ב"ה די וואלן איז פאריבער, איך האב נישט געהאט קיין צייט די לעצטע טעג צו שרייבן איך וועל יעצט מאכן א ס"ה פון די וואלן אין ניו יארק אטורני דזשענריל זיץ
דער קאנדידאט דען דאנעווען האט נעכטן נאכט געווינען מיט א לענסלייט די בארא פארק'ער דיסטריקט, נאכן איבער ציילן 7 פון די 10 שטים פלעצער האט דאנעווען באקומען 79% פון די בארא פארק'ער שטימעס, דאס איז נומבער וואס בארא פארק האט נאכנישט געזען מעולם אז אלע קהילות פון גרויס ביז קליין האבן געשטימט פאר 1 קאנדידאט.
ב"ה אז די געציילטע מהרסים ומחריבים וואס האבן באקומען גוט באצאלט צו פאדרייען דעם עולם, האבן נישט מצליח געווען צו האבן א סעקספולע נאכט אין בארא פארק, נאר דער ציבור האט געוויזן אז די געטרייע מנהלי המוסדות און עסקנים פון די קהילות האבן ב"ה א ווארט אויף דעם היימישען ציבור, און נישט די אשר קרחה'ס.
אין בארא פארק זענען ארויס געקומען לערך 8500 שטימע'ס אויסער די קליינע שטים פלעצער ווי 10 ביי 44 און 18 ביי 60 און דאס איז א לענסלייט געווינס פארן היימישער ציבור אז די אחדות איז מצליח,
לכו בכוחכם זה