סקוורא האט ארויסגעשיקט א נייעם וואל קאמפען פאר די עבדים כנענים תושבי סטאלין
דעם שבת האט גאנץ סקווער באקומען א פארפלייצונג מיט פאלשע שרעקעדיגע קאמפען בלעטער.
מיט 4 זאכן וואס מען פרעדיגט דעם ציבור פאר די וואלן,
1, הויזינג-דירות 2 סקיורעטי 3, יוסטיץ-לעגאלע אישוס, 4 פארקס.
1, דירות זיי באשרייבן דעם קריזיס פאר דירות,:
א, די קריזיס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן וואס איז שוין לאנג אימדערטרעגליך און אלע הייזער וואס ווערן יא געבויעט איז נאר פאר דעם הייליגען רבינ'ס קינדער ויצ"ח,
זיי בויען ריזיגע בנינים פאר זיך און בויען איבער קיין געלט מאנגלעט איבערהויפט נישט,
נאר "דירות" איז זייער גיט פאר א קאמפען אישו פאר די נייאיווע חסידים-עבדים.
[בילד – נישט אפגעהיט]
2, סעקיורעטי,
אן א בושה מיט שרעקעדיגע גרויליגע בילדער שרעקען זיי אן אלע איינוואנערס און מאכען זיי א גאנצע צימוס פון "סעקיורעטי" וואס יעדער ווייסט און פארשטייט פארוועמען און פון וועמען דארף מען סעקיורטי,
סעקיורעטי דאף מען נישט האבען פון ח"ו אויסערליכע גוים, ניין נאר טאקע פון פון די אידישע מושלים וואס וואך נאך וואך ווערט דער אומשילדיגער ציבור ברוטאליש אטאקירט וויי שניידען טייערס, ברעכן די קאר ווינדאוס אין אויך אויף דירות שלאפצימערן מיט קליינע קינדער אינמיטען די נאכט און אפילו בעצם יום השבת קודש האט מען די וואך אויסגעהאקט די ווידאס פון טייערע אידן רח"ל.
און וואס וועלן זיי טון מיט די סעקיורעטי? זיי האבן שוין באוויזען זייער גבורה, ווען זיי האבן מיט בראטאלישע אכזריות געקייטעלט אומשילדיגע בחורים ווי די גרעסטע פארברעכערס רח"ל
און ווער ווייסט, און דער טאג זאל נישט קומען וואס זיי זאלן האבן א סעקיורעטי פארס, וויפל אידען אין יונגע בחורים וועל פון זיי ליידען!
[בילד – נישט אפגעהיט]
3יוסטיץ!
זיי ווילן אונז פארקויפן יוסטיץ, גאנץ סקווער ליידט נאך היינט פון די אויפרייסערישע שעדליכע פאליטיק וואס די מנהיגי סקווער פירט אן, ווער געדענקט נישט די שרעקליכע שנאת ישראל וואס האט ארויף געברענגט אויף סקווער בפרטיות און אויך אוף גאנץ כלל ישראל בכלוליות ווען דער רבי האט געפאזט מיט די קלינטאנס אין וואשינגטאן מיטן קולפקטע, און די פארדאנס
וואס סוכ"ס איז די תוצאות געווען שרעקעדיק אז דער סקווערער ראש הקהל אליינס ר' חיים בערגער ע"ה (טאקע דער פאטער פון דעם היינטיגען ראה"ק מענדעל בערגער-וואס האט זיך נישט געלערנט פון זיין טאטענס מ') האט מען ארעסטירט און אים אהיים געשלעפט פון די מדינה, און איז לאנגע יארען אפגעזיצן און סוכ"ס אפגעשטארבען אין תפיסה רח"ל.
נא אזעלכע פירערעס קען מען טראסטען מיט יוסטיץ??? אוואדאי נישט, ח"ו היה לא תהיה.
4, פארקס
שוין דאס דריטע עלעקשין יאר וואס די פירערס פארקויפען פאר יעדע עלעקשין "פארקס" פאר די קינדער, און האלטן אפילו נישט ביים געבן פארקס,
די קינדערלעך זענען טאקע זייער דעספערעט פאר פארקס, און אוודאי זענען די קינדערלעך אסאך מער דעספערעט פאר די רוחניות פארקס, וואס די קינדער זאלן נישט זיין אינטער די שרעקעדיגע פרעשער פון ווערן געניצט פאר די האסטישעס וואס ווערן געפייניגט פון די אכזריות'דיגע חסידעסע מעשיגאסן, און אויך די אומשילדיגע קינדער וואס ווערן באניצט אויף צו זיין די חסידיסע שטעקנעס וואס ווערן געטרעינט צו מבזה זיין, און זיין די שגץ ארויס שרייערס אויף דעם טייערן ציבור וכדו' הערט אויף צו באניצען זיך מיט די "פארקס סלאגען" ווייל יעדער ווייסט עטץ מיינטס נישט די קינדערלע'ס טובות, נאר מען וויל ניצען זייער בליט און פלייש וואס עטץ דארפטס נאר פארשטערקערן די מלוכה!
[בילד – נישט אפגעהיט]
אלע תושבי סקווערע ווערן שטארק אויפגעפאדערט ארויס קומען אין מאסען און שטומען פאר אלע קאנדידאטען וועמען סקווערע האט"נישט" אינדארסט און ארויסשרייען דעם וויי געשריי פאר אלע פאליטישענס, אז א גרויסער טייל ווילן נישט לעבען אינטער אזעלעכע דיקטאטארישע הערשער
און מען בעט די פאליטישענס נישט זיי געבן כח צו פייניגען דעם סקווערן ציבור, בעזהשי"ת
תוקן על ידי boyskver ב- 01/11/2010 00:21:06