היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » היסטארישע דינער כ"א כסלו תשנ"ח און דזשאוויץ סענטער

היסטארישע דינער כ"א כסלו תשנ"ח און דזשאוויץ סענטער

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2841768

קעציל » 1/11/2010 05:45

איך האלט אז די היסטארישע דינער וואס איז פארגעקימען שנת תשנ"ח אינעם גיגאנטישען דזשאוויץ סענטער, פארדינט א אשכול פאר זיך.
עס איז דענסמאל אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש, א ריזיגער ציבור האט אנגעפילט דעם בנין הענקי, ספעציעלע הויעכע פלאטפארמעס פאר די תלמוד תורה קינדער, יענעם יאר האבן זיך די שפאקטיווען (קוקערס) פארקויפט און די טויזענטערס, צוליב וואס א מענטשליך אויג האט נישט געקענט זען די הערליכע מעמד פון איין עק ביזען צווייטען.
עס געדענקט זיך נאך ממש ווי יעצט ווי דער ציבור שפאנט ארויף אויף די צענדליגע פערי שיפן, וואס יעדע וואס זיי האט אנטהאלטן פלאץ פאר עטליכע הונדערט מענטשען, אריינקומענדיג אין זאל האט זיך פאר אלעמען אנטפלעקט דאס הערליך בילד, שווערע טויזענטער זיצן הערליך צוגעגרייט פלאץ צו אנטפאנגען די שענסטע קהולה אויפן כדור הארץ.
ווער רעדט נאך פון די מינוטען ווען רבינו בעל ברך משה איז ערשינען אינעם זאל, דאס בילד וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן ווי דער עולם האט זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט אין די פלאם פייערדיגע חסדי השם וואס האט נאכגעפאגט ווי אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום זעלבן ריכטונג ווי די רבי בעל ברך משה זי"ע שטייט אנגעכאפט און די קינדער פאר לאנגע מיניטען.
ווער עס האט בילדער זאל מיר עס ביטע שיקן אויף 911hydepark@gmail.com


תוקן על ידי קעציל ב- 01/11/2010 05:51:41

קעציל » 1/11/2010 05:48

שיקטס נאך בילדער צו [email protected]
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי קעציל ב- 01/11/2010 05:50:12