יעצט האבן די לאנדאנע חסידים געלאזט וויסן פאר די ניו יארקע ראשי קהלה אז זיי נעמען נישט ארויס פון זייערע קעשענע קיין איין פעני פון פאראויס. די ניו יארקע ראשי קהלה זאלן מוחל זיין שיקן דאס געלט פון פאראויס (איר געדענקט אוואדאי די געקראכטע טשעק צום לויער ביים קעיס קעגן דעם ברך משה אינטערגעשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מהר"א... אויך געדענקט איר אוודאי די בריוון פןו די פישמאן ברידער "תפלה גזולה" אויפן צוויי טאגיגע ביהמ"ד ביים גרעניץ פון וו"ב און איר געדעקנט מן הסתם אויך די בריוו פונם קאנטראקטער פונם ווייט עוו. ת"ת מיט קאפיס פון די געקראכטע טשעקס). די לאנדאנע חסידים האבן שוין פארשטאנען אז דאס איז די אפיציעלע סיסטם. אנדרייען א ווינט וואס קאסט שווערע געלטער און נעלם ווערן איבערלאזענדיג ריזיגע חובות.
נאך לענגערע פארהאנדלונגען וואס האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן האט אברמי רובין ארויסגעשיקט מיט א שיף "פארענטשעס מיט סיינס און פאלקאטען" קיין לאנדאן (זעט אויס אז חוץ זיך לאזן פיקטשערן אינם ביהמ"ד החדש קען ער נאך עפעס...). לויט א אומבאשטעטיגטע באריכט האט רובין געזאגט פאר א חבר זיינער אז די גאנצע פרשה מיט סאוט 8 האט ער אנגעדרייט נאר צו קענען נעמען א גרויס מארגעדש צו באצאלן די לאנדאנע טריפ און דערנאך לאזן דעם ביהמ"ד גיין אויף פארקלויזשער רח"ל
צוליב נקמה האבן די ניו יארקע ראשי קהלה באפוילן פאר דער בלאט נישט צו מאכן א מצב פון די נסיעה אזוי ווי זיי טוען געווענטליך. כאטש דער בלאט מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די "מאסע המאלכעס" באצאלן די ניו יארקע קהלה יא טיקעטס פאר אריבער 300 ניו יארקע בחורים אין אינגעלייט כדי ס'זאל נישט קיין קיין בזיונות עצומות.
די שאלה וואס בלייבט נאך אפען איז אויב ווען מען יעצט אויך צולאזן אז א היימישער דראג דילער זאל זיין דער דרייווער אדער זיי האבן זיך שוין געלערענט פונם עבר.
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 31/10/2010 17:51:38