היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלונים טייערע: די ארונים זענען 'קעלבער'. ריכטיג?

זאלונים טייערע: די ארונים זענען 'קעלבער'. ריכטיג?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2843398

FiveBoro » 7/11/2010 17:46

וועלכע זאלי איר וועט נאר אנטרעפן, אין סיי וועלכע יארגאנג, ווער ער געוויס וויסן צו זאגן אז די ארונים זענען 'קעלבער'. דאס האט נאך זייער כיתה ז' רבי געוויסט אויסצולערנען.

אלזא, לוינט זיך אמאל צו זעהן, "ווער" זענען די קעלבער, און "ווי ווייט" דער באגריף 'קעלבער' קען בכלל אנקומען.

ווי יעדער ווייסט איז די פארגאנגענע וואך געווען העפטיגע וואלן אין וומסב"ג-ב"פ, און עס איז געווען א היסטארישע דערגרייכונג ווען שווערע טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען שטימען לטובת דאנעווען, א זעץ פארן שונא ישראל לאפעז, עפעס אזאנס אויף וואס ער האט זיך קיינמאל נישט גע'חלום'ט, זייענדיג רואיג ביי זיך, האבנדיג מיט זיך דעם "שר השתדלנים" נידערמאן וועלכע פארטרעט גאנץ כלל ישראל תושבי אמעריקא ורוסיא, ולאחרונה גם תושבי ארה"ק.

אין וומסב"ג וועהלן טויזנטער ספאנישע גויים, און טויזנטער פוד-פראסאסער'ס (א בעסערע פארשלאג אלס געגנזאץ צו חלה-דעקל האמיר דערווייל נישט ערהאלטן), מענער און פרויען, וועלכע האבן דאסמאל געשטימט פאר שניידערמאן. נישט ווייל הרב נידערמאן איז גליקליך מיט שניידערמאן, א בוזעם פריינד פון הרה"ח ר' יעקב פריינד ק"י ווילידש טראסטי, און א געוועזענער לויער קעגן די מהרסים אין קר"י ביי די סקול דיסטריקט פרשה, וואס עס איז זעלבספארשטענדליך אז זיי זענען מיט אים ווייט ווייט נישט גליקליך, אבער עכ"ז, יעצט אויפן מינוט איז שניידערמאן א זיסערע פיל ווי דער ביטערער דאנעווען, וועלכע פירט אן מיט א אינוועסטיגעישן קעגם דעם שונא ישראל, און האט אייגנטליך ממילא נישט קיין שאנסן צו געווינען. (ווי גלייכן די זאלונים צו זאגן? די ארונים גייען נאר מיט די געווינער. דאנעווען יוכיח...).

אלזא, נאך די אלע טויזנטער פארזיכערטע לאפעז-שטימען, איז אין "אלט וומסב"ג" אליינס אריינגעקומען עפעס אין די הויכע פערציג פראצענט שטימען פאר דאנעווען. א נומער וואס נידערמאן האט נאכנישט בייגעוואוינט.

אין היידפארק איז געווען פארשידענע סארטן זאלונים, מיט פארשידענע סארט מהלכים וויאזוי אפצו-ווישן דעם אומגעראכטענעם דרכפאל.

ויהי היום, עס איז געקומען דער דאנערשטאג, און דער איד איז ערשינען, והנה, די זאלונים דעוויסן זיך פון א טרוקענע פאקט, באזירט אויף 'קראנטע' סברות און חזיונות:

די ארונים אין וומסב"ג האבן געהאט נישט מער ווי עטליכע הונדערט שטימען!

אלע זאלונים ווערן שאקירט פון די מעכטיגע אויפדעקונג. געמיינט האט מען אז מען מוז ארויסדרוקן פארשידענע סברות פארוואס 48 פראצענט איז גארנישט ווערד, אבער דא זעהט מען קראנט אז ס'איז נישט מער ווי עטליכע הונדערט. נו, געקויפט און פארקויפט, און אלע ווייסן שוין נאכצוזאגן דעם פאקט.

זענט איר אוודאי נייגעריג: וואס איז זייער אויפדעקונג? שטוינענד:

היות שניידערמאן'ס 2500 שטימען זענען געווען וועהלער וועלכע האבן אויך געוועהלט פאר קאומא, און מאידך גיסא פון די דאנעווען שטימען זענען געווען רוב "נאר" פאר דאנעווען אן קיין שטימע פאר א גאווערנער, און בלויז 3-4 הונדערט זענען געווען פאר דאנעווען "און" פאר קאומא, קומט דאך אויס אז די איבריגע דאנעווען שטימען זענען נישט געווען פון די ארונים, ווארום זיי האבן אויך אינדארסירט קאומא, בלייבן די ארונים מיט 3-4 הונדערט שטימען. אין להשיב!

עס איז הפלא ופלא וואס א טיפער באדייט "קעלבער" קען טראגן. נישט סתם קעלבער, נאר "סייחים-גלאט".

איז נישט אפשר בייגעפאלן פאר א זאלי צו פרעגן א שאלה: וועמענס שטימען זענען – אויב אזוי – געווען די איבריגע דאנעווען שטימען??? אפשר פון די טאהשער קהילה? (נפל, באשטעטיג עס), אדער סוליצא? אדער אפשר גאר די ספאנישע וועלכע זענען ארויסגשליידערט געווארן פון די פראדשעקס אדאנק נידערמאן-לאפעז?...

בעיא דלא איפשטא!

(עס פארלאנגט זיך א באזונדערע אשכול פאר די קליינקעפיגע זאלונים\בני יואל אין קרית יואל, וועלכע גייען יאר יערליך ארויס ווי די קעלבער צו די שטום בודקעס, גלייבנדיג פונדאסניי אז "דאס מאל גיימער עס מאכן", ועוד חזון למועד, לכשאפנה בעז"ה).

_________________

rebyankel » 7/11/2010 20:32

כ'קען עס נישט גלייבן זייער צייטונג זאל מאכען פון זיי פשוט דאס גענאר אוב איז עס אמת ביטע סקען א קאפי

גערעכטער1 » 7/11/2010 21:22

יודע צדיק נפש בהמתו, דער יוד קען זיינע קעלבלעך...

belony » 7/11/2010 21:41

What do u mean?? Zei Huben Doch a picture........ See the different between the 2 pictures of Niederman and Freund.......

קראך_היט » 7/11/2010 22:44

א שיין בילד פון די שטרוי וואס מ'האט געגעבן צו פיטערן די קעלבער

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 8/11/2010 00:04

ס'האט מיר געקאסט א שמייכל
אבער קענסט יעדע וואך טרעפן אזעלכע ספין'ס אין דער איד'ס מח וואשעריי (כלשונם)
לויט פלאן גייט דער איד ביז עטליכע וואכען זאגען ווי דער נייער קרית יואלער מעיאר האט אינאיינעם מיטן סענאטער פין אראנזש קאונטי געגבן פאר די זאלי'ס די 4 שטאקיגע ברוקלין בריזש מיט די הילף פין א' זשענעראל עריק שניידערמאן - זייער פיקטשער ביזעם פריינד
אין די אינטערשטער שטאק וועט זיין אפארדעבל האוזינג מיט א כולל גראסערי, ווי אויך די נייע געזיכטע בילדינג פאר די 8000 קינדער אין די 1000 קווינס בחורים.


כאפט א שמייכל, דא האט איר נאך א שטיקל פין די  11% ארונים אין וומ''ס

[בילד – נישט אפגעהיט]



יצחק90 » 9/11/2010 10:17

מהם

סעפטיק_זל » 9/11/2010 20:32

די בעסטע פון אלעם איז ווען דאסקאל גארגעלט זיך אויס אויפ'ן מייק פאר די וואלן כאילו ער פירט אן א נורסערי חדר

איין זאלי האט געשימפט וואס מיינט ער אז איך לערן אין נורסערי?! ער רעדט צו אונז ווי מען רעדט צו קליינע קינדערלעך !!! ער האט מיר געזאגט אז ער גייט קלאר נישט ארויס שטימען וועגן דעם,

אבער יא! אזוי רעדט מען צו קעלבעלעך!!!!

ערענסטער » 9/11/2010 22:04

ווער ס'האט די פלאקאטען וואס די נידערמאן וויליאמסבורג קאמפיין האט געהאנגען און וומ"ס פאר זייערע זאלי קעלבער(גלאט), ביי די פריימעריס אנטקעגן אטורני שניידערמאן, זאל עס דא לייגען ביטע.

סעפטיק_זל » 9/11/2010 23:14

פארוואס פרעגסטו נישט ווער עס האט די פלאקאטן ביי די אלגעמיינע וואלן ווען זיי האבן געבעטן מען זאל שטימען פאר שניידערמאן
און אט די ווערטער איז געווען די קעפל "מי ראה אלו יוצאים ולא יצא"