היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פארוואס באיאקאטירט דער בלאט רא"ט'ס טריפ צו לאנדאן?

פארוואס באיאקאטירט דער בלאט רא"ט'ס טריפ צו לאנדאן?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2841330

קעציל » 31/10/2010 03:01

אנדערש ווי אלעמאל ווען רא"ט גייט אויף א אויספלוג סיי ווי איבער די וועלט, קימט דאס באגלייט מיט גרויס פאמפע שוין פון וואכן בעפאר, מיט לאנגע ארטיקלען און אנאנסן, אנדערש איז אבער דאסמאל וואס זיי האבן זיך באגניגט מיטן שטעלן עטליכע שורות, וויסט איינער וואס גייט פאר?
און אנדערע נייעס איז באקאנט געווארן אז הרב ר' חיים וואזנער וועט באשיינען די הכתרה לכבוד די משפחה שמחה, עס איז ערווארטעט אז די זאליס וועלן זיין זייער דעפרעסט אז ער איז געקימען...

mandala » 31/10/2010 03:20

זעט אויס אז מיילעך דייטש קומט נאך די פארלאנג פון די אהרונים צו שרייבן ווי ווייניגער הגה"ק אויף ר' אהרן'ן...
 
אין א זייטיגן נאטיץ: יעצט זעט זיך שטארק אן דער דיפרענץ צווישן די צוויי רביים אין סאטמאר. בשעת ווען ר' זלמן לייב איז געפארן קיין לאנדאן צו שנארן געלט פאר א מיידל שולע אין אנטווערפן. פארט ר' אהרן סתם אויף פאמפע דראמפע, הכתרות, הכנסת ספר תורה וכו'. וואס געט אביסל א בליק פאר די דרויסענדיגע גאס וואס זענען די ציהלן פון די צוויי רבי'ס, ר' אהרן וועט בלויז פארן פאר אטענטשאן און זיך בויען, ר' זלמן לייב פארט נאך געלט פאר מוסדות התורה און אויפטון פאר אידישקייט -- וואס אפילו מ'וויל זאגן אז דאס איז בלויז א שפיל, קומט אויס אז ר' זלמן לייב שפילט בעסער און הייליגער, ווידעראום ר' אהרן וועט זיין ביזי מיט איך, מיך און זיך איינמאל און נאכאמאל. ראו מה בין בני לבן חמי.