיגע ווערטער פינעם פסוק וואס מען לייגט אריין און א קונסוס
למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל
דאס מיינט אז עס בלייבט ביי עם און עס גייט ווייטער בירושה,
און אזוי איז טאקע געשטאנען און ברך משה'ס קונסוס,
און דארט ווי מען פירט זיך אז עס גייט נישט בירישה
נאר קהל וועילט אויס א נייע רב
האט מען דעם פסוק אדער נישט אריין געשריבן
אדער האט מען געשריבן נאר למען יאריך ימים על ממלכתו
וואס דאן מיינט דאס א ברכה אויף א ארוכת ימים,
און אט אזוי שטייט און חתן דינן קונסוס,
איז, ווי אזוי זאלסט נישט דרייען איז ער נישט דאהי קיין מרא דאתרא, נאר אזוי ווי דער חשובער דיין האט געזאגט ער איז בלויז א רב און א בית המדרש,
לויט בני יואל איז ער נישט רב ווייל ער איז נישט קיין ערוועלטע רב,
נאר פארקערט רוב ציבור האט דאן נישט מסכים געווען,
לויט אנשי מהרי"י איז ער געווען נאר א שליח פון טאטען,
און דער טאטע האט נאך בחיו אוועק געומען זיין כח פון צו זיין זיין אויסשליסליכע שליח בק"י בכתב יד קדשו,
לויט אנשי ר"א איז דער בריוו פאלטש,
אבער אפילו דער בריוו איז פאלטש איז ער געווארן אויס שליח בעת פטירתו מן העולם פינעם משלח,
בנוסף לזה, וויבאלד עס שטייט און די קונסוס פינעם טאטן הוא ובניו
וואלט נאר געווען נישט מער ווי רוכטיג
מען זאל דאס אויך שרייבען און זיין קונסוס
אזוי ארום זאל א יעדער פארשטיין
אז דער הוא ובניו פונעם ברך משה'ס קונסוס גייט ארויף אויף עם
און אז מען האט נישט אזוי געשריבן
איז זיין התמנת געווען בלויז נאר א שליחת און נאר ווילאנג דער משלח לעבט.
ער קען ווערן צירוק א שליח נאר אויב דער ברך משה'ס ממלא מקום רבנו שליט"א נעמט עם אויף אלס שליח,
ביז דאן איז האט ער
נישט קיין דין מרא דאתרא,
נישט קיין דין שליח,
נישט קיין דין ממלא מקום,
נישט קיין דין יורש,
ווייטער שטייט להיות רב ומורה לקהלתנו,
דאס פארשטייט יעדער אז אזא לשון פאסט פאר א יעדע אידישע קהילה און וויליאמסברג אויך
און האט בכלל נישט קיין באדייט אז מען רעד דא פון א שטאטס רב,
ווען יא, וואלט געדארפט שטיין דאס לשון רב לקריתנו אדער לעירנו,
נאכהער, ווערט נישט דערמאנט דאס ווארט גלילות, אזוי ווי דער_אקס האט שוין דערמאנט,
לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו
אזוי ווי דער מהרג"ב האט געזאגט, א רב און א שטאט מיינט נישט א רב פון א שטאט,
ביי א רב פון א שטאט דארף ווען שטיין רב ומרא דאתרא דעירנו,
און דא שטייט רב ומרא דאתרא בעירנו,
כלשון מהרג"ב, ער איז א רב און א בית מדרש, און דאס מיינט נישט רב און שטאט,
וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו
להיות שלוחו כאן בעירנו
להיות רב ומורה לקהלתנו,
לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו
למען יאריך ימים על ממלכתו
מען קען מיינען מען האט דא געשריבן א כתובה און מען שטעלט זיך אויף יעדן אות וואס דא שטייט
קוקט אויס דו קענסט נישט אראמיש, מרא דאתרא מיינט רב אין שטאט, פינטל.
דער גאנצער בעירינו איז דארט איבריג, ס'איז געשריבן פאר גראם, יעצט הייב דיך אן צו שטעלן אויפן ב'
_________________
פארשטייט זיך כל הנ"ל איז נאר פאר די וואס ווילן דוקא מדייק זיין,
און די אנדערע דיוקים אז ס'שטייט קהלתינו, דערינו, איז סתם נישט צו די זאך, ווייל באותו זמן איז קהל יטב לב געווען די איינציגע קהלה אין די שטאט, ועל דעת זה האט מען לכתחלה מייסד געווען די שטעטל, ס'זאל זיין א שטעטל תחת הדרכת רבינו זצוק"ל, נישט אז דער רבי ז"ל זאל זיין בלויז רב אין זיין ביהמ"ד, פארדעם וואלט ער דאך געקענט בלאבן אין ברוקלין, ממילא קהליתנו האט בעת'ן התמנות געמיינט די שטאט, אזוי ווי אלע קהלות אין אייראפע, דאס איז א דבר פשוט
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 12/11/2010 20:31:49
_________________
_________________