הויפט זייט » כל העולם כולו » נידערמאן מיט ר' מנשה זענען מתיר תועבה קאנדידאטן
נידערמאן מיט ר' מנשה זענען מתיר תועבה קאנדידאטן
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2842872
רבונא דעלמא כולא, ווי אויף די וועלט מיר האלטן, פלוצים האט מען זיך דערמאנט אין "כל המנבל את פיו"
_________________
לשיטת צד מהרז"ל, וועלכע וואלן/קאנדידאטן האט רבי ישראל חיים מנשה געמיינט ביים אונטערשרייבן דעם קול קורא?
_________________
די "הויכפונקט" פון די "הנהגת התורה" האט געגרייכט אירע העכסטע שטאפלען!
עס איז נישט צום גלייבן ווי אידן מיט ווייסע בערד שעמען זיך נישט צו מאכן ליצי ליצנות פון זיך אליינס, און פון די הייליגע תורה.
אלעס אלעס איז געווארנדן לויט מיינע פאליטיק! האב איך גע'חתמ'עט קעגן מיינע אינטערעסן? נישט קיין פראבלעים, מ'וועט ממנה זיין "הגאון ר' משה דוד" אלס דער אויסשליסליכער "פוסק הדור" אין דעם הינזיכט.
עס איז נישט צום גלייבן וואס דארט טוט זיך.
איך פארשטיי נישט על מה כל הרעש?
דער איסור איז געווען פאר גוים,
איך האב שבת געהערט א גוטער תירוץ פון א זאלי הלמאי זיי פליפ-פלאפן מיט זייער תועבה געשטימעכטס, איז ער מיר מסביר אז לעולם זענען זיי אלס געווען און וועלן זיין קעגן תועבה קאנדידאטן, מ'דארף נאר וויסן וואס "תועבה" מיינט, די גרעסטע תועבה בדורינו איז בלי שום פוקפוק "אהרן טייטלבוים", ממילא סיי וועלכער קאנדידאט וואס קען געבן א כח פאר אהרן טייטלבוים, דאס איז דער תועבה קאנדידאט, איך האב איהם געזאגט, ניצחתני בני ניצחתני
קראך היט
דאס איז נישט קיין חידוש
די 'סברה' איז דער מכריע ביי יעדע זאך
דאס גייט היתרים אויף מסירה, חילול ש''ש, ערכעות, גניבה, טהרת משפחה, גזילה אין וואס נישט
נאכדעם שרייען זיי אז מ'רעדט אויף זייערע דיינים....
ווער איז נאך אזוי מבזה די זאלי דיינים ווי די זאלי'ס אליינס?
ווער איז שילדיג אז די זאלי דיינים'ס בריווען האבען נישט קיין שום תוקף אין די יודישע גאס?
דאס איז נישט קיין חידוש
די 'סברה' איז דער מכריע ביי יעדע זאך
דאס גייט היתרים אויף מסירה, חילול ש''ש, ערכעות, גניבה, טהרת משפחה, גזילה אין וואס נישט
נאכדעם שרייען זיי אז מ'רעדט אויף זייערע דיינים....
ווער איז נאך אזוי מבזה די זאלי דיינים ווי די זאלי'ס אליינס?
ווער איז שילדיג אז די זאלי דיינים'ס בריווען האבען נישט קיין שום תוקף אין די יודישע גאס?