אין א פרישע רינגעלע אין די קייט פון אויפטוען לטובת הזאלונים, האט דער ניק 'חיי שעה' ממנה געוען דריי אינגעלייט, ר' משה פריעדמאן, ר' אשר ניסן מילער, ר' ברוך יהודה בלוי, אלס די מנהלים פון די עדה החרדית.
נעכטן ערשינען א נייעס, אז עס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין בג"ץ קעגן די אנפירער פונעם פראיעקט אויפן אלטן ביה"ח אין יפו, פארלאנגענדיג אז די בג"ץ זאל אפשטעלן די ארבעט אויפן פלאץ.
פארשטייט זיך, חיי שעה האט באקומען חיי שעה, צו וויפעלטן מאל.
ווארום, די עדה איז אריין אין בג"ץ! אלזאף דער בג"ץ איז מהיום והלאה מותר.
כ'וועל שוין נישט אריינגיין צו אין יענעם פאל ווען ס'איז נישט קעגן פרומע אידן איז יא מותר צו גיין אין בג"ץ ווייל איך וועל דאס נישט פסק'נען, אבער צוערשט ברויך מען וויסן: "ווער" איז אריין אין בג"ץ?
אט כאפט אבער א בליק אויפן קלאגע, און זעהט אליינס:
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעהט איר דא א ווארט עדה החרדית?
איך טרעף עס נישט.
און צו די וועלכע פרעגן "היתכן מען גראבט דאך שוין נישט"?
איז די תשובה זייער פשוט.
די מציאות איז – ווי איך האב שוין געשריבן פאריגע וואך – אז מען האט פאריגע וואך געטראפן א פרישע מערה.
דערויף גיבן זיי אריין א קלאגע, אז מען מוז זיי אריינלאזן מפקח זיין, און אפשטעלן די ארבעט ביז "זיי" וועלן באשטעטיגן וואס מען מעג און וואס נישט.
אז איר וועט דורכקוקן די פאפירן וועט איר קלאר זעהן, אז מען רעדט פון צוויי זאכן: 1) חפירות פון אפאר חדשים צוריק. 2) א טענה אז מען גראבט יעצט לעכער, וועלכע זענען לשיטת ה'קלעגער "פוגע" אין קברי ישראל.
דאס הייסט אזוי, נישט אז די ארכילאגן גראבן יעצט קברים, קלאר אז נישט. די ארכילאגן זענען אפילו נישט דארט. ער טענה'ט נאר אז "די לעכער וואס די ארבעטער מאכן", זענען פוגע אין די קברים. נו, איך הער דיין מיינונג... ער איז ניטאמאל געווען אינעם שטח, ער האט בלויז א טענה אז ער הערט אזאנע באריכטן. יעדער האט רעכט צו האבן א טענה... (און אויב וועט מען אננעמען זייער טענה און מען וועט זיי "אויך" אריינלאזן מפקח זיין, וועלן מיר אויך נישט זיין אויס מענטש...)
די מציאות איז אז ביים מאכן לעכער שפורט מען צו מען קומט אן צו א מערה, און אזוי איז טאקע געווען פאריגע וואך, ווען מען האט דאס דערשפורט, און דערפאר האט מען אפגעלאזט יענעם שטח! (טראץ וואס ס'איז נישט 100 פראצענט צו ס'איז טאקע א מערת קבורה).
ס"ה:
1) די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך דריי יחידים, נישט דורך די עדה, און ניטאמאל דורך אתרא קדישא.
2) די קלאגע זאגט אז זיי "באקומען באריכטן" אז מען טרעפט פרישע מערות און קיינער היט נישט דערויף. די אנקלעגער האבן נישט קיין שום באווייז אז זייערע "שמועות" האבן האפט.