עס וואונדערט זיך אויב די צייט איז שוין רייף צו מאכן די ברכה פון ברוך משנה הזמנים. עס קומען פאר גרויסע ערדציטערנישן און עס איז ממש אין פוצה פה ומצפצף.
איך רעדט וועגן צוויי "ריזן נייעסן" וואס קאכן און ס'איז שא שטיל. נייעס נומער 1 איז אז ר' אהרן האט זיך געפינען די וואך אין לאנדאן (מיר האבן אלע געזען די בילדער ווי ער דרייט זיך אויף די גאסן פון לאנדאן ווי א אויסגעשפילטער מיט 10 אינגע בחורים. אבער לאמיר מאכן א שווייג דערוועגן ווייל די מדובר איז אהרויני און ווען אהרויני איז דער מדובר איז דאס די שענסטע די בעסטע און די גרעסטע אפגעזען וואס די פאקטן זענען.
די פלא איז זייער גרויס די שווייגעניש וואס די אהרוינים האבן פלוצלינג איינגענומען אין אזא זמן, געוועטליך אין א זמן וואס אהרויני געפינט זיך אויס אויספלוג טוט זיך אשכולות איבער אשכולות הונדערטער בילדער, אבער יעצט מאכן זיי א שווייג כאילו אלע קעמרעס אין לאנדאן האבן א מינוט נאכן הכתרה געכאפט הארץ אטאקעס... עס האלט שוין אזוי ווייט אז דער עולם ווייסט ניטאמאל אויב ער געפינט זיך נאך אין לאנדאן אדער ער איז שוין צוריק!!!
די צווייטע באמבאסטישע נייעס איז די מעכטיגע לענדסלייד זיגן פון די אהרוינים, קודם האבן זיי איבערגענומען קאנגרעס און אפילו אין סענעט ווי זיי האבן נישט איבערגענומען האבן זיי עכ"פ געשטארקט זייער כח מיט כמעט דאפעלט, גאנץ אמעריקע מיטן פרעזידענט בראש פארט אויף רעדער און די הויפט מחותנים די ארויניס זענען עפעס נישט בנצמא...
פאר אונז איז די טויטקייט זייער גוטע נייעס, עס איז ידוע ומפורסם אז מיר געפינען זיך דא נאר אפצוענטפערן די אלע לשון הרע און רכילות'ן מיט שפיכת דמים וואס די אהרוינים לעבן פון, יעדן טאג קעגן א צווייטן יחיד אדער עסקן וואס איז אפילו נאר נחשד אין מחשבות זרות קעגן אהרויני. ווער רעדט נאך פון די אפיציעלע עסקנים און איינגעשטעלטע אדער ווען איינער וואגט זיך חתונה צו מאכן אן ברענגן קודם די כלה.... די שפיחת דמים איז אנגעגאנגען פאר יארן לאנג ביז מיר האבן זיך גענומען צום זעלבן מיטל (פארשטייט זיך מיר האבן ח"ו נישט געטשפעפט קיינעם בלויז פארן געהערן צו זייער פארטיי) מיר האבן ארויפגעלייגט בילדער פון די הייליגע מאנרא בחורים וואס קדושה ברענט זיי, מיר האבן ארויפגעלייגט בילדער ווי זיי ווארפן פאשקעווילן וכדו' מיר האבן געניצט דעם פארק אפצושטעלן שפיחת דמים אויף ווי ווייט מעגליך. עס האט זיך קלאר איבערצייגט אז די רגע מיר ווערן פארשווינדן פון דא גייט די שפיחת דמים ארויף.
זעט אויס אז די מעסעדש איז אנגעקומען און די שפיחת דמים דא אויף הייד פארק האט אנגעהויבן נאכלאזן, עד כדי כך אז זיי האבן נאך היינט נישט דערמאנט דעם נאמען נידערמאן "אפילו איין מאל אויך נישט" אשרינו שזכינו!
לאור כל זה איז שטארק מעגליך אז אויב וועט די מצב אזוי אנהאלטן און די חברה וועלן זיך נישט צוריק נעמען צום מיטל פון טרינקן בליט וועט דער גאנצער פורום אויסטריקענען... (איך רעדט נישט בשם די הנהלה, איך רעדט בשמי ווייל ווי נישט ווי בין איך א שטאקע כח דא און אויב איך טרעט אפ...). דאס איז 100% קלאר פאר יעדעם אז הייד פארק ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם און זיכער נישט פארן נאמען "סאטמאר" (בזיונות מאכן זיי זיך אליינס אויף א גרויסן פארנעם).
איך האלט בשיטה אז די פורום זאל בלייבן אפען אלס א שטעקן, אזוי ווי מען רופט דאס אין ענגליש "דשאסט אין קעיס", אפשר וועט דאס ווערן א פשוטע נייעס פורום מיט מער וועלטליכע נייעס און ווייניגער וויכוחים. איין זאך איז זיכער, און דאס איז אז: אויב די אהרוינים געבן אויף זייער שפיחת דמים אפעראט... לייג איך אראפ מיין פעדער. ונזכה ונחיה ונראה אויב זיי קענען אין א קורצע תקופה טוישן דעם אינטערנעט געוואוינהייט פון 10 יאר