דערווייל געפינען זיך אינם רויטן קעסטל עטליכע אישו'ס וואס האבן נאך נישט באקומען א ספין און דער עולם הייבט אן ווערן נערוועז. יעצט האט נפתלי משה ווייס געסטראשעט אז אויב וועט נישט קומען א ספין אין זעלבן טאג אין וואס שמעלקא באקומט א פארלאנג דערפאר וועט ער ארויסגעבן דעם אדרעס פונם רויטן קעסטל אזוי וועט דער גאנצער עולם קענען לייגן מעסיוו לחץ צוזאמען אז שמעלקא זאל נישט האבן מער א ברירה צו שלעפן און לאזן דעם עולם זיצן אנגעצויגן.
די דריי אישו'ס וואס ווארטן אויף א ספין זענען ווי פאלגאנד:
ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן מאכט חתונה א אייניקל און ווי עס שיינט וועט זיין א שבע ברכות צוזאמען מיטן גרויסן כ"א כסליו דינער. לויט ווי עס זעט אויס וועט דער פשעווארסקער רבי זיך געפינען דאהי כ"א כסליו און ס'שוועבט א סכנה אז ער וועט זיצן אויבן אן ביי הגז"ל... מען דארף שוין א ספין
תולדות אברהם יצחק האט עדווערטייזט אין דער איד מיטן פולן פעסטקייט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די תקנה אז ווער עס עדווערטייזט ווען נישט קענען שנארן ביי אינזער עולם. דערווייל איז דער ראש הקהל יצחק אליינס דער בעל אכסניה און גרעסטער שטיצער ער פראוועט אין ראוז קעסטל... מען דארף א ספין אבער שוין!
ר' געציל האט אינטערגעשריבן דעם פראטעסט שוי קול נדרי, ער האט געמאכט דעם רבין צושאנד און צושפאט... ס'איז וויכטיג א ספין ווי פריער.
דערווייל האט נאך דער בדחן נישט געהאט קיין צייט צו אדרעסירן די ערענסטע דאגות פון די אהרוינישע קעפ. דעריבער וועלן מיר פראבירן אביסל צו בארוהיגן די קעלבער.
ספין א) זאליס לייגן גרויס דריק אז פשעווארסקע רבי זאל קומען צו הגז"ל'ס שוי כ"א כסלו... (אויב וועט ער צום סוף נישט אנקומען אידאך גוט "פשעווארסקע רבי באגראבט די זאליס מיט זייער רבי בראש, ער דערקלערט ניצט מיך נישט פאר איידערע ביליגע אינטריגעס. אויב וועט ער יא אנקומען איז דאס נאר וועגן די דריק און נאר וועגן די שבע ברכות ביים פאסט טרעגער, ער איז דאך א מחותן נישט אזוי? אדער קען מען אפילו גיין ווייטער און זאגן "דאקטער שפיצער")
ספין ב) קען מען ענטפערן צוויי תירוצים. אדער דער איד האט אריינגעלייגט די אלע עדס פאר פרי, אדער קהל האט געגעבן רשות.
ספין ג) ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די זאליס פעלשן א חתימה.
שמעלקא אויב געפעלן דיר מיינע ספינס, בין איך גרייט צו קועמן ארבעטן פאר דיר פאר די רייט פרייס ווייל די זאליס באצאלן שוין נישט...