היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הודו לה': "קרית יואל בלאק וואוט" ארויס זיגרייך!

הודו לה': "קרית יואל בלאק וואוט" ארויס זיגרייך!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2842503

מנחם_מענדל » 3/11/2010 19:45

נאך די ערנסטע שרעק און זארג, איז די סך הכל פון די נייעס אז די קרית יואל בלאק וואוט איז ב"ה מאסיוו געשטארקט געווארן נעכטן בעז"ה!

פון איין זייט: רוב ציבור אנ"ש האבן פארשטאנען די וויכטיגקייט, און ארויסגעקומען שטימען מאסיוו אין די ריזיגע ציפערן, טראץ די רואיגע פאזיטיווע קאמפיין - להנאת הציבור, און מען האט ב"ה ריזיג איבערגעוואויגן די שטימען פון די מהרסים די שונאי-ישראל-פריינד, טראץ זייער מאסיווע שמוציגע קאמפיין וועלכע האט ארויסגעצויגן אלע פארכמורעטע פון זייערע לעכער צו קומען מהרס זיין - כפי דמיונותם השנתי - די ווילידש און קהילה, וועלכע זענען איבערגעוואויגן געווארן מיט בערך טויזנט שטימען אריבער, וואס דאס איז א שטארקער סוקסעס פאר קרית יואל ב"ה.

פון די צווייטע זייט: איז ב"ה געווען א שטארקער אומערווארטעטער סוקסעס פארן סענעטאר לארקין, אונזער לאנגיעריגער פריינד, וועלכע איז אויסגעשטאנען א העפטיגע העץ קאמפיין קעגן אים ביי די גויים (מיט די הילף פון די אידישע שונאי ישראל ליידער), פארן חטא פון העלפן די אידן. ער איז ב"ה נאך אלעם ארויס א זיגער מיט 18,000 אין די גאנצע געגנט, און דערמיט איז אפגעראטעוועט געווארן דער זארג אז די פאליטישאנס וועלן מורא האבן זיך ארויסצושטעלן לטובת קרית יואל, ווען למעשה האט ער גענונג גוט אנגעצויגן "אפילו ביי די גויים", וואס דאס איז דאסמאל נאך בעסער ווי ווען ער וואלט ווען געווינען נאר אדאנק די אידן, כמובן.

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!


תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 03/11/2010 20:03:31

גוטזאגער » 3/11/2010 20:26

דאס געמיינע שטיקל-ארבעט וואס די זשיגאנער תלמידי רעבעזעכערוינע לעבראווכע האבן פאראורזאכט, האט ב"ה נישט געהאט קיין שום ערנסטע ווירקונג.

הנה לא ינום שומר ישראל פון די רשעות פון די רשעי ישראל (מזרע ישראל).

אוי ווי קען מען יעצט אפאטעמען:
אשת חיל באקומט מיליאנען, און די זאלונים פלאצן...
סקול דיסטריקט באקומט מיליאנען, און די זאלונים פלאצן...

רעכטער » 3/11/2010 21:07

אשריכם תושבי קרית יואל!

"אשריכם תושבי קרית יואל" איז דער אויסדרוק וואס תושבי קרית יואל דריקן זיך אויס איינער צום אנדערן נאך די נעכטיגע וואהלן וואס האט געשיקט א מעסעדזש פאר אלע פאלאטישאנס אז אריבער פינף טויזענט שטום בארעכטיגטע וויילער האט א טייל גענומען אין די וואהלן, וואס דאס וועט ווי אויטאמאטיש שטיפען ערוויילטע באאמטע צו וועלן העלפן קרית יואל.

 

גאר באזונדער ברויך מען ארויסברענגען א הערצליכן דאנק פאר די קרוב צו דריי טויזענט דריי הונדעט תושבי קרית יואל וועלכע האבן געוויזן אן הכרת הטוב פאר די פאליטישע ערוויילטע וועלכע העלפן שטענדיג ארויס קרית יואל אין אלע הינזיכטן, און דערמיט געוויזן אז פון ארויסהעלפן קרית יואל דערלייגט מען נישט.

 

באזונדער זענען קרית יואל אייוואוינער פיל מיט לויב פאר השי"ת אז די פאלאטישאנס וואס האבן יעצט געווינען די וואלן, זענען ספעציעל נאנט מיט די עוסקים בצורכי ציבור, און וועט בעהשי"ת ברענגן די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר אלע קרית יואל איינוואוינער צוגלייך.

 

צווישן די געווינער איז דער קומענדיגער גאווערנער, אטוירני דזשענעראל ענדרו קאומאו, גאר אן אלטע פריינט פאר קרית יואל, אין די צייט וואס דער דער אמטירענדער קאמטראלער טאם דאניפאלי איז אויך ספעציעל נאנט צו די געברויכן פון קרית יואל. דער קומענדיגער אטורני דזשענעראל עריק שניידערמאן א לאנג יאריגער פריינט פון ווען ער האט נאך סערווירט קרית יואל אלס לויער, האט אויך גרינג געווינען דעם יוסטיץ מיניסטער אמט.

 

אין די קארגע צוויי יאר זינט סענעטאר דזשיליבראנד האט איבערגענומען דעם סענאט זיץ פון אויסערן מיניסטער קלינטאן, האט זי שוין אסאך ארויסגעהאלפן קרית יואל, און איר געווינס צוזאמען מיטן אוהב ישרא' טשאק שומער, וועט בעזר השם ברענגען נאך טובות פאר קרית יואל איינוואוינער.

 

איבערן געווינס פונעם קומענדיגן קאנגרעספרוי העיווארט איז איבעריג ארויסצוברענגען די געווינס, אין די צייט וואס דער לכאורה קומענדיגער קאנגרעס מאיריטעט פירער דער אידישער קאנגרעסמאן עריק קענטאר, האט פרעזענליך אפגעשטאטעט א באזוך דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קרית יואל.

 

לגבי דער געווינס פון סענעטאר ביל לארקין איז איבעריג יעדעס ווארט.

 

אין א באזונדערע סורפרייז האט די קרית יואל אינדערסירטער קעמניץ ווי געווינטשן פארלוירן דעם פארמעסט קעגן אסעמבליפרוי עני רעביט. קעמניץ איז ווייט נישט קיין נאנטן פריינט מיט קית יואל, זינט זי איז א אנפירער פון דעם "פראטעקט מאנרא" גרופע. מען האט איר אינדארסירט צוליב פארשידענע סיבות.

 

שטייענדיג א טאג נאך די נאוועמבער וואלן, בעטן תושבי קרית יואל א תפלה צו וועם עס באלאנגט די לב מלאכים ושרים, אז קרית יואל זאל ווייטער בליען לשם ולתפארת לכבוד שמו יתברך עד ביאת גואל צד' בב"א.

_________________

מישמאש » 3/11/2010 21:53

הייסט דעס וואס ק. מ. פ. מיט י. ב. זענען געגענאגען שטימען האט גארנישט געמיינט ?


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/11/2010 22:47:20

לאפלאש » 3/11/2010 22:13

און וואס ר. ה. צ. איז געגאנגען וואוטן אין ווילי האט אויך גארנישט געמיינט?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/11/2010 22:47:54

Palin12 » 3/11/2010 22:15

וואס זענען די געוויסע סיבות פארוואס מען האט אנידראסט א קאנדידאטקע פון פראטעקס מאנרא

סעפטיק_זל » 3/11/2010 22:45

לאפלאש
עס זעט אויס ווי די קענסט נישט הרב רבי ה. שליט"א ואכמ"ל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/11/2010 22:48:39

רעכטער » 3/11/2010 22:52

Palin12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס זענען די געוויסע סיבות פארוואס מען האט אנידראסט א קאנדידאטקע פון פראטעקס מאנרא

בערך די זעלבע פארוואס סאטמאר וויליאמסבורג האט אינדארסירט דאנאוואן.

_________________

פשווארסק » 4/11/2010 18:21

H'Asken r yisro y. Fround with AG A. Schneidrman

 


היראים » 4/11/2010 22:54

פין בחצרות

 

הרב יעקב ישראל פריינד הי"ו

 

 

♦♦♦


היראים » 4/11/2010 23:01

רעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

" איבערן געווינס פונעם קומענדיגן קאנגרעספרוי העיווארט איז איבעריג ארויסצוברענגען די געווינס, אין די צייט וואס דער לכאורה קומענדיגער קאנגרעס מאיריטעט פירער דער אידישער קאנגרעסמאן עריק קענטאר, האט פרעזענליך אפגעשטאטעט א באזוך דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קרית יואל.

 ________________


די פרעסע האט לכתחילה געלייקענט די באזוך פין קענטאר
ווי באריכטעד
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2841697&forum_id=16386

דא האט א בילד פין די מיטינג

Owly Images

תוקן על ידי היראים ב- 04/11/2010 23:10:27

היראים » 4/11/2010 23:02

היראים » 16/11/2010 21:04

בלאק וועט ב''ה פילפאכיג פארשטערקערט
KJ Votes: Final Election #s "w/ all paper ballots" Heyward (R) [Endorsed by Anash] 3,250, Hall (D) [Endrsd by Zalis/BY] 1,934 62%-38%

אפשר_דאך » 17/11/2010 04:05

עריק קענטאר גייט נישט זיין דער מאיאריטעט פירער וואס געהער צו זשאן באהנער, נאר דער מאיאריטעט ווהיפ. דער צווייט-מאטפולסטער קאנגרעסמאן אין די מאיאריטעט.

_________________