היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב...

רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב...

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2844378
בלאט: 1 2

פישער_גאבע » 9/11/2010 22:27

רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט
אלפים ורבבות מישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גרייטן זיך אין די טעג צו פייערען דעם  66'טן יום הצלה והשחרור פון מרן רביהקוה"ט רשכבה"ג בעל "ויואל משה" מסאטמאר זי"ע ועכי"א ביום כ"א כסליו הבעל"ט וואס איז באקאנט אין די אידישע וועלט אלץ דער יום טוב פונעם חרדיש'ן אידנטום וואו אידן פון אומעטום קומען זיך צוזאם אין אזא געהויבענעם טאג אפצוגעבן א שבח והודאה פארן בוכ"ע על רוב רחמיו וחסדיו, און אין דעם פינסטערע גלות אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת און מנהיג ישראל אמיתי, וואס האט מיט גרויס סיעתא דשמיא מחזיר געווען עטרה ליושנה און איבערגעפלאנצט אידישקייט אינעם וויסטן אמעריקע, און אפגעראטעוועט דעם דור פון די בייזע ווינטן פון מינות וכפירות וואס עד היום הזה ברענט נאך דעם הייליגן ניצוץ וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט אנגעצינדן באש קודש און פלאקערט נאך צווישן רבבות תלמידיו וחסידיו און אין אלע ערליכע אידן וואס גייען אינעם אויסגעטרעטענעם וועג ובשיטתו הבהירה וואס דער רבי זי"ע האט כסדר געלערנט און געחזרט.
 
אין אלע אידישע צענטערן, איבער די גארער וועלט, וועט אפגעהאלטן ווערן מסיבות און כינוסים לרגל יום ההצלה וואו דער עלטערער דור וועט פארציילן און איבער געבן פארן יונגערער דור די הייליגע יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט און איבערגעלאזט אלס א ירושה לנו ולבנינו עד עולם.

באזונדער אין ניו יארק, וואו עס וואוינען דער גרעסער ציבור תלמידיו וחסידיו, און איז געווען איתן מושבו פון רבינו הקדוש זיע"א גרייטן זיך די צענדליגער טויזנטער סאטמארער חסידים צו פראווען דעם צענטראלער סעודת הודאה רבתי במקהלות רבבות עמך בית ישראל בראשות הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני קהלתינו הק' שליט"א ועל צבאם נשיא אלוקים בתוכינו עט"ר כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ממשיך השלשלת הקודש בגאון ובעוז עד ביאת הגואל.

ווי יאר יערליך וועט דער סעודת הודאה פארקומען אינאיינעם מיטן דינער השנתי פאר די מעכטיגע תורה פעסטונג די מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג "תלמוד תורה ובית רחל תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר", ווי עס ווערן היינט צוטאגס נתחנך די אומגלויבליכע ציפער פון 8000 תלמידים ותלמידות כ"י, וואס איז כהיום די גרעסטע חסידישע מוסדות אין דער וועלט בלע"ה. און איז נתייסד געווארן במסירת נפש ממש דורך רביה"ק והטהור בעל הנס זיע"א וועלעכע האט אראפ געשטעלט די הייליגע יסודות פעלזן פעסט ע"פ דרך המסורה מאבותינו ורבותינו הק' נבג"מ און לאחר פטירתו איז עס ווייטער געפירט געווארן אויפן זעלבן וועג בלי שום שינוי דורך ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע"א במשך ז"ך שנים כולן שווים לטובה, און אונטער זיין הייליגע הנהגה איז די מוסדות הק' פילפאכיג פארגרעסערט געווארן און אויסגעברייטערט געווארן ביתר שאת וביתר עז. און דער רבי זצוק"ל אלס שומר משמרת הקודש האט געטריי אפגעהיטן דעם הייליגען פקדון לבל ישלטו זרים און ווייטער געפירט די עדה הקדושה אויפן אויסגעטרעטענעם וועג אויפן דרך פון רביה"ק מרן בעל "ויואל משה" זי""ע, און בהאי יומא דקגרים אין טאג פון כ"א כסליו האט דער רבי זצוק"ל איינגעפירט עס זאל פארבלייבן לדורות  און ווייטער פראווען די סעודת הודאה רבתי און עס פלעגט טאקע דינען אלץ כינוס הכללי ווי רבבות תלמידים וחסידים פלעגן זיך צוזאם קומען תחת קורת גג אחד לחזור ולשנן תורת אמת אין שפיץ פונעם מנהיג ישראל מרן רבינו הגה"ק זיעועכ"י ובמקהלות רבבות אלפי ישראל פלעגט דער רבי זצוק"ל זיע"א משמיע זיין דברות קודש במשנתו הבהירה פונעם גרויסן בעל הנס מרן דודו הק' וברגשי הלב ובשבח והודאה להקב"ה ארויסגעברענגט די חסדים גלוים מן השמים אז מען האט אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת בזמן הזה וואס האט מחזיר געווען עטרה ליושנה אינעם גלות אמעריקע און דערביי געפאדערט פונעם ציבור תלמידים וחסידים צו שטיצן דעם רבין'ס הייליגע מוסדות ברוח נדיבה און ארומגערעדט איבערן גרויסן זכות פון החזקת התורה ( די דרשות ודב"ק זענען געדריקט אין ספר "אך טו"ב לישראל" שיצ"ל ע"י הנהלת המוסדות צום דינער תשס"ז העעל"ט). און כהיום לאחר הסתלקותו לשמי מעל, ווערט עס ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורך בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער רועה נאמן פון די רבבות ישראל פון איבער די גארער וועלט וואס פאררופען זיך אונטערן נאמען "סאטמאר" ותחת דגלו והדרכתו ווערן נתגדל און נתחנך דער פרישער לגיון של מלך וואס ציילט זיך אין די צענדליגער טויזנטער תשב"ר בליע"ה אינערהאלב די ממלכת התורה ויראה האדירה "סאטמאר" פון איבער די גארער וועלט און אין דער קורצער תקופה מאז עלותו על כס הרבנות האט דער רבי שליט"א מיט גרויס סיעתא דשמיא זוכה געווען מרחיב צו זיין גבולי הקדושה אויף א זעלטן גרויסע פארנעם און אויפהייבן די כבוד פון סאטמאר לתפארת  רבותיה"ק נבג"מ זיעועכי"א ווי דער רבי שליט"א איז עס כסדר תולה בזכות אבותיו הק' זי"ע. 

אין די טעג גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות און די אפיסעס פון מוסדותינו הק' ווי הונדערטער עסקנים זענען איינגעשפאנט אויסצוארבעטן אלע דעטאלען צוצוגרייטן דעם גיגאנטישן ריזן בנין פון "וועסטערן פלאזא" צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס זענען ערווארטעט מיט צוהאלטן דעם מעמד רבתי, צוליב די אומערווארטעטע געדרענג פארגאנגענעם יאר וועט היי יאר דער ריזן זאל פילפאכיג פארגרעסערט ווערן דורכ'ן אריין נעמן אלע זייטיגע זאלן און וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם און דער ריזן זאל וועט אנהאלטן העכער 50,000  סקווער פיס אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן  דעם געהויבענעם מעמד, באזונדער קוקן אנ"ש ארויס אויפן הויעך פונקט פונעם נאכט וואס וועט זיין ווי יאר יערליך אויף די דברי אלוקים חיים דער צענטראלע דרשה ודברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער נשיא המוסדות הק' וואס וועט ארום רעדן בגודל קדושת היום ובדבר קדושת החינוך און חזרן די ריינע השקפה און מעורר זיין אויף די וויכטיגע ענינים הצריכין תיקון און בגודל החיוב פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי"ע לדעת את הדרך אשר ילכו בה .

מער פרטים וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 09/11/2010 22:32:59

באנדעלע » 10/11/2010 02:58

נישטא ווער זאל לאכן....
פישער_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
, צוליב די אומערווארטעטע געדרענג פארגאנגענעם יאר וועט היי יאר דער ריזן זאל פילפאכיג פארגרעסערט ווערן דורכ'ן אריין נעמן אלע זייטיגע זאלן און וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם און דער ריזן זאל וועט אנהאלטן העכער 50,000  סקווער פיס אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן  דעם געהויבענעם מעמד, באזונדער קוקן אנ"ש ארויס אויפן הויעך פונקט פונעם נאכט וואס וועט זיין ווי יאר יערליך אויף די דברי אלוקים חיים דער צענטראלע דרשה ודברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער נשיא המוסדות הק' וואס וועט ארום רעדן בגודל קדושת היום ובדבר קדושת החינוך און חזרן די ריינע השקפה און מעורר זיין אויף די וויכטיגע ענינים הצריכין תיקון און בגודל החיוב פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי"ע לדעת את הדרך אשר ילכו בה .

מער פרטים וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 09/11/2010 22:32:59

זאג, קענסט מיר צאםשטעלן א ליסט פון די אידן וועלכע 'קוקן אזוי ארויס אויף די הויך פונקט ווען דער שטריק וועט זיך שטעל טאן זאגן זיינע 'ריינע השקפה... קדושת החינוך....'....... על אוי על. נאר אגב, ווי שטימט דאס אז די לעצטע צען יאר האט עטץ שוין 'אכט טויזענט תלמידים ותלמידות'...? ווי זענען אהינגעקומען די מיליונען קווינס תלמידים מיט די אריבער טריליאן נייע תלמידים און תלמידות וואס עטץ האטץ אזוי געפייערט אנפאנג זמן?...

_________________

חיי_שעה » 10/11/2010 03:36

באנדעלע איך וועל פראבירן דא מיט איין קורצע תגובה אסאך גרינגער צומאכן דיין לעבן.

ער האט נישט קיין גאנצע 10 מענטשן, ער האט אפשר 47 קינדער אין די מוסדות ער איז א עם הארץ וואס קען נישט נאכזאגן א פסוק אויסגעשפילט פון קאפ ביז פיס אין ישיבה האט ער 9 בחורים ער קען נישט קיין השקפה סתם א שטריק!

יעצט האף איך דיר מער נישט צו זען אים דעם אשכול ווארום איך האב שוין געזאגט אלס וואס די קענס נאך זאגן, צלח ורכב און מיר וועלן דא האבן א געמיטליכע שמועס מיט פריינדליך און היראים.

פישער_גאבע » 10/11/2010 04:59

במקהלות רבבות עמך ישראל ובהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, רבבות חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים הערן זיך צו ביי די פייערדיגע דרשה ודב"ק דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א כ"א כסליו תש"ע אין וועסטערן פלאזא


[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/11/2010 05:53

איך האף אויף דעם יאר וועט מען טאקע אנגרייטן מער פלאץ, עס איז געווען אומדערטרעגליך פאריאר, זעהטס טאקע אויפן בילד ווי מען שטייט ארום און ארום ביז אונדרויסן פונעם טיהר.
בדררך אגב דאס איז נאר ווען די רבי שליט"א האט גערעדט, משא"כ ביי די געהויבענע ריקודין ווען מען האט שוין געהאט ארויסגענומען אלע טישן און בענק איז דער זאל ממש ווי איינגעשרינקן

מלך_מלכים » 10/11/2010 18:04

מען דארף טאקע זעהן צו טון דערוועגן, עס איז געוועהן ממש אויט אף קאנטראלל פאראיאר, איך בין אנגעקומען צום דינער אין עס האט מיר גענומען איבער פיפצן מינוט אנציקומען אינעווייניג, איך האף אז דאס יאר וועט זיין מען פלאץ.

_________________

זיידעלע » 10/11/2010 18:11

גם אנכי מצטרף, ווער עס האט א ווארט ביי די הנהלת הישיבה זאל זעהן עס זאל אנקומען, מען ברויך צושטעלן גענוג פלאץ, יעדעס יאר די זעלבע מעשה, פארן דינער זאגט מען צו אז מען האט אנגעגרייט איבער גענוג פלאץ, נאכן דינער קומט אן אנטשולדיגונג אז מען איז נישט געוועהן גערישט אויף אזא גרויסן עולם. 

_________________

קליפ » 11/11/2010 01:55

2009
* width="560" height="340"><*

קליפ » 11/11/2010 01:55

rebyankel » 11/11/2010 05:01

ווי איז מיין תגובה? פארוואס באנדעלע יא אין מיינס נישט?

רבץ » 11/11/2010 17:59

Incredibly impressing


_________________

tzvibp28 » 11/11/2010 20:25

וואס איז באקאנט אין די אידישע וועלט אלץ דער יום טוב פונעם חרדיש'ן אידנטום

???????

_________________

http://theantitzemach.blogspot.com

פריש » 11/11/2010 20:26

י"ט כסלו! ביי די וואס ענדלען... ווי אזוי האט יענער געזאגט?
Chabad is a very simular Religion

_________________

פישער_גאבע » 21/11/2010 21:00

הנהלת הישיבה מאכט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען איינצורישען גיגאנטישן וועסטערען פלאזא געביידעס צו אנטפאנגען רבבות ישראל מוצשב"ק כ"א כסליו הבעל"ט
 
אין די יעצטיגע טעג וואס זענען נאך פארבליבן צום יום הגדול כ"א כסליו הבעל"ט גייען אהן די לעצטע הכנות וואס ווערן געמאכט דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין שפיץ פון די עסקני המוסדות צו פארזיכערן די מאקסימום סוקסעס אין אלע הינזיכטען און אזוי צו פארזיכערן א הונדערט פראצענטיגע הצלחה און אויפטרייבען די מאקסימום נדבות פון אנשי שלומינו לטובת החזקת מוסדותינו הקדושים,
 
באזונדער לייגט מען אריין גאר גרויסע כוחות אהערצושטעלן דעם גיגאנטישען 50 טויזנט סקווער פיסיגער בנין פון וועסטערען פלאזא, ווי עס וועט געפראוועט ווערן דעם סעודת הודאה רבתי וכינוס הכללי של רבבות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בהשתתפות גדולי ומאורי דורינו ובראשם שרי התורה מרנן ורבנן הגאוה"צ חברי הבית דין צדק דקהלתינו הקדושה שליט"א ועל צבאם כ"ק הראב"ד דק"ק שליט"א אין שפיץ פונעם מנהיג העדה קדושה נשיא אלוקים בתוכינו אבינו רועינו כ"ק מרן אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א ה' יאריך ימים על ממלכתו עד ביאת הגואל,
 
דער וועסטערן געביידע וועט אויסגעשטעלט ווערן אויף א גאר מייסטערהאפטיגען פארנעם צו אקאמאדירן די רבבות חסידים ואנשי מעשה, הן מיטן צולייגן פרישע טויזנטער זיץ פלעצער מער ווי די פארגאנגענע יארן און סיי מיטן אהערשטעלן א פראכטפולער נייעם אויסשטעל אינעם גאנצען זאל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, לענגאויס פני המזרח וועט זיך ציען א פראכטפולער 3 שטאקיגער אויבן אהן פאר די גדולי האדמורי"ם ורבנים וראשי הישיבות ודייני הקהלות פון איבער גרעיטער ניו יארק ומלכינו בראשינו אין צענטער וועט זיין א ספעציעלער העכערע פלאטפארמע פאר עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אזוי אז יעדער זאל קענען זעהן און מיטהאלטן דעם גאנצען מעמד, אינעם גאנצער חלל פונעם זאל וועט זיין אויסגעשטעלט די פילע טויזנטער זיץ פלעצער איינגעטיילט מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר די זקני וחשובי העדה און פאר די בעה"ב און באזונדערע סעקשאנס פאר די אברכים לויט די יארגאנג, לענגאויס ארום די 3 זייטן פון זאל וועט זיין אויפגעשטעט ספעציעל-געבויטע 8 שטאקיגע פלאטפארמעס (סטעידזשעס) ווי עס וועט זיין פלאצירט כשתילי זתים סביב דער לגיון של מלך די אלפי תלמידי ישיבתינו הקדושות פון איבער ניו יארק וואס וועלן זיין באזעצט איש על מחנהו ואיש על דגלו באזונדער לויט די צענדליגער אפטיילונגען, אזוי אויך וועט זיין א באזונדערע סעקשאן אויף די פלאטפארמעס פאר די העכער טויזנט אברכי הכוללים פון איבער ניו יארק, ביי אלע הויפט אריינגאנגס וועלן זיין אויפגעשטעלט די דינער טישלעך ווי די הונדערטער עסקנים וועלן זיצן און אפנעמן דינער געלט פונעם ציבור,
 
עס איז טאקע צו האפן אז נאכען אריין לייגן אזויפיל כוחות וועט שוין האפענטליך נישט זיין די יערליכע פראבלעם פון די אומגעהויערע געדרענג נאכען אהערשטעלן פרישע טויזנטער זיצן.
 
מער דעטאלן איבער גאר רייכען סדר המעמד און פון די דרשנים ואורחי הכבוד'ס וועט נאכפאלגען אין די נאנטע טעג

טאטעלע » 21/11/2010 22:05

איך בין זייער נייגעריג וועם די הנהלת הישיבה וועט היי יאר ברענגן פאר אורח הכבוד, די פארגאנגענע פאר יאר איז געווען מורא'דיג אינטערעסאנט און אינהאלטסרייכפול די רעדנערס איך געדענק דער עולם איז געזיצן געשפאנט א גאנצע צייט, לאמיר זעהן וועם זיי וועלן די יאר ברענגן

מאיר_הערש » 21/11/2010 22:50

נעכטן איז פארגעקומען א אינהאלטסרייכפולער מלוה מלכה און אסיפת עסקנים צום בעפארשטייענדן דינער.

עס איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינטערעסאנטער פאנעל, די אנפרעגער זענען געווען הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו - יו"ר וועד הפועל פון די מוסדות, און העסקן הנמרץ ר' אייזיק דאסקאל. די אנגעפרעגטע זענען געווען הרה"ג ר' שלמה יעקב געלבמאן, הרה"ח ר' וואלף שטארק - וועד החינוך, ר' חיים יצחק מאנדל - אדמיניסטראטאר, ר' ישראל וואלף טייטלבוים - טרענספאטעישאן, און א מלמד הרב מיכלאוויטש.

איך האף אז דאס איז נאר געווען א פריוויא צום דינער, דער עולם וועט, לדעתי, זייער גלייכן דעם געדאנק.


תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 21/11/2010 23:24:19

SatmarNews » 21/11/2010 23:58

כ"ב סניפי מוסדותינו
א באריכט פון די 22 אפטיילונגען פון ישיבה תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל מסאטמאר


http://satmarnews.files.wordpress.com/2010/07/snifie-hamosdos.pdf

_________________



תוקן על ידי SatmarNews ב- 22/11/2010 00:01:01

HTML clipboardSatmarNews


פריינדליך » 22/11/2010 01:38

וואס איז שלעכט מיט די ארמארי? איז עס נישט גרעסער ווי וועסטערן. אדער פולאסקי? פארוואס מוז מען שלעפן דעם עולם?(איך ערווארט א נארמאלע ענטפער. נישט אז די ארונים נעמען קלענערע זאלן)

פישער_גאבע » 22/11/2010 02:42

יעצט איינמאל וועל איך דיר ענפערן:
 
דער גיגאנטישער ארמארי געביידעס וועלעכע געפינט זיך אין הארץ פון וויליאמסבורג, קען מען שוין נישט באקומען פאר עטליכע יאר וויבאלד זיי פארדינגען עס פאר גרויסע קאמפאניס אויף לאנגע טערמינען איז עס נישט שייך און עס לוינט זיך זיי נישט עס צו פארדינגען אויף 1-2 טעג, די הנהלת הישיבה האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות די לעצטערע יארן עס צו באקומען אבער עס איז ממש נישט מעגליך,
 
ווי דו זעהסט ענטפער איך דיר זייער גערן, אבער אויפן קומענדיגן מאל דו האסט אזאלעכע שאלות פרעג עס אויף א אנדערע אשכול, די אשכול איז געעפענט צו אינפארמירען דעם ציבור איבער די פאזיטיווע אנטוויקלונגען איבער די הכנות פון כ"א כסליו הבעל"ט, און איך בעט דער מנהל הפורום זאל עס שטרענג פארסירען, בתודה מראש.

פישער_גאבע » 22/11/2010 18:39

פארגעסן צוצולייגן:
 
אינעם זאל גופא האט די הנהלת הישיבה אינוועסטירט אסאך געלט און ארבעט אהערצושטעלן דעם זאל מיטן פולען פראכט און שיינקייט ווי עס פאסט פאר אזא מעמד מרומם אויף א שענערע פארנעם פון פארגאנגענעם יאר, די אלע פיר ווענט ארום דעם זאל ווערט דעקארירט אויף א הערליכען קלאסישען פארנעם, אויך ווערט אינסטאלירט גאר א גרויסע צאל פרישע לעקטערס ליכטיג צו מאכען אינעם זאל, באזונדער ווערט יעצט דער אויבן אהן אהערגעשטעלט אויף גאר א מלכות'דיגע פארנעם.
 
כ'האף שפעטער ארויף צולייגן פרישע בילדער

פישער_גאבע » 23/11/2010 05:34

צו הערן אלע נייעס און באריכטן איבערן סעודת הודאה ודינער השנתי כ"א כסליו הבעל"ט קען מען רופען דעם ספעציעלע דינער אינפארמעישאן ליין:
 
718.819.3009

ספרינטער » 23/11/2010 06:14

איך האב אויסגעהערט די אינפארמאציע ליניע, עס איז זייער שיין מסודר, מען קען הערן עטליכע אינהאלטסרייכע דרשות פון די פארגאנגענע יאר, די עולם איז געזעצען צוגענאגעלט צי די טויזענטער בענקלעך, און די שטיי פלעצער ארום און ארום (ווי מען זעהט אויף די בילדער) מיט געהאלטען די הערליכע דרשות פון די רעדנערס, איך הער אז היי יאר וועט אויך זיין גיטע רעדנערס.
עס דארף אויסגעלויבט ווערן די דאזיגע שריט אין עס איז אלעס צו פארדאנקען דער רבי שליט"א וואס האט מיט עטליכע יאר צוריק אויסגעראטן דאס ברענגען פאלאטישאן'ס רעדן ביי אזא געהויבענע מעמד.
פאר ווער עס געדענק ביז עטליכע יאר צוריק פלעגט יערליך אויפטרעטן פאלאטישענ'ס. ב"ה היינט און אזוי אויך די לעצטערע יארן שטעלט מען זיי מער נישט אויף. ווי פאסט דאס אז ביי אזעלעכע געהויבענע מאמענטען ווען רבבות אלפי ישראל זיצן אינטער איין דאך אין געבן אפ א שבח והודאה פארן אייבערשטען, זאל זיך אויפשטעלן א פראסטע גוי אין רעדן צי אזא הייליגע ציבור אין נאכדערצו ווערט עס נאכגעפאלגט מיט קלאטשעריי?
אויף דעם שרייען מיר אויס "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו" מיר געבן אפ א שבח והדאה אז טראץ עס זענען שוין פארביי צענדליגע יאר זייט פטירה פון רביה"ק בעל ויואל משה זצוק"ל און איטליכע יאר זינט די פטירה פונעם בעל ברך משה זצ"ל, מיט דעם אלעמען קומען זיך ווייטער צוזאם צענדליגע טויזענטער אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר שטיצען די הייליגע צענטראלע סאטמארע מוסדות פון איבער אכט טויזענט קינדערלעך בליעה"ר וואס שטייט בנשיאות ממלא מקומם כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א.


תוקן על ידי ספרינטער ב- 23/11/2010 06:18:44

פישער_גאבע » 24/11/2010 09:45

דער דינער אינפארמעישאן ליין שע"י מוסדותינו הק' איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן ביי אנ"ש, באזונדער איז דא א ספעציעלע אפטיילונג וואס ציעהט שטארקע אינטערעסע ביי יעדעם, די דרשות פון הרבנים הגאוה"צ וועלעכע האבן געדינט אלס נואם הכבוד אין די פארגאנגענע יארן ביום כ"א כסליו, ובתוכם:
 
הגאון האדיר מרן גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק זצ"ל תשמ"א
 
הגה"צ ר' נתן געשטעטנער זצ"ל בעל להורות נתן תשמ"ז
 
הגה"צ אבד"ק וואוידעסלאוו זצ"ל תשמ"ח
 
. הגאון הצדיק גאב"ד אדווארי זצ"ל תשמ"ח
 
הגאון הגדול ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל גאב"ד אנטווערפן תשנ"ה
 
הגאון הגדול מרן בעל שבט הלוי שליט"א תשנ"ח
 
הגה"צ הישיש אבד"ק שומר שבת שליט"א תשנ"ט
 
הרה"ג ר' דוד העללער ז"ל תשס"ח
 
הגאון הגדול ר' משה גרין שליט"א ר"י דמאנסי תשס"ח
 
הגאון ר' אברהם ערענטרוי שליט"א תש"ע
 
און נאך חשובע רבנים, ווי אויך די חשובע נגידים וועלעכע האבן געדינט אלס אורח הכבוד ביי די פארגאנגענע יארן,
 
מצוה לשמוע דברי חכמים!
 
דינער אינפארמעישאן ליין : 718 819 3009

טראכטן » 24/11/2010 20:50

פישער_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'האף שפעטער ארויף צולייגן פרישע בילדער



דער פאטא שאפ עקספערט איז נאך נישט פארטיג?

_________________

קליפ » 25/11/2010 20:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 25/11/2010 22:18

טראכטן » 26/11/2010 00:03

לויט ווי די בילדער ווייזן איז דא לויט מיין שאצונג לכל היותר 15000 סקווער פיס.

קליפ » 26/11/2010 01:51

* width="480" height="385"><*

קליפ » 26/11/2010 01:51

קליפ » 26/11/2010 01:52

* width="480" height="385"><*

קליפ » 26/11/2010 01:52

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:43

העפטיגע צוגרייטונגען אינעם גיגאנטישן וועסטערן פלאזא געביידע צו אקאמאדירן רבבות ישראל ביום הצלה והשחרור כ"א כסליו. בילד: זונטאג וישב
[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 02:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:11

דינסטאג וישב: איין העלפט זאל גענצליך פארענדיגט אויסלייגן די טישן און בענק
[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:16

כ'האף בעז"ה שפעטער ארויפצולייגן בילדער פונעם זאל גענצליך פארענדיגט גרייט אויף מוצאי שבת קודש כ"א כסליו הבעל"ט

טאטעלע » 26/11/2010 03:27

יאפס! עס זעהט אויס א באמבאמסטישען זאל!
כ'זעה אז די הנהלת הישיבה האט זיך אנגעשטרענגט מיטן אהער שטעלן דעם ריזן זאל, עס זעהט אויס געוואלדיג מעכטיג און גרויס אויסגעשטעלט, לאמיר זיך אויכעט אנשטרענגן און ארויס העלפן די הנהלת הישיבה דורך זיי אנטקעגן קומען מיט גרויסע סכומים!  

טאטעלע » 26/11/2010 03:30

למכה מצרים בבכוריהם...
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעלפאן » 26/11/2010 03:41

איך בין באמת אנציקט פון די הערליכע ארבעט וואס די עסקנים האבן צוגעשטעלט ביי רב זלמן לייב'ס דינער וועסטערן פלאזא, איך בין דארט געווען היינט עטלכע מאל, פיינע הייצונג שיין לכטיג, ריין ציכטיגע פלאר, טויזענטער זיצען, איך וואונדער זיך אזא גיגאנטישע זאל וועט ווערן אנגעפילט, נאכדערצו אז אזוי פיל זיצן איז צוגעגרייט.
איך האב הנאה געהאט צו זעהן די קאוט רום ווי אלעס איז שיין מסודר, צוגעגרייט טויזענטער הענגערס מיט נומבערס, עס וועט זיכער איינשפארן אידיש געלט פון גיין לטמיון, אלע פריערדיגע יארן איז געווען א ווייטאג צוזעהן ווי אידיש געלט גייט צוגרינד דורך פארלירן די מאנטלען.

פישער_גאבע » 26/11/2010 03:44

בקשה צום 2'טן מאל:
ביטע נישט פארדרייען די אשכול, די אשכול איז געמאכט "בלויז" צו מעלדן און אינפארמירען דעם ציבור איבער די לעצטע הכנות צום סעודת הודאה רבתי ודינער השנתי כ"א כסליו הבעל"ט
ישר כח למפרע

טאטעלע » 26/11/2010 04:21

אנטשולדיגט פישער_גאבע פארן עס אריינשטעלן דא אינעם אשכול, איך וויל דיך נישט שטערן, און באמת א ישר כח פארן מאכן אזא געלונגענע ארבעט סיי די תוכן'דיגע באשרייבונגען און סיי פארן ברענגן די שיינע בילדער (אייביג נישט נאר יעצט...), אויף להבא וועל איך עס בעז"ה מתקן זיין.

פישער_גאבע » 26/11/2010 04:46

ונר אלוקים טרם יכבה: מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביים פייערדיגע חסדי ה' טאנץ ביום כ"א כסליו במקהלות רבבות ישראל בערוב ימיו ובשארית כוחותיו, דאב לעצטע יאר לימי חייו, געציילטע חדשים פארן הסתלקות לשמי מעל, און פראווענדיג דעם זיבען און צוואנציגסטע יאר כ"א כסליו אלס רועה נאמן ומנהיג קהל עדתינו הק', זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו, אמן
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2