היינט האט זיך געענדיגט די צווייטע רונדע פון זיצונגען ביי די דין תורה אין סאטמאר בני ברק.
די אהרונים זענען געווען פארנומען שוין ביי די פאריגע זיצונג אז דאס מאל גייען קומען די ריכטיגע באמבעס. זיי גייען ברענגן באווייז אז דער רבי ז"ל איז נישט געווען בעל הבית אין שיכון, נאר דער ציבור איז בעל הבית.
דער זיצונג האט זיך אנגעהויבן די פאריגע וואך דינסטאג, און די אהרונים האבן גענומען דעם רשות הדיבור, און זיי רעדן נאך אפשר יעצט. זיי האבן געברענגט באווייזן וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אלע באטייליגטע. יאנקי סופר וועלכער איז געקומען פון אמעריקע באבאכטען פון די נאנט די דין תורה, מטעם וועד בית רבינו, האט זיך געביסן די ליפן ווי נאריש די בני ברק'ער פירן דעם קעיס.
קודם האבן זיי געברענגט נארישע בריוון און שנאר פאמפלעטן אז דער שיכון האט רביה"ק בכלל נישט געבויעט, דאס האבן געבויעט אנ"ש פון ארץ ישראל, במילא איז דער רבי נישט בעל הבית. אבער דאס איז גלייך אפגעווארפן געווארן נאכדעם וואס עס איז ידוע לכל, און פארצייכענט בעט ועופרת אז דער רבי האט דעם שיכון געבויעט פון זיין אייגן געלט און ער האט אויפגעשטעלט דעם בארד אוו דירעקטארס, און דווקא יא געוואלט אז די הנהלה זאל געפירט ווערן דורך זיי.
דערנאך האבן זיי פרובירט צו ברענגן פאלטשע דאקומענטן (ווי שוין געשריבן באריכות אין אנדערן אשכול) אז ר' שמעון ווייס ע"ה האט גאר איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר ר' אהרן טייטלבוים. ווען זיי האבן געזען אז דאס איז א ריזן ליצנות, האבן זיי פרובירט א אנדערע מיטל, געזאגט אז ר' שמעון ווייס האט איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר מאיר פערל, ווייל ער האט פארטרויעט מאיר'ן אז ער וועט נישט אראפנעמען די טאוועלעך "בית פיגא" פון די מיידל שולע אין בני ברק, און די זאליס וועלן יא.
ווען בית דין האט אנגעהויבן פרעגן צו עס איז דא א מחלוקה צווישן ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' מאיר פערל צו וועם עס באלאנגט די שעיר"ס, האבן זיי אנגעהויבן דרייען מיטן צונג אז די ערשטע צעטיל איז א פאלטשע, און משה גבאי האט ארויסגעריקט בגניבה א חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים.
היינט, די לעצטע טאג האט בי"ד באשלאסן ווי פאלגאנד:
(1 דער אלטער עיקול וואס איז באשטעטיגט מיט א טי. אר. או. בלייבט בתוקף, און משה חיים ווייס טאר נישט טון קיין שום פעולה בשם די מוסדות אדער שיכון.
2) עס איז נישטא קיין שום עיקול אויף די זאל און האטעל וואס באלאנגט צו ר' דוד מאיר טאהלער, אפילו די אהרונים האבן אזוי שטארק געפייט דערפאר. אזוי אויך האבן די די אהרונים פארלאנגט פון בית דין, אז מען זאל מעקל זיין אויפן דעם אנדערע צד אויך, אז זיי זאלן אויך נישט מאכן קיין שינוים אדער פארקויפן נכסים אבער בי"ד האט דאס נישט אנגענומען.
3) די ארונים האבן פארלאנגט אז אלע זיצונגען זאל פארקומען אין ארץ ישראל און בית דין האט פארגעשלאגן פשרות. אבער די ארונים האבן בשום אופן נישט מסכים געווען צו קיין פשרות. דער בית דין האט למעשה נאר געגעבן נאך איין וואך, אין חודש אדר, ווען די זיצונג וועט פארקומען אין ארץ ישראל און שפעטער עטליכע וואכן אין אמעריקע.
4) אזוי ווי די אהרונים האבן מחדש געווען אז מאיר פערל מיט יאנקי סופר זענען אויך שעירהאלדערס, קומט אויס אז די אהרונים האבן נישט איינגעהאלטן די שטרי בירורין מיט דעם וואס עס איז געווען אויסגענומען אז אלע שעירהאלדערס זאלן אונטערשרייבן, דעריבער וועט די דין תורה נישט אנגיין ווייטער ביז די צוויי שרייבן נישט אונטער.
תוקן על ידי הבגץ ב- 09/11/2010 01:32:08