עס איז אייך אלעמען באקאנט אז רא"ט צו ווי מאנכע רופן אים הגה"ק איז שוין עטליכע מאל צוזאם געפאלען ל"ע, די אפיציעלע תירוץ איז געווען דאס איז רעזולטאט פון נישט שלאפן ביינאכט, ער לערנט ספרי קבלה, נעמט קוויטלעך, נעמט אבני קודש, טיילט ברכות, און לעצטנס איז ער אפילו אויף ביז שפעט אויפדערנאכט - אבזערווירט ביז ווען מען דרייט זיך אויף די גאסן הן אין וויליאמסבורג הן און קרית יואל (עיין שבת שובה דרשה צום גדלי')
דעם היינטיגן שב"ק איז רא"ט אנגעקומען אום 9:15am און בית המדרש בית ברוך וואס געפינט זיך אין קרית יואל, אריינקומענדיג אינעם היכל האבן די קינדער געהאלטן אינמיטן זאגן תהילים (ווי עס איז איינגעפירט אין רוב בתי מדרשים די "חברת תהילים", אזוי אריינשפאצירענדיג מיט זיינע באגלייטערס האט מען אים געבעטן אז ער זאל מיטזאגן אביסל מיט די קינדערלעך אין זאגן עטליכע ווערטער, ווי פארשעמט זענען אבער געווארן די אנוועזנדע ווען ער האט ווי זיין שטייגער הויעך צוריק געענטפערט "איך קען נישט... איך קען נישט... איך דארף נאך זאגן ברכת התורה..!
קאמענטארן זענען איבריג