בושה תכסה פניכם!!!
די גאנצע זאך איז אפגעכאפט דורך קרעטשניף
די פרעים האבען איבערגערדייט ר' זיידל'ס הנרות, אפען זעלבן שטייגער ווי זיי פלעגן טוהן אין ראדני
ווער עס קען זאל ביטע שאפען די ווידיא'ס
דאס הארץ ציפט מיר נאך וואס איך האב צוגעזען דעם פארגענגענעם שבת אינעם קרעטשניפער ביהמ"ד,
דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די הנירות, שוין א שבת פאר חנוכה האבן זיך די צולאזטע יונגען אראפ געלאזט אינעם קעטשניפער ביהמ"ד נאכן פארטיגן קוואקענען און קופקען אין ראדני, מען האט געהאלטען אינמיטען די טיש, און פלוצלינג האבן אריינגעשטארעמט עטליכע צענדליגער בחורים, אויפן פנים האט אויסגעקוקט אז זיי זענען נישט זאט געווארן פון די זופ, זיי דארפן נאך צופרידען שטעלן די נשמה מיטן צאפן אביסל בלוט, אין זיך גענומען שרייען באנומענע קולות, געווארפען מאכלים רעכטס און לינקס, געשטיפט די טישן און בענק, אריינגעשריגן אינמיטען די תורה פון קרעטשניפער רבי שליט"א "ווארף ארויס דעם שגץ פון ביהמ"ד" כאילו דער קרעטשניפער רבי איז מחיוב נאכצוקומען אלע זייערע טעראר פארלאנגן.
די חשובע אידן און בעלי בתים (אריינגערעכנט פון פרעמדע קרייזן) זענען געשטאנען מיט אפענע אויגן מיט וואונדער, דאס איז די חינוך וואס מען לערענט מיט די בחורים ? דאס איז די פירות פונעם נייעם חינוך סיסטעם ? דאס איז טייטש "להחזיר עטרה ליושנה"????? פיין און וואויל עס איז "לא איכפית ליה" מיין רבי, וועגן דעם רודעפט מען א צווייטען רבי ??
עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן ארויס טראגן איינס ביי איינס פון אט די צושויטע כוליגאנעם, און מיט א אומדערהערטע חוצפה האבן די שקצים זיך גענומען טיילען פעטש און געשטויסן, יעדער וואס האט זיי נאר פראבירט צו שטיל מאכן
בנוסף על כלונה ווי ווייט חוצפה גייט, ווען א געוויסע חשובע רב א ת"ח ויר"ש מרובים וואס איז באקאנט אין די גאנצע שטאט מיט זיין התמדת התורה, וואס זיצט און לערענט יומם ולילה, האט זיף משתתף געווען ביים טיש פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א , אויפן וועג ארויס אויפן גאס, האבן זיך די צולאזטע מחוצפים, גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם רב שליט"א, לשונות וואס מען טאר ניטאמאל נאכזאגן, די איידעלסטע לשון פון די אלע לשונות וועל איך יא שרייבן,,,, " צוקוועטשטער דו, {ר'} זיידעל איז א מסייע לעוברי עבירה, און די וועסט זיצען נעבן אים אין גהינם. עפ"ל א אנוועזענדער ביי קרעטשניוו רבי טיש שבת און ביי די לעכט צינדן פארגאנגענעם מיטוואך און דארנעשטיג זאגט מיר אז דאס האט אויסגעקוקט ממש ווי א פאגראם...... זאגט ער מיר אז ער האט געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטען (שב"ק ביים טיש) "געב א מאך צו די לעקטער און נאכדעם וועל איך שוין טוהן דאס איבריגע" און נישט מער און נישט ווייניגער האט דער קווינס שגץ אנגעהויבען צו אראפנעמען די שבת קאווערס פון די לייטס, ווען נישט ער געט א שרייע "שבת" וואלט די לעקטער שוין לאנג פארמאכט געווען,
יא יא טראגן מיט א עירוב וואס כמה גדולים זענען מתיר איז א חיוב נאכצושרייען אבער צומאכן לעקטער (וואס האט נישט קיין שום היתר) כדאי מצער צו זיין א צווייטען דאס מעג מען יא,,,,
וועמען האבן זיי געוואלט אז ער זאל ארויס ווארפן ? א חשובע בחור וואס ווייגט אסאך זיך אין קרעטשניוו, וואס לשיטת הקווינס בויעס, האט ער געזאלט האבן געווארפען פאשקווילין בנוגע די סידור קדושין פרשה
איך האב יעצט געשאפט א קליפ פון די שרעקליכע פראגראם דארנעשטיג נאכט ביי די הנירות פון קרעטשניפער רבי שליט"א ווי מען זעט ליידער "פני זקנים לא נהדרו" ווי זיי מאכן לצינות פון עלטערע אידן וואס האלטען מיט די הנירות,
ווי אויך בילדער פון די צוכראכענע מנורה סטענד פון קרעטשניפער רבי שליט"א און עטליכע צובראכענע בענק אין ביהמ"ד, צוריסענע "סדר הדלקת הנירות לחנוכה" בנוסח קרעטשניף וואס די שקצים האבן צוריסן
איך וועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן
חנוכה איז קווינס בכלל אויף רעדער מער ווי סיי ווען, נפתלי לאזט נישט די בחורים צינדען אין ישיבה - אז יא וועט קעמפ זיין א טפל צו חנוכה, און אפ' די בחורים וואס שלאפען יא אין דארמיטארי שיקט מען איף וומ''ס מיט די האפענונג אנצופולן ר' זלמן'ס אויסגעשפילטע הנרות, אטאמאטיש ענדיגט זיך די ישיבה גענוג פרי אז די בחורים זאלן קענען זיין אינדערהיים פארן זמן, אין ציפרו דארף מען דאך נישט פארציילן אז פאר חצות איז נישטו מיט וועם צו גיין צום טיש ווייל די בחורים שלאפן דאך אינערהיים, בקיצור חנוכה הייבט זין אן ביהז''מ, און די קווינס בחורים זענען נאך מער סכנות'דיג
אגב איך ווייס נישט צו די דארמעטארי בחורים צינדען יא צו נישט אין ישיבה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די דארמעטארי בחורים דרייען זיך ליידיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג, אלס אן אנוועזענדער ביי די הנירות פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א אלס איך געהערט בשעת די פראגראם, ווי די כוליגאנעס שישקען זיך אז עס איז שוין 11:00 די באס פארט שוין באלד צוריק אין ישיבה, ווער זענען די בחורים אויב נישט דארמעטארי בחורים ?
apnws איך האף אז די ביסט נישט געווען דארטן צווישען די בחורים ווייל באלד גייט דאס זיין ביטערע בזיונות פאר די אלע צורידערטע פארשוינען, די קליפס און בילדער איז אן די וועי,
איך ווייס נישט ווען מ'דאווענט אפיציעל מעריב אין קווינס, כ'ווייס נאר פין די באסעס וואס מ'זעהט ארויסקומען פין BQE וואס מ'זעהט אנקומען היבש פאר'ן זמן מעריב
אין לייקען נישט אז מ'ברענגט אריין די דארמיטארי בחורים צו די אויסגעשפילטע הנרות אין ראדני נאך לעכט צינדען - זיי קומען נאר אן צו אנדערע פלעצער
ביז אהער גייט דערווייל די ארוינענאל. איבריג צו זאגן אז די מעשה האט די געווענליכע "שמואל יונה" שטריכן ווי "צושמעטערט טישן און בענק", "מאכלים זענען געפלויגן פון אלע זייטן" וכו'. איבריג צו פארציילן אז זה דרכם כסל למו, אויך ווען א חשובע משפחה האט פארקלאפט די טיר אויף קיעלע וויינשטאק דער אלטער בלעם וואס האט פראבירט איינצורעדן דעם זיידען ער זאל נישט גיין צום אייניקל'ס חתונה (היינט נאכט איז טאקע די חתונה. מזל טוב מזל טוב) האבן זיי געכאפט אז ס'איז צרות האבן זיי שנעל אויסגעדרייט דעם דאטשיק און איינגעשלינגען ארוינענאל כאילו איינער איז געגאנגען פארדרייען א קאפ פאר א אלטע איד ער זאל מסכים זיין צו גיין אין פאלקס לאט... און מ'האט יענעם ארויסגעזארקעט פונם אלטען אידס הויז. פונקט דאס זעלבע האבן זיי יעצט געגעבן צו עסן פאר זייערע קיען.
וואס איז למעשה געווען דארט? שמעון לעבאוויטש, דער צורידערטער פרא אדם וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיטן פירן די אטאקעס קעגן די חתן כלות וואס האבן נישט געוואלט איבערמאכן די קידושין איז געווען אין קרעטשניף סיגעט ביים לעכט צינדן. (דערנאך זאגן די אהרוינים אז זיי האבן נאר איין רבי און לויפן נישט זיכן סיפוק ביי אנדערע רבי'ס...) נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן וועם ער האט געזען אויפן גאס שמוסן מיט איינע פון די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט אינם נייעם זאל. דער שמעון האט נישט געחלומ'ט אז דער אינגערמאנטשיק איז א ברודער פון יענע ווייבל, ער איז געווען זיכער אז ס'רעדט זיך פונם חתן "המנובל" אליינס. האט ער אנגעהויבן מאכן קולות אויף יענעם אינגערמאן "שגץ מנובל שגץ" וכו'. לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, דער עולם דארט האט נישט געכאפט פונקליך וואס דא גייט פאר און זיי האבן געמיינט אז יענער אינגערמאן האט געטון עפעס וואס מען דארף נישט... איז צוגעגאנגען איינער צו יענעם אינגערמאן און אים געזאגט "גיי ארויס", האט דער אינגערמאן געפרעגט פארוואס? און ער האט גענטפערט פאר דעם שמעון "די וועסט פלאקערן פארן מנבל זיין דיין מויל און פארן נאכשרייען אינגע פרויען אין גאס וכו', ער האט זיך גענדיגט אפזאגן וואס ער האט געהאט צו זאגן און האט ארויסשפאצירט. (משום תקנת המקום קען איך נישט זאגן מיט וועלכע ניק דער שמעון איז געקומען פויקן זיין אייגענע חיות'שאפט אויף הייד פארק).
שמעון לעבאוויטש שטייט פארנט פונם טראק וואס שרייט מיט מייקס "זונה" אין די גאסן פון קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]