וואלקעינא אויסברוך: ר' שמעון ווייס איבערגעשריבן שיכון סאטמאר אין בני ברק פאר ר' אהרן טייטלבוים!
אין א מיואש'דיגע שריט, האבן די ארונים אין די לעצטערע טעג אנגעהויבן מיט זייערע פאלשע דאקומענטן ביי די בני ברק'ער דין תורה. ווי נאר דער הגה"ק האט זיך צוריקגעקערט פון לאנדאן זיך אריינגעזעצט אין ספרינטער.
די באריכטן פון בני ברק זענען נישט געווען אזוי יום טוב'דיג, האט מען באשלאסן מען האט נישט קיין ברירה נאר דער אלטער מהלך פון פעלשן פאפירן.
פאריגן דאנערשטיג תולדות האט ר' אהרן'ס טוען איינגעגעבן א כתב אז ר' שמעון ווייס ע"ה, דער גרינדער פון בני יואל, האט פארשריבן זיינע חלקי הבעלות (שעיר"ס) פון די מוסדות יטב לב פאר ר' אהרון טייטלבוים און ר' אהרן חתמ'ט בכת"י אז ער האט דאס באקומען. דאס ליצנות ביים בי"ד איז געווען עד לב השמים. דער גרעסטער שונא פון ר' אהרן האט אים איבערגעגעבן זיינע שעיר"ס פונקט איין וואך פאר ער איז געווארן רב הצעיר בכל אתר ואתר.
ווען די אהרונים האבן געזען דאס געלעכטער אין בית דין, האבן זיי זיך פארענפערט אז מסתם האט משה גבאי דאס געמאכט דעמאלס (ווייטער משה גבאי שולדיג...), אבער וויאזוי משה האט געמאכט ר' אהרן חתמ'ן יענע צייטן האבן זיי נישט געהאט קיין תירוץ.
היינט זונטאג האבן זיי געברענגט א פרישן צעטל פון ר' שמעון ע"ה אז ער האט חשון ס"ז פארשריבן זיינע שעיר"ס פאר מאיר פערל, און אויך באשטעטיגט ר' שמעון אלע אנדערע צעטלעך וואס ער האט געגעבן פאר פערל בנוגע בני ברק אז אלעס איז אמת.
מסתם ארבעטן זיי יעצט אויף נייע צעטלעך ווי די רביצין ע"ה האט אויך פארשריבן אירע שעיר"ס פאר ר' אהרן און אויסטויש אז ער וועט איר לאזן האבן די דירה נעבן דעם ביהמ"ד. און פון ר' עזריאל אויך, און אויב וועט זיין א סתירה פון די צעטליך וועט מען עס פארענטפערן מיט א פשעטל פון מתוך...
די רבנים האבן זיך פשוט געהאלטן ביי די זייטן וואו אהין פארלוירנקייט האט זיי נעבעך געברענגט.
די אהרונים ווידעראום האבן ארויסגעגעבן שטרענגע ארדערס אז קיין ווארט איבערדעם טאר נישט באריכטעט ווערן אויף היידפארק, ווייל די אלע תורות איז נאר גוט פאר די בני ברק'ע קעלבער גלאט, פאר די אמעריקאנע קען מען טאקע פארקויפן באבקעס, אבער נישט אזוינע גרויסע.