היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » 9:04 זאליס קאפוט, אהרוינים געווינען לענדסלייד

9:04 זאליס קאפוט, אהרוינים געווינען לענדסלייד

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2842297

חיי_שעה » 3/11/2010 03:06

עס איז שון דא 4 מינוט פון ווען די בודקעס האבן זיך פארמאכט, מען גייט שוין אט אט אנהייבן ציילן. מיר ווייסן נאך נישט וועלכע קאנדידאטן האבן געווינען און וועלכע נישט. איין זאך ווייסן מיר יא די זאלי קאמפעני איז קאפוט פיניש פיניטאו פערטיג און די אהרוינים האבן געוואונען מיט א מעכטיגע מערהייט... וואס די ספין גייט יעצט זיין ווייסן מיר נאך נישט אבער זייט זיכער אז ס'קומט ווייל א אהרויני האט נאך קיינמאל נישט פארלוירן...

צביהירש » 3/11/2010 03:22

דהיינו די געווינס רופט זיך חיי שעה.
ווייל פון ווען מ'טראכט אזוי ביז מ'זעהט אז ס'איז פארקערט. איז חיי שעה

אינדיג » 3/11/2010 03:41

ווייסט איינער אפשר ווי ס'איז מעגליך מיטצוהאלטן די רעזולטאטן LIVE?

חיי_שעה » 3/11/2010 03:42

realclearpolitics.com 

אינדיג » 3/11/2010 03:48

Attorney Generalback to top
New York
Eric Schneiderman Dem 2,460 49.84%
Dan Donovan GOP 2,405 48.72%
Carl Person Lib 55 1.11%
Ramon Jimenez Fre 16 0.32%
26 of 16310 precincts reporting (0.16%)

אינדיג » 3/11/2010 03:48

יישר כח מר. חיי שעה

חיי_שעה » 3/11/2010 05:03

פונקט אזוי ווי איך האב פאראויס געזאגט מיט רוח הקודש ממש

דער צורידערטער יונה (מיטן נייעם ניק וואס ער האט געמאכט נאכן ווערן בלאקירט פאר "צוויי וואכן" קווינסצדיק) פייערט שוין א זיג פון 4 טויזענט שטימעס, ער ווייס גארנישט אז מען האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן צייגן די KJ שטימעס

מילכיגער » 3/11/2010 05:08

לויט ווי איך פארשטיי פון דא
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20101102/NEWS/101039977
האלט דזאן האל מיט א אויבערהאט נאר צוליב די איחוד הקהילות וואוטס

Palin12 » 3/11/2010 05:11

פון ווי פארשטייסטו דאס, שטייט נישט בכלל פון ווי די שטימען קומען, און חיי שעה זאגט אז אין קרית יואל האט מען בכלל נישט אנגעהויבען צו ציילען

מילכיגער » 3/11/2010 05:35

ווייל אויב ער האט א אויבערהאנט מיט אונטער 1000 שטימען איז 1+1 2

אבער למעשה זעה איך אז העיווערט האט זיך ארויפגעריקט שיין מיט די נומערן דארט
סטעי טאונד

חיי_שעה » 3/11/2010 06:05

ממש א פלאצקער גאונית דער פעילין האט שכל ווי ע עוורידש אהרויני. קוק אינם לינק וואס מילכיגער האט געברענגט וועסטו זען אז אויפן איינציגסטן פלאץ ווי עס ווערט דערמאנט Village of Kiryas Joel איז נישט דא קיין שום רעזולטאטן

Palin12 » 3/11/2010 06:29

חיי שעה איך פארשטיי דיין צער, שפרינג נישט ווי א צאפ, שריי נישט ווי א עגלה ערופה
איך האב די אלע לינקס בודק געווען שטייט נישט גארנישט

חיי_שעה » 3/11/2010 06:34

הער אויף צו ניצן אזאנע צודרייטע גזמאות ווייל מען וועט דיר נאך חושד זיין אלס יונה. דרך אגב פאלט מיר יעצט איין אז קען גאר זיין אז אלע אהרוינים זענען אזאנע גזמאות'דיגע דמיונערן...

Palin12 » 3/11/2010 07:42

חיי, איך נוץ נישט קיין דוגמאות, גיי קוק אינדעם לינק, דארט שטייט נאר ציפערען אהן קיין הסברים, שטייטש נישט פון ווי דער האט באקומען די שטימען אדער א צווייטער, ווילסט קוויטשען צדרייעט וכו' דמיון וכו' שריי געזונטערהייט

SatmarNews » 4/11/2010 00:04