צוליבן פארלאנג פון בי"ד, נאכדעם וואס די זאליס האבן ביטער פארפירט אז מען איז זיי מבזה אין הייד פארק, און די בזיונות איז עד אין לשער, האט בי"ד געבעטען אז אינעם וואך וואס די דין תורה גייט אן, זאלן ביידע צדדים נישט שרייבן אויף הייד פארק, צוליב דעם האט מען נישט געקענט שרייבן דערוועגן ביז היינט.
איצט די פונקטן.
צוויי מעכטיגע באמבעס איז אויפגעדעקט געווארן די וואך.
1) ר' זלמן לייב ט"ב האט אריין געגעבען צום רשם התחברות, - דאס איז ווי מען גיט אריין פאפירן צו באשטעטיגען בעלות אויף א הויז וכו', - א בריוו פון ר' שמעון ווייס געשריבען תשס"ז, אז ער גיט איבער זיין שעירס און בעלות פונעם שיכון צו ר' זלמן לייב.
די רשם התחברות האט צוריק געפרעגט אז עטץ האטס אזא בריוו שוין 4 יאר, וואס דערמאנט עטץ זיך איצט. רז"ל האט גענטפערט אז אזוי ווי עס איז דא אן עיקול פונעם עדה החרדית, אז מען טאר גארנישט טוישן אדער טאן וכו' מיט די בניני המוסדות אין בני ברק, האט ער עס נישט געוואלט אריין געבען ביז איצט, אבער איצט האט ער זיך מיישב געווען אז ער גיט עס יא אריין ווייל...?
די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב!!!
שומו שמים! יא איר ליינט גוט, נאכמאל...!
די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב!!!
אזא פנים האט מען ווען מען איז עובר בשאט ובנפש און מען גייט אינעם ציוניסטישען טמא'נעם בג"ץ, און מען איז פארזינקען אין נ' שערי טומאה, און עד היום האט מען נאך נישט צוריק געצויגען דערפון, איז נישט קיין וואונדער אז די בדי"צ העדה החרדית איז אים נישט מחייב און ער פייפט זיך אריין, ווייל ער פייפט און טרעט בריש גלי אויף די תורה הקדושה, וואס איז אים ליידער אויך נישט מחייב!
2) די צווייטע באמבע איז געווען ווען הנהלת מוסדותינו האט געברענגט א בריוו פון ר' שמעון ווייס, וואס ער האט געשריבן בכתב ידו, ווי ער גיט איבער זיין בעלות און שעירס, צו הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל ני"ו מנהל מוסדת יטב לב באמעריקא, ר' שמעון שרייבט דארט אז ער שרייבט דאס ברצון און דאס איז זיין אייגענע ווילן, און טאמער איינער וועט ברענגן א אנדערע בריוו פון אים איז עס שקר, עס ווערט באשטעטיגט דורך א לויער, א נאטערי, און 2 עדות.
ווען די זאליס האבן עס דערזעהן, האבן זיי געמיינט אז דער ערד האט זיך געפענט אונטער זיי, דער תימן'נער טאלער מיט יצחק ווייס האבן אנגעהויבען צו מאכן קולי קולות אז עס איז שקר ווי די עבודה זרה, דער תימן'נער טאלער האט זיך פאר תימן'נעט און געשריגען אז ער שווערט אינעם אייבערשטען אז עס איז שקר... יצחק ווייס האט געשריגען אז ער איז געווען א נאנטער חבר מיט שמעון ווייס און ער האט אים געזאגט אז עס איז שקר...
זייער גאנצע 1000 שטאקעדיגע געביידעס פון חלומות און דמיונות, איז צוטראסקעט געווארן און אריין זיך אריין געקוילערט אין נעגל וואסער...
דער טוען מצד הזאלונים הרב עסטרייכער האט געזאגט, אז עס קען נישט זיין אז שמעון ווייס זאל עס האבן געשריבען, ווייל ער איז געווען א דם שונא פאר די אהרונים, האט דער טוען הרב שפיגעל געזאגט, אז עס קען נישט זיין אז ער זאל עס שרייבן פאר די זאלונים, ווייל ער האט פיינט געהאט משה גבאי און אליעזר צום טויט, האט הרב עסטרייכער געזאגט אז ווייסט נישט פונקטליך די נאנטשאפט צווישען די זאלונים מיט די בני יואל, און ער וועט איבער געבען די ווארט פאר זיין העלפער שטעסל און ער זאל דאס מסביר זיין.
שטעסל האט מסביר געווען אז די בני יואל מיט די זאליס זענען היינט געבינדען און געקניפ, און אלע בני יואל זענען היינט זאליס, און זענען בעסטע פריינד פון משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים, אזוי ווייט אז משה גבאי, די ערשטע פאר וועם ער גיט שריים ביים טיש פון ר' זלמן לייב, זענען די בני יואל.... און אליזער קעסטענבוים גיט היינט די מערסטע געלט פאר בני יואל... און די בני יואל זענען די גרעסטע חסידים פון ר' זלמן לייב...
דער בורר ר' זלמן גראס האט געזאגט פאר בי"ד אז ער האט שוין די בריוו פון שמעון ווייס שוין 3 יאר, אזוי איז געגאנגען קולות ביזן דאך. ווילאנג בי"ד האט געזאגט אז נאכן דורך טאן אלע פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בריוו פון שמעון ווייס איז אמת ויציב, און ר' מאיר פערל האט איבער גענומען די בעלות פון שמעון ווייס.
יצחק ווייס האט געכאפט זיין טיש און עס אראפ געטראסקעט, און געשריגען אז די גאנצע בי"ד זענען שקצים און בהמות, בי"ד האט אים געהייסען פארלאזן די שטוב, און ער האט געמיזט ארויס גיין אויף די לופט צו כאפן זיין אטעם.
איצט אפאר נקודות איבער די באמבע פון שמעון ווייס בריוו.
1) אויף די פארשריבענע בעלות פונעם שיכון איז ביז 3 יאר צוריק געווען 2 לעבעדיגע מענטשן 1) שמעון ווייס, 2) דער הולך לבג"ץ עזריאל גליק, ביידע זענען געווען די זעלבע שותפים.
די געזעץ זאגט אז טאמער איינער פון די שותפים שרייבט איבער זיין בעלות, אן רשות פונעם צווייטען, פארלירט ער די העלפט בעלות וואס ער האט, און ער בלייבט נאר מיט א קליינע בעלות, און דער אנדערער ווערט רוב בעל הבית, און נאר יענער קען ווייטער איבער שרייבען פאר וועם ער וויל, דער בג"ץ'ניק עזריאל גליק האט איבער געשריבען זיין בעלות צו ר' זלמן לייב און משה גבאי פאר 5 יאר צוריק, ממילא האט ער מיט דעם געמאכט אז נאר שמעון ווייס קען איבער שרייבן בעלות, איז איצט מיטן בריוו פון שמעון ווייס זענען די אהרונים פולקאמע ליגאלע בעלי בתים.
2) דאס מיינט אז אפילו ווען די זאליס וואלטן געבליבען אינעם טמא'נעם בג"ץ ווי זיי האבן געוואלט מיט אלע כוחות פארבלייבען, ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז דארט גייען זיי זיכער געווינען, וואלטן זייערע אלע חלומות און דמיונות אויס געגאגנען ווי א זייפן בלאז, און וואלטן מיאוס אלעס פארלוירען.
3) הנהלת קהלתינו הק' האט אויך געברענגט א בריוו פון אן עורך דין אליעזר פישער פון ארץ ישראל, ווי ער שרייבט פאר ירמי' טייטלבוים אז ער האט געטוישט די נעמען אינעם רשת התחברות, ער האט ארום געבאדערט און געטאן שייגץ שטיק וכו', און ער בעט אז מען זאל אים באצאלען $4000.
די עיקור פון די אלע זאכן האט מען געצייגט פארן בי"ד אז די פארשריבענע בעלות ביי די ערי', איז סתם א פורים און מיינט גארנישט, און נישט זיי זענען די אמת'ע בעל בתים.
נאר דער ציבור והנהלת מוסדותינו הק' ובראשם הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א, און רבינו שליט"א זענען די אמת'ע בעל הבתים.
אויך האט הנהלת דקהלתינו הק' געצייגט א בריוו פון הרה"ח הישיש ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א געוועזענער מנהל פון מוסדת יטב לב, וווי ער שרייבט א בריוו צו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווי ער בעט אז די רבי זי"ע זאל זעהן איבער צו שרייבן די בעלות פון די מוסדות פון געוויסע מענטשען אויף וועם די בעלות איז געליגען, ווייל זייערע קינדער זענען נישט כהוגן, און די קינדער וועלן נאך טאנעהן אז די מוסדות באלאנגט צו זיי און זיי זענען די יורשים, און ער בעט רביה"ק זי"ע אז ער זאל זיי בעטן עס איבער צו שרייבן אויפען נאמען פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך זאל עס רביה"ק זי"ע איבער שרייבן פאר די הנהלת המוסדת אין בני ברק.
דערמיט איז ארויס געוויזען געווארן, די שקר גס און חוצפה פון די זאליס וואס זיי האבן געהאט געזאגט, אז די מוסדות אין ארץ ישראל האט רביה"ק זי"ע געהאלטען פאר זיין נכסי פרטי, און יעדער איד וואס האט געגעבען געלט פאר יטב לב האט געוויסט אז דאס איז פאר רביה"ק פאריוואט, אזוי ווי מען האט געגעבען געלט פאר צרכי בית.
נאך די באמבעס האבן די זאליס געמאכט א 100% U TARN, און זיי האבן אנגעויבען צו טאנען אז טאקע נישט די פארשריבענע שמעון ווייס און עזריאל גליק זענען בעל הבית, נאר ר' זלמן לייב איז בעל הבית...
והא ריאה אז רוב קהלה און בני ברק זענען זאליס, איי...? די תירוץ איז... אז מען זאל ארויס ווארפען די 20 העכסטע אהרונים וועט יעדער זעהן אז רוב בני ברק זענען זאליס....
און נאך א ריאה לדבר, די דרשה וואס די אינשי דלא מעלי האבן פארגעשריבען פאר מרן בעל ברך משה זי"ע ווען ער איז נישט געזינט געווען ל"ע, ביי די בר מצוה פון ר' זלמן לייב זין, ווי ער זאגט אז מאכט ר' זלמן לייב רב אין ארץ ישראל.
בקיצור דארט האלט בערך די דין תורה, עס וועט פארזעצען אין 3 חדשים ארום.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 10/11/2010 04:53:21