תוקן על ידי היראים ב- 09/11/2010 02:01:22
קאנפורמד: כ''א כסליו באולם פאלאסקי פ' קאמפלעקס
די מסיבה וועט זיין קאמבאנירט מיט א מלכות'דיגע שבע ברכות לרגל השמחה בבית רבינו שליט''א
אין די סיום פין מס' סוטה וועלכע איז געווארען געלערנט דורך די טויזענער חסידים
אין וועט אי''ה פארקומען מוצש''ק אול''י כ''א כסליו הבעל''ט במעמד רבבות אלפי ישראל
נאכדעם וואס דער ריזיגער שטיינערס קאמפלעקס איז פאריאר געווען צו קליין פאר אזא גרויסע ציבור בליעה''ר,
אזש מ'איז געשטאנען ביי די טירן אין די דורגענג, אין פולע האבען אין געוויסע צייטן בכלל נישט געקענט אריינקומען אינעם ריזיגען זאל,
האט מען היי יאר געמוזט זוכן א גרעסערע פלאץ ספעציעל נאכדעם וואס היי יאר איז באשטימט געווארען אז עס וועט זיין קאמבאנירט מיטן סיום אין שבע ברכות,
אין מיט גרויס סיעתא דשמיא איז ב''ה געלונגען צו טרעפן דעם ריזיגען קאמפלעקס וועלכע איז האפענטליך שטארק פאסיג צו אקאמאדירן די ערווארטע מאסען.
גדול יהי' כבוד המעמד.
בהשתתפות אלפי ישראל בראשות גדולי התורה ויראה ועל צבאם כ''ק רבינו שליט''א
תוקן על ידי היראים ב- 09/11/2010 02:13:04
און וועלכע געגענט איז דאס?
ווי ווייט איז דאס פון וומ"ס ?
ווייל פאריאר איז ממש נישט געווען קיין פלאץ ווי זיך צו רירען
_________________
אדער איז עס די אנדערע זייט פאלאסקי אין לאנג איילענד סיטי (קווינס)
|
פארוואס נישט פענסעלוועניע ??? פאלאסקי בריק איז 10 מיניט אוועק פון ווילאמסבורג... מיז עס זיין אן נאו דזשערזי ??
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| הכנס את שם התמונה [אתרוג] |
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
| [אתרוג] |
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
| [אתרוג] |
|
| [אתרוג] |
תוקן על ידי היראים ב- 10/11/2010 02:29:05
Satmar Prepares For Premier Event
The 21st of Kislev marks the observance and celebration of the miraculous rescue of Rabbi Yoel Teitelbaum, zt”l (1886-1979), founding Satmar Rebbe and author of Divrei Yoel. Incredibly, an entire transport of important Jewish personalities was smuggled out of the clutches of the heavily bribed Nazi monsters. On this day in 1944 the Satmar Rebbe was smuggled into Switzerland. His escape ultimately enabled the reorganization and revitalization of the then-decimated Satmar community and of chassidishe life in general after the Holocaust.
The anniversary is celebrated by chassidim throughout the world; the two present Satmar Rebbes, brothers Rabbi Aaron Teitelbaum and Rabbi Zalman Leib Teitelbaum, conduct separate events, each with the simultaneous participation of as many as 20,000 people. Much effort is invested in securing a local facility large enough to accommodate the large attendance as well as all of its component preparations.
The gathering led by Rabbi Aaron Teitelbaum this year will take place on Motzaei Shabbos Vayeishev, November 27, and have a threefold purpose in addition to honoring the rescue of the Divrei Yoel. The event is the annual keynote affair generating financial support for the boys’ yeshiva as well as for the Beis Ruchel schools for girls. In addition, this year’s occasion will serve as the siyum mesechta of the kehilla which just completed Mesechta Sotah, the tenth mesechta in the kehilla’s Yesodei HaTorah program. Upon formal completion of Mesechta Sotah, the kehilla will immediately commence the study of Mesechta Pesachim.
Another anticipated highlight at this year’s event will be the grand celebration of sheva berachos of the Rebbe’s granddaughter upon her marriage to Chaim Yaakov Rokeach, son of Rabbi Yoel Rokeach, Monsey Kozlover Rav; son of Rabbi Meir Rokeach, Kozlover Rebbe in Boro Park; son of Rabbi Moshe Rokeach, zt”l (1898-1970), Kozlover Rebbe who emigrated to the United States in 1931 together with his father, Rabbi Mayer Rokeach, zt”l (1871-1941), Kozlover Rebbe; son of Rabbi Avrohom Yehoshua Heshel Rokeach, zt”l (1836-1890), Pshemishel Rebbe; son of Rabbi Moshe Rokeach, zt”l (d. 1883), Karover Rebbe; son of Rabbi Sholom Rokeach, zt”l (1783-1855), founding Belzer Rebbe renowned as the Sar Sholom. The chassan is also a grandson of Rabbi Moshe Rosner, Monsey Pupa Rav.
The kallah is the daughter of Rabbi Shimon Zev Meisels, Rav of the Beirach Moshe district of Kiryas Yoel and author of Sefer Binyan Shimon. She is also the granddaughter of Rabbi Yekusiel Yehuda Meisels, Seagate Rav, and great-granddaughter of Rabbi Moshe Yehoshua Hager, Bnei Brak Vishnitzer Rebbe. Rabbi Shimon Zev Meisels is the son-in-law of Rabbi Aaron Teitelbaum, Satmar Rebbe.
{Rabbi G. Tannenbaum-Machberes/Matzav.com}
http://matzav.com/satmar-prepares-for-premier-event
_________________
אין ווי איידער צו נמען די פאלאסקי בריק - וואס דער זאל געפינט זיך ממש ביים לעבן די בריק וואס דויערט מיט א קאר צווישען 7- ביז 10 מיניט
האט די הנהלת המוסדות ערלעדיגט מיט די הילף פון עסקנים ביי די NYC Water Taxi
אז מ'וועט פארען מיט שיפן ביים פארט פין די שעיפר בילדינגס אויף קענט עוו'
ביזן פארט וואס איז ממש אינטערן גרויסן זאל, אזוי אז די וועג וועט נעמן קנאפע 5 מיניט
אין פאקט איז דאס נישט קיין נייע זאך
די זעלבע ווי מ'האט מען געטוהן פאר איבער 10 יאר ציריק וועט מ'האט געמאכט די גרויסע דינער אין זשאוויץ צענטער וועלכע איז אויך לעבן וואסער
די דעטאלען ווערן יעצט אויסגעארבעט בעזהשי''ת
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי אנטווערפען יצ"ו, גרייטן זיך מיט געהויבענע געפיהלן צום היי-יאריגן "סעודת הודאה רבתי", וואס וועט אי"ה פארקומען מוצש"ק פרשת וישב הבעל"ט, אינאיינעם מיטן סיום מס' סוטה והתחלת מס' פסחים וואס איז געלערנט געווארן דורך אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר איבער דער גארער וועלט אין די ראמען פון "חבורת יסודי התורה".
די חשובע עסקנים וחברי הנהלת הקהלה, גרייטן זיך אין די טעג צום געהויבענעם מעמד, און זענען פארנומען מיט אינטענסיווע צוגרייטונגען אז עס זאל ב"ה געקרוינט ווערן מיט הצלחה. ווי איינער פון די עסקנים האט אונז איבערגעגעבן וועט די היי-יאריגער מעמד זיין בעז"ה אן היסטארישער און ספעציעלער מעמד, מיט א רייכע צוגעשטעלטע פראגראם.
♦♦♦


♦♦♦
דינער השנתי – וסעודת הודאה – סיום מס' סוטה – שבע ברכות רבתי – כ"א כסליו הבעל"ט
אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגען מעמד כ"א כסליו, ווי עס וועט אי"ה זיין קאמבאנירט דער "דינער השנתי" לטובת די וויליאמסבורגער מוסדות אינאיינעם מיט'ן "סעודת הודאה" לרגל יום הצלה והשחרור של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, מיט'ן "סיום רבתי" פון מס' סוטה וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פון חבורת יסודי התורה בשילוב מיט'ן צענטראלען "שבע ברכות" לכבוד די שמחה בחצרות קדשינו, ווערט געמאלדן מטעם הנהלת המוסדות אז כדי גרינגער צו מאכן פאר'ן ריזיגן ציבור בלעיה"ר אנצוקומען צום זאל – און אזוי אויך פאשפארן די פארקינג עגמ"נ, וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט שיפן וואס וועלן אי"ה פירן דעם ציבור פון "שעפיער לענדינג" אויף קענט עוו. – א רייזע פון 5 מינוט – ביז צום גיגאנטישן זאל ווי דער מעמד וועט אי"ה פאהרקומען ברוב פאר והדר.
-פרטים יבואו-
♦♦♦
♦♦♦


♦♦♦
♦♦♦

♦♦♦

♦♦♦
♦♦♦

♦♦♦
די דעפרעסטע אהרוינים זעען זיך ארום יאר איין יאר אויס ווי זייער כ"א כסלו ווערט מער און מער איינגעשרימפן, און ביי די זאליס וואקסט ב"ה דער ציבור פון יאר צו יאר.
גיבטס נעבעך א קוק ווי עס ווערט איינגעשרומפען
עס איז דא בערך מנין

אין זייערע מח וואשער פראבירן אלעס אין די וועלט צו בארויגען
צווישען אנדערע ווייסען זיי פינקטליך וויפיל ס'גייט קאסטען אין אז ס'גייט זיך אפי' נישט אוויסצאלען
אין דער בעקער נפל האט שוין פאברעצירט א צעטיל וואס די ארונים שפרייטן מכלומרשט ארום אלעס צו בארויגען זייערע תינוקות
לאמיך דא קלארשטעלן
די גאנצע פלאטפארמע פין שיפן גייט קאסטען קוים עטוואס מער פין די באסעס
אין די וועג נעמט אסאך שנעלער אין גרינגער
אין אז איינער וויל דוקא גיין מיט א באס וועט מען דאס אי''ה צושטעלן
אין פאר די יודן וואס קומן מיט קארס וועט אי''ה זיין גענוג אין נאך פארקינג
נאר זאלען זיי זיין פארנומען שעלטן
אין מיר וועלן זיך גרייטן צו גרויסען מעמד מיט אפענע טאשען אין הערצער
צו הלעפן די הייליגע מוסדות אין וומ''ס וואס איז א מיוחדת במינה
אין איז ממש א וואינדער וואס זיי האבען באוויזען קוים אלט 4 יאר אין א מוסד מיט כמעט 6000 בליעה''ר
נאכדערצו א מוסד מיט אזא כתר שם טוב די פירות דערפון זענען מעיד דערויף ב''ה
זענדיג די גריסע חסדים טאנצט מען זיך אינטער אויף די חסדי ד' וויפיל סיעתא דשמיא באגלייט די מוסדות
מיט א הודוי' על העבר ובקשה על העתיד
תוקן על ידי rebyankel ב- 22/11/2010 23:33:23
♦♦♦


♦♦♦
♦♦♦


♦♦♦


♦♦♦


♦♦♦
♦♦♦


♦♦♦


הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו גייט אריין די לעצטע פאזע
אצינד בעת מיר שרייבן די שורות זענען די מסירות נפש'דיגע עסקנים העכסט פארנומען מיט די לעצטע פאזע פון הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו וואס קומט אי"ה פאהר דעם מוצש"ק.
די ריזיגע זאלן פון "פולאסקי פארט קאמפלעקס" ווערט אצינד אויסגעשטאהט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער ניו יארק און אומגעגנט בלעיה"ר וועלכע ווערן ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן דעם גרויסן מעמד.
אזוי אויך ווערט אצינד געמאכט די נויטיגע איינרישונגען בנוגע די שיפן וואס וועלן אי"ה פירן דעם ציבור ביז צום טיר פון זאל און אזוי אויך אס מען זאל קענען פארקירן די קאר'ס נעבן די פארט ווי מען וועט אי,ה אויפשטייגן אויף די שיפן.
מער דעטאלן און אנווייזונגען וועלן אי"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
טוב להודות לה' – יומא טבא לרבנן – שושו ושמחו בשמחת רבינו
♦♦♦



תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום גרייטן זיך צו פראווען 66'סטע יום הצלה והשחרור פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
-בשילוב מיט'ן סיום "מסכת העשירי" בחבורת יסודי התורה-
ניו יארק
100 יאָר הרבצת התורה והנהגת הרבנות דורך מרנן רבנן אדמור"י סאַטמאַר, וועט אי"ה אפגעצייכענט ווערן ביים צענטראלן מעמד כ"א כסליו.
ביים "סעודת הודאה" און "דינער השנתי" להחזקת מוסדות סאַַטמאַַר-וויליאַַמסבורג, מיט אירע קנאפע 6,000 תלמידים ותלמידות כ"י אינאיינעם מיט שמחה'דיגער אווענט מיט''ן סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת "יסודי התורה" ושמחת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.
גאר גרויס איז די פרייד אלוועלטליך ביי חסידי סאטמאר אז געלויבט השי"ת נאך 100 יאר הנהגת התורה והרחבת גבולי הקדושה דורך די דריי מאורות הגדולים, און נאכ'ן מיטמאכן אזויפיל שטערונגען מבית ומחוץ פון עלעמענטן וואס האבן געוואלט אונטערברענגען דעם כוח התורה והנהגה במשך די אלע יארן, ציילט זיך היינט צו טאג די מספר התלמידים, דער פך שמן טהור פון תלמידים ותלמידות, קינדער פון אנשי שלומינו וואס ווערן נתחנך אין די סאטמארער מוסדות איבער דער גאנצער וועלט, על פי דרכו הקדושה פון דעם צדיק יסוד עולם, ראש גולת אריאל, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אונטער די הדרכה פון דעם שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, צו דעם אומגלויבליכער ציפער פון צוויי-און-צוואנציג טויזנט נפשות בליעה"ר וכן ירבו.
מיט גענוי הונדערט יאר צוריק, בשנת תרע"א האט מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אנגענומען דאס ערשטע רבנות פאסטן אין דעם עיר ואם בישראל אורשיווא והגלילות און געפירט די שטאט ברמה, גדר גדר ועמד בפרץ לחיזוק דת תורתינו הקדושה, און זינט יענעם יאר האט מרן רביה"ק זי"ע באשיינט די וועלט באור תורתו ובהנהגת אלפי ישראל הסרים למשמעתו, און מדריך געווען אלפים ורבבות ישראל מיט זיין הרבצת התורה והנהגות הרבנות אין די שטעט אורשיווא, קראלי און דערנאך אין די עיר הגדולה סאטמאר יצ"ו, ומצודתו פרוסה על כל העולם.
מיט גרויס סייעתא דשמיא האט דער גברא דמארי' סייעיה מרן רביה"ק זי"ע באוויזן אויפצושטעלן דאס יהדות החרדית דא אין אמעריקע און איבער דער גאנצער וועלט אויף איר ארגינעלן גלאנץ.ציגעל נאך ציגעל, שורה נאך שורה, און בנין נאך בנין האבן זיך אויפגעבויט און אויסגעברייטערט איבער די וועלט אונטער זיין הייליגער השפעה, זייענדיג דער רבן של כל בני הגולה, דער ריש גלותא און דער מרא דארעא ישראל, ביז עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ריזיגער נעץ פון קהילות און מוסדות התורה אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי אין דער אלטער היים אמאל.
לאחר שלקו המאורות ביום כוא"ב תשל"ט ווען רבינו הקדוש איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, האט מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, און ער האט ממשיך געווען צו מדריך זיין די אלפים ורבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בעוז ותעצומות אויף דעם דרך התורה והאמונה וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ער האט אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט.
אויף דעם זעלבן וועג איז היינט צו טאג ממשיך, הוד כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, דער ממלא מקום וממשיך דרכם בקודש פון די סאטמארער אימפעריע איבער דער גאנצער וועלט. תחת דגלו והדרכתו האבן זיך די סאטמארער מוסדות התורה והחינוך צעבליעט און צעוואקסן לשם ולתפארת, און זענען היינט א מוסטער פאר דער גאנצער וועלט. פילע אנדערע מוסדות התורה און קרייזן קוקן ארויף און קאפירן נאך די דאזיגע מבצרי התורה והיראה, וואס ווערט געפירט בגאון ובעוז דורך דער שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.
חדו השתא בהאי שעת"א, שטייענדיג אצינד בשנת תשע"א, גענויע הונדערט יאר זינט עס האט זיך אנגעהויבן די הנהגת הקדושה פון עדת חסידי סאטמאר דורך מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וואס איז נמשך געווארן דורך מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און שטייט אצינד אונטער די הדרכה והשפעה פון בנו הגדול כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, און עס קומט די פריידיגע ידיעה אז דער מספר התלמידים, קינדער פון אנשי שלומינו הנכנעים תחת השפעתו הרמה פון מרן רבינו שליט"א ציילט זיך ב"ה צו דעם אסטראנאמישן ציפער פון "צוויי-און –צוואנציג טויזנט נפשות" בלי עין הרע, וועלכע ווערן אצינדער נתחנך אין די סאטמארער תורה צענטערן איבער דער גאנצער וועלט, איז דאס א געוואלדיגע פרייד און ברענגט ארויס די טיעפסטע געפילן פון הודאה ושבח פאר'ן בוכ"ע אויף דעם פענאמענאלן וואוקס פון ממלכת סאטמאר העולמי.
לכבוד דעם היסטארישן אפצייכענונג איז געווארן אויסגעצירט א ספעציעלער גיגאנטישער אויג-פארכאפנדער שילד מיט די פונקטליכע דעטאלן און ציפערן פון אלע סאטמארער תורה צענטערן אין דער גאנצער וועלט תחת הדרכתו פון מרן רבינו שליט"א, און עס וועט ארויפגעשטעלט ווערן אין צענטער פון די טראנספאראנטן און שילדן וואס ווערן אויפגעהאנגען לכבוד דעם גרויסן טאג פון כ"א כסלו אין אלע סאטמארער קווארטאלן איבער דער גאנצער וועלט בשעת עס ווערט געפראוועט די סעודת הודאה. הויפטזעכליך וועט דער שילד פיגורירן אין צענטער פון זאל ביי די צענטראלע מסיבת הודאה אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
דערווייל וואקסט די שפאנונג ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר צו דעם געהויבענעם טאג, ווען עס וועט ווידער ארויסגעצייגט ווערן דער מעכטיגער כח הקדושה וואס רבינו הק' זי"ע דער בעל הנס האט אויפגעשטעלט, און עס וועט ווידער ווערן איבערגעצייגט ווי זיין הייליגע האראוואניע האט אן המשכה לדורות עולם, און ווערט ווייטער געפירט על פי דרכו הסלולה תחת דגלו ונשיאותו פון מ"מ דער רבי שליט"א.
אין די לעצטע פארבליבענע טעג גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות די אלפים ורבבות שלומי אמוני ישראל צום מעמד הגדול והמפואר, דער גרויסער נאכט פון כ"א כסלו, ווען עס וועלן זיך צוזאמענקומען תחת קורת גג אחד צענדליגער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותיהם, זיך צו פרייען און מרקד זיין אתלת אויף די שמחה המשולשת בחצרות סאטמאר און צו פייערן דעם היסטארישן אפצייכענונג פון 100 יאר הרבצת התורה והנהגת הרבנות פון מרנן ורבנן רבותינו הקדושים מרן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע ועכ"י ויבלחט"א מרן כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, און מיט א תפלה צום בוכ"ע בעטן אלע: ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.
♦♦♦אנטווערפען יצ"ו
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר שיחי' תושבי אנטווערפען, גרייטן זיך מיט גאר געהויבענע געפיהלן צום בעפארשטייענדן גרויסן מעמד וכינוס אנ"ש, די "סעודת הודאה" לרגל כ"א כסלו יום הצלה והשחרור ממרן רביה"ק זי"ע, וואס וועט געפראוועט ווערן אינאיינעם מיטן סיום מס' סוטה און התחלת מס' פסחים וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פון חבורת "יסודי התורה".
די מעמד וואס פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' וישב - כ"א כסלו, אין די נארוואס פארענדיגטע זאלן אין בנין פון "בית רחל ד'סאטמאר", ווי א רייכע סעודה וועט סערווירט ווער פארן ברייטן ציבור, און די צייט וועט זיין אנגעפיהלט מיט א זעלטן שיינע פראגראם.
מיט א גרויסע שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די בשורה מרנינה אז דער באקאנטער פה מפיק מרגליות ופנינים, ידען נפלא בקורות הדורות וקורות רבוה"ק, הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א מרביץ תורה ומגיד מישרים בקהלתינו ומסדותינו הק', וועט ספעציעל קומען צו פארן און וועט משמיע זיין מדברותיו בנעימים ביים שיינע מעמד און סעודת הודאה.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
♦♦♦
ירושלים
אין ירושלים עיה"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן דעם דאפעלטן שמחה פון דעם יום הצלה והשחרור אינאיינעם מיט'ן סיום רבתי אויף מס' סוטה אין חבורת יסודי התורה ביים גרויסן מעמד מוצש"ק אין בית מדרשינו אויף רחוב יונה, ווי עס וועלן זיך אי"ה אויך משתתף זיין די הרבנים הגאוה"צ שליט"א חברי בי דינא רבא. און אויך וועט אי"ה אויפטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א.
אום זונטאג פ' מקץ – יום כ"א כסליו הבעל"ט וועט אין ישיבה קטנה אי"ה געפראוועט ווערן א גרויסארטיגע "סיום מדכת" אינאיינעם מיט'ן "מעמד קרן הרמת התורה" ווי מען וועט אי,ה פארטיילן תעודות פאר די מצטיינים פון פאריגען זמן העעל"ט.
♦♦♦
בית שמש
סאטמארער חסידים אין בית שמש וועלן אי,ה פראווענען דעם גרויסן טאג "כ"א כסליו ביים גרויסארטיגן סעודת הודאה און מלוה מלכה אין די אולמי עסטרייכער בראשות דעם מרא דאתרא הגה"צ רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר'ן רב שליט"א'ס אייניקל.
♦♦♦
אויסטראליע
אנשי שלומינו אין מעלבוירן אויסטראליע וועלן זיך אי"ה צוזאמעקומען אום זונטאג נאכמיטאג יום כ"א כסליו אין שטוב פון הר"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו ווי מען וועט אי"ה פראווען דער סעודת הודאה לרגל היום, און אויך דער סיום מס' סוטה בחבורת יסודי התורה.
די פרטים איבער די מעמדי כ"א כסליו אין די איבריגע צענטערן דקהלתינו הקדושות וועלן אי"ה נאכפאלגן
-ב"ך בטחו אבותינו-
♦♦♦
♦♦♦

♦♦♦
דער הערליכער ברייט פארצווייגטער "בוים"
פון מלכות סאטמאר בכל קצוי תבל

♦♦♦
♦♦♦


♦♦♦
די לעצטע הכנות צום גרויסארטיגן מעמד כ"א כסליו אין די גיגאנטישע "פולאסקי פארט קאמפלעקס"
גרויסע אנווייזונגען שילדן זענען אראפגעשטעלט געווארן אין די גאסן ארום די גיגאנטישן קאמפלעקס פאר די רבנים און אנשים חשובים וועלכע קומען מיט אויטא'ס צום זאל


די באקוועמע נטילת ידים און ביה"כ אפטיילונג

טויזענטער הענגער'ס פאר מאנטלען


מען ציהט ארויף דעם ריזיגן שילד העכער'ן בימת הכבוד

♦♦♦
♦♦♦

♦♦♦
מעמדי כ"א כסליו איבער פארשידענע צענטערן איבער דער גארער וועלט






♦♦♦

•·•·•·•·•·•

♦♦♦
