די אטעם בלייבט שטיין און די פעדער בלייבט שטים, ווען עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צו ברענגען די שוידערליכע שרעקליכע פאסירונג, וואס שפילט זיך איצט אפ מיטן בית החיים אין סיגוט, מקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' לבית סיגוט זי"ע.
שוידערליך! שוידערליך! שוידערליך!
די בית החיים אין סיגוט איז ליידער אין די לעצטע יארן געווען שטארק נאך געלאזט, נאך דעם וואס די רעגירונג דארט האט נישט צוגעלאזט קיינעם, ווייל די לעצטע פאר יאר האבן זיי געלייגט אן אויג אפען בית החיים און עס געוואלט פארקויפען פאר א קאמפעני, וואס זאל ח"ו אויף גראבן דעם גאנצן בית החיים, און מאכן דארט הייזער רח"ל.
הנהלת דקהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג און קרית יואל, ובראשם רבינו שליט"א ואחיו רבי שלום אליעזר שליט"א, און נאך אייניקלעך, האבן זיך אריינגלייגט די לעצטע 3 יאר בכל כוחם צו ראטעווען די בית החיים, מען האט איינגעשלאסען די אמעריקאנער סטעיט דיפארמענט, און יעדע פאלעטישאן וואס קען העלפן, מען האט געארבעט שטיל, ווייל אלע עסקנים האבן געזאגט ווי שטילער מען וועט ארבעטן, וועט מען קענען גרינגער פוילען ביי די רעגירונג זיך אפלאזען פונעם בית החיים, אויך אדמת קודש מיט זייערע שטארקע אייראפישע קאנעקשאנס האבן אריין געלייגט כוחות דערצו.
ב"ה הודו לה' כי טוב לעולם חסדו, פאר א האלבע יאר צוריק איז ב"ה אנגעקומען די בשורה טובה, אז די רעגירונג האט איבער געשריבען די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט פאר א קאפארעשאן פון ניו יארק, וואס געהערט פאר קהל יטב לב דסאטמאר, זינט דעמאלס האבן מען זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו צורעכט ברענגען די בית החיים, און עס גענצליך איבער בויען, און היינט צו טאג ארבעטן מען און מען פרישט איבער די גאנצע בית החיים.
פאר 2 וואכן צוריק ויבוא השטן! די באוויסטע מחרחרי ריב, די וואס האלטן זיך נישט אפ צוליב זייער תאות ניצחון וממון פון גארנישט, די הולכי בג"ץ הציוני, וואס טרעטן אויף די תורה הק' בריש גלי, זענען געוואויר געווארען דערפון, האבן זיי זיך גענומען ארבעטן מיטן גרעסטן אימפעט אז די רעגירונג זאל צוריק ציען פונעם מקח, און צוריק נעמען די בעלות פונעם בית החיים, און עס איבערגעבען פאר ר' זלמן לייב ט"ב, וואס ער איז דער איינציגסטער אמת'ער יורש פון מרן רבותינו זי"ע, און עס באלאנגט צו אים!
ר' זלמן לייב בכבודו ובעצמו, האט אפ געשריבען א בריוו די וואך זינטאג, ווי ער שרייבט פאר די רעגירונג, אז די אהרונים וכו' זענען גנבים און חמסנים, און זיי זאלן עס איבערשרייבן פאר אים, און יעקב בער טייטלבוים מיט משה גבאי, שמשון שפאטיווקער און נאך זענען אפגעפארן קיין סיגוט, ווי זיי ארבעטן איצט מעשים אז די רעגירונג זאל עס איבערשרייבן פאר ר' זלמן לייב, אז נישט זאל עס צוריק גיין אויף די נאמען פון די רעגירונג, אויך האט דער אכזר משה דוד נידערמאן אנגעהויבען ארבעטן ביי פאליטישענס, אז זיי זאלן לייגן דרוק אויף די רעגירונג צוריק שרייבן די בית החיים, אויך מיידלעך שטערן פארפירט און שרייבט מיאוסע געמיינע בריווען אין נאמען פון אתרא קדישא.
אלע עסקנים שרייען ווי יעדער פארשטייט, אז דאס מיינט ליידער אז די רעגירונג וועט זאגן א כפרה מיט ביידע, און מיט די קברים, און זיי וועלן צוריק נעמען די בעלות און אויסגראבען די בית החיים ל"ע ווי זייער פלאן איז געווען.
גדולי רבנים שליט"א און עסקנים האבן זיך די וואך פארבינדען מיט ר' זלמן לייב און אים געבעטען אז ער זאל אפלאזן די בית החיים, ווייל די תוצאה דערפון וועט זיין שרעקליך רח"ל, אבער ער האלט זיך ביי זיינס און טוט וואס אימער אז די רעגירונג זאל צוריק ציען דערפון.
איצט שטייט די בית החיים ומקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' זי"ע, אין א שרעקליכע סכנה אפען שוועל פון ווערן ארויס געגראבען רח"ל, דורך זייער אייניקעל ר' זלמן לייב ט"ב!
אנשטאט גיין מוחה זיין ביי די RFR פירמע אין מאנהעטן וכו', דארף כלל ישראל ארויס גיין מוחה זיין קעגן RZL ר' זלמן לייב ט"ב, וואס לייגט איצט אריין כוחות עצומות, וואס די שרעקליכע תוצאה דערפון, וועט ליידער זיין אז מען וועט אויסגראבען די בית החיים אין סיגוט.
מרן רבינו בעל ייטב לב זי"ע, מרן רבינו בעל קדושת יו"ט זי"ע, מרן רבינו בעל עצי חיים זי"ע, בעטן זיך צו זייער אייניקל דער סורר ומורה:
ר' זלמן לייב ט"ב הרף! גראב נישט אויס אונזער קברים, לאז אונז על מי מנוחות!
גענוג וואס די האסט גע'הרג'ט און געצאפט דאס בלוט מיט רשעות ואכזריות פון דיין טאטע מרן בעל ברך משה זי"ע וזוגתו הצדיקת ע"ה, איצט גראב נישט אויס אונזער קברים רח"ל!
נאך א נקודה, ווי יעדער פארשטייט לגבי פאליטיק, איז די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט נישט קיין שום נפקא מיניה, עס איז לא מעלה ולא מוריד פארוועם עס באלאנגט, עס איז נישט קיין געלט, מען באגראבט נישט קיינעם דארט, נאר ווי שוין ערווענט, פאר די זאליס תאות הניצחון זענען זיי גרייט צו פארברענען די גאנצע תורה הק' רח"ל.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/11/2010 03:00:07