די פארגאנגענע חתונה איז שוין אפגעראכטן געווארן בשעה טובה ומוצלחת, מיר וואונטשן אלע פארן נייעם פאר פאלק גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא אין זייער נייעם לעבן. די אשכול וועגן יענעם חתונה האלט שוין ביי קרוב צו 100 תגובות און ס'איז שוין צייט צו גיין צום נעקסטן.
די קומענדיגע חתונה וועט אי"ה פארקומען קומענדיגן דינסטאג, איך ווייס נאך נישט ווער די מחותנים זענען אבער אזוי פיל ווייס איך שוין יא אז די מחותנים זענען קרעציגע וואס האבן קיין רשות פון ר' לייביש נישט באקומען און אז האלב פון די משפחה גייט זיך נישט משתתף זיין און אויך אז איינע פון די מחותנים האבן זיך אריינגעריקט צום רבין בגניבה (אלס פחד פון די בני יואל טעראריסטן) בעטן רשות אויך ווייסן מיר שוין אז א ברידער גייט זיין מסדר קידושין ווייל נאר אזוי איז די רבי מסכים. לויט ווי ס'זעט יעצט אויס איז דא גוטע טשענסעס אז דער מחותן וועט זיך נאך בארעכענען און אריבערפירן די חתונה קיין וו"ב אדער מאנסי נאך די שיינע אויפקלערונגס בריוו וואס קהל האט אים געשיקט.
אויך ווייסן מיר פון א זיידע וואס גייט זיך נישט משתתף זיין צוליב דעם וואס צופעליג איז ער אויך א חסיד פון ר' אביש (גראדע איז ער מער חסיד פון זיין זין וואס וואוינט אין מאנסי)... אבער לויט ווי געוויסע האבן מיר אנגעמערקט האב איך ש שטיקל טעות נישט פון ר' אביש איז ער א חסיד נאר פון ר' ישראל חיים פון מאנטשעסטער, עס טוט זיך טישן אין בענק, די כלה וויינט און בעט זיך ביי אירע רשעותדיגע... (מ'האט נאך נישט מחליט געווען צו מען זאל שרייבן טאטע, מאמע אדער מחותן) אז זי וויל נישט חתונה האבן דארט...
בקיצור נאר איין שטיקל אינפארמאציע פעלט נאך... ווער זענען די מחותנים בכלל? מען דארף שוין מברר זיין ווייל די פרישע לאקשן ארויפצוקלעבן אויף זיי איז שוין גרייט.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/11/2010 17:24:11