היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » התגרות באומות באופן נורא: קעי.דזשעי. אלייענס

התגרות באומות באופן נורא: קעי.דזשעי. אלייענס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2842171

רעכטער » 2/11/2010 20:57

דער פארשטאנד איז צו ארים, און דער שליסל-ברעט שפראכלאז, ווען מען ברויך רעדן פון אונטערברענגער פון כלל ישרא' בכלל, און עסקנות בפרט.

 

מיט א קוק אויף צוריק וואס די – אומגלויבליך אבער ליידער א פאקט – "אידישע" רוצחים מיט אומבאגרעניצטע רשעות קעגן כלל ישרא' אין אמעריקע האבן אלץ אפגעטון די לעצטע צוואנציג יאר, איז בעסער ווען מען פאנגט נישט אן צו רעדן, צוליב וואס שעה'ן לאנגע דרשות וועט דאס נישט קענען גענוג דעסקרייבן, און אוואדאי און אוודאי מיטן שרייב קראפט.

 

ווען דער באקאנטער שונא ישרא' האט מיט די גרעסטע מאס רשעות און רציחה באגאסן די מידיא סטאנציעס מיט כל ערליי בלבולים קעגן כלל ישרא', האט קיינער נישט גע'חלום'ט (אדער נישט גע'וואלט חלום'ען) ווי ווייט דאס וועט שאדן טון יעדן איד אין אמעריקע. אבער מיט א קליינעם בליק אויף צוריק זעהט זיך א שרעקליכער בילד: די צייטן וואס די חרדי'שע אידן זענען געווען פון די באגלייבסטע פערזאנען ביי יעדן גוי אין אמעריקע, אריינגערעכנט די רעגירונג אינסטאנצן אויף סיי וואס פאר שטאפל, האט זיך דאס רעדל ליידער גענצליך איבערגעדרייט, און מען ברויך נישט אראפברענגן קיין שום דוגמא ווי ווייט יענע גרויליגער "וואל סטריט דזשורנאל" ארטיקל האט אראפגעברענגט דעם רעספעקט פון יעדן איד עד דיוטה התחתונה ועד בכלל. יעדער קען פאר זיך אליינס אויסרעכענן גענוג פעלער זינט דאן ווי די אידן ווערן רח"ל געזעהן אלס די ארגסטע פארברעכער סיי ביים דזשורי און סיי ביי ריכטער אומעטום.

 

יעדער ווייסט פון דעם הלכה בידוע עשו שונא ליעקב, אבער קיינער רעדט זיך נישט איין אז די גוי'אישע שכנים ארום קרית יואל זענען 'פלוצים' געווארן אנגעגעסענע אנטי-קרית יואל אין די צייט וואס אין אמעריקא גייט קיינעם גענצילך נישט אן וואס א צווייטער טוט. ס'איז פאר קיינעם קיין סוד ווען די א.ד. רשעים האבן מיט אומבאגרעניצטע שנאה געשריבן גאר העסליכע ארטיקלען אינעם "רעקארד" קעגן קרית יואל בכלל ובפרט, אויף אזוי ווייט אז היינט צו טאג איז זייער שווער צו טרעפן א גוי אינעם געגענט וואס זאל נישט האבן א וויסטע שנאה צו יעדן איד.

 

אין א פרישן שטאפל אויסצורייסן די אויגן פון יעדן גוי ארום קרית יואל, און ארונטעררייסן יעדן פאלאטישאן וואס שטייט צו די הילף פון קרית יואל, האבן די זעלבע א.ד. בלוט-זויגער ארומגעשיקט א קארטל אויפן פאסט פון די שכנים ארום קרית יואל, אונטערן כלומר'שטען נאמען פון הרה"ח אברהם ווידער, אז ער בעט מען זאל 'ארויסהעלפן' די קאנדידאטן וואס העלפן קרית יואל, אריינגערעכנט סענעטאר ביל לארקין, וועלכער האט לויט זיי ארויסגעהאלפן קרית יואל אין פארשאפן 11.5 מיליאן דאלאר פארן אשת חיל בנין.

 

שומו שמים! אויב די שכנים זענען נאכנישט גענוג גרויסע 'פריינט' פאר קרית יואל, האבן די א.ד. אונטערברענגער נישט געדזשאלעוועט קיין געלט, און טוען דאס מאקסימום וואס מעגליך אונטערצוברענגן יעדן הילף וואס קרית יואל זאל נאר קענען באקומען, און זיכער מאכן אז די קנאה שנאת ישרא' זאל וואקסן ווי אויף הייווען.

 

קרית יואל איינוואוינער זענען מתפלל אז דער חילול השם זאל בעזהש"ת נישט האבן קיין שום אפעקט, ויסתמו פהם של שונאי ישראל בב"א.

 

אויב איינער האט דער פאשקעוויל זאל דאס ביטע אריינסקענען.

rebyankel » 2/11/2010 21:01

כ'האב געהערט דערפון
איינער האט מיר געזאגט ער וועט מיר שאפען א קאפי
כ'האף עס ארויפצולייגן ווי נאר כ'באקום עס

וועלכע עבירה אין די תורה וועט נישט מותר פאר זייער תאות השנאה ושררה?
אזא פנים טראגען זיי מיט זייערע רבנים

עפשטיין » 2/11/2010 21:04

עס איז געווען אויף די נייעס
די שאלה איז ווער זאגט אז יד ישראל באמצע?
אפשר איז דאס זיין אפאנענט? עס איז דען דא אבעסערער וועג אים צו קלאפען ווי דאס?

rebyankel » 2/11/2010 21:06

התגרות באומות דורך די לוזערס אין מוסרים אין קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

nys10952 » 2/11/2010 22:04

טאקע א געפערליכע פארברעך !

פין ווי ווייסט מען אז סאיז פין עליינס חברה?

וואלןסח » 2/11/2010 22:11

די פאסטעדזש האט א פערמיט נומער

קען מען דאס נישט פון דארט מברר זיין

יוסלע_פליט » 2/11/2010 22:52

דו ביזט אויך פון די מענטשן וואס זאגן אז די מערכה אין די פאוסט קעגן ר' ארי' לייב גלאנץ איז געקומען פון זיינע נישט אידישע פיינט??? אדרבה, מאכט אייך א חשבון הנפש, פארוואס ווען עס קומט ארויס עפעס א שמוציגע מערכה אין די גאס, ווייסט כלל ישראל אנצודייטן אויף אייך מיטן פינגער??? ווי קען דאס זיין אז (לויט אייך) ר' ארי' לייב איז געמסר'ט געווארן פון פאפענע אידן, קומט כלל ישראל און טייטלט מיטן פינגער אויף אייך, וואס איר זענט מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט??? ווי קען דאס זיין אז אין קרית יואל זענען געגאנגן גויאישע שכינים וואס האבן פיינט קרית יואל (מסתמא ווייל זיי האלטן אז די רביזיכרונהליבראכע האט נישט געוואלט אז וויזניצע רבי'ס איידעם זאל זיין רב אין קר"י...) און באשמיצן דעם וויליזדש מיטן מעיאר, און כלל ישראל ווייסט זיך אויסצודרייען ווידער צו אייך, און טייטלען מיטן פינגער אין אייער ריכטונג???? שוין צייט אז איר זאלט זיך מאכן א חשבון הנפש אנשטאט אנקאטשקענען דעם פארום מיט געמויזעכטס, און קוקט אייך אן! פארוואס טאקע????? פארוואס ציט כלל ישראל א שלעכט אויג אין אייער ריכטונג??? עטס האטס א שווארצע רעקארד ביי כלל ישראל! איר זענט ליידער די גרעסטע מחללי שם שמים, מהרסים, גזלנים, מוסרים פונעם יאר הונדערט!! נישטא קיין קהלה אין די וועלט וואס צייכענט זיך אויס מיט דעם אויבן דערמאנטן דיגרי!!! איר באקומט דעם מעדאל פונעם יאר הונדערט אויף מסלף זיין די תורה לויט אייער פערזענדליכע געשמאק, און פארדעם האט עטץ אזא פנים!!! און נאכדעם שעמט איר זיך נישט צו קומען שרייען קאזאק הנגזל???... שעמט אייך!! מאכט ליבערשט א חשבון הנפש און פרובירט צו פארעכטן אויב נאך מעגליך! (ווי אזוי האט נאר דער עם הארץ הגזל אויסגערופן אין די גאסן אין קר"י?... זיי וועלן קיינמאל נישט קענען קיין תשובה טאן.... מאכט זיכער אראפצונעמען די קפידה וואס ענקער צדיק'ל האט אויף אזוינע בעלי עבירה!!...)

לאפלאש » 2/11/2010 22:57

שיינע עד פון גדלי' סעגעדין פאר לארקין. איך פארשטיי אז נאכדעם האט מען זיך געכאפט אז דער עד קען בעקפייערן, לייגט מען דאס ארויף אויף די זאליס. נייס טריי

nys10952 » 2/11/2010 23:10

איינער שיקט מיר אין אישי אז פאר 5 יאר צירוק האט עס די VILLAGE געטין פאר טאון קאנדידאטן זיי אפציטיען ווייסט איינער אינפארמעשן יענער זאגט אז סאיז געווען אין די לאקאל פרעסע דעמאלטץ

_________________

וואלןסח » 2/11/2010 23:18

לאפלאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שיינע עד פון גדלי' סעגעדין פאר לארקין. איך פארשטיי אז נאכדעם האט מען זיך געכאפט אז דער עד קען בעקפייערן, לייגט מען דאס ארויף אויף די זאליס. נייס טריי


ווען איך האב געהערט פון די עד בין איך געווען זיכער אז די זאליס גייען ענטפערן אזוי ווי לאפלאש

 

אבער מען דארף זיין דום צו גלייבן אז דאס האט סעגעדין ארומגעשיקט

nys10952 » 2/11/2010 23:30

nys10952 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איינער שיקט מיר אין אישי אז פאר 5 יאר צירוק האט עס די VILLAGE געטין פאר טאון קאנדידאטן זיי אפציטיען ווייסט איינער אינפארמעשן יענער זאגט אז סאיז געווען אין די לאקאל פרעסע דעמאלטץ

_________________




איינער שיקט מיר יעצט אז דער וויטריאל פין די VILLAGE זיינס א ברודער איז דעמאלטץ געשטאנען ביי די טרען סטעשאן אין הערימאן אין געטיילט די צעטליך אז מזאל גיין פאר די דעמיקראטן ווייל זיי העלפן די ק"י מיט אסאך

האט איינער נאך פרטים?

_________________

היראים » 3/11/2010 00:24

פרעג פארמעגליך אדער חי' שעה פאר איבריגע דעטאלען....


אין לאפלאש
כ'האב נישט געוויסט אז דער סעגעדין איז אזא שוטה,
נאך א מזל די לאזט זיך נישט נער'ן


תוקן על ידי היראים ב- 03/11/2010 00:33:40


וואלןסח » 3/11/2010 00:56

זאג נאר די מאנסיער

פארוואס שיקט מיר קיינער נישט די אלע אישי

שלמהווייס » 4/11/2010 17:24

[בילד – נישט אפגעהיט] 

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי שלמהווייס ב- 04/11/2010 17:53:23

היראים » 9/11/2010 00:11

ד''מ פארשטינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געפלויגן

דער אנטיסעמיטישער קאנדידאט האט ב''ה מיעס פארלויערן - ווי אלע אלייענס קאנדידאטן
אין דער שטינק זיינער איז  געבליבן, וועם די פרעסע איז דערגאנגען ווער ס'שטייט אינטער די התגרות באומות וחילל ש''ש