היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברך דיין האמת הרה" ר' יוסף וויינשטאק ע"ה

ברך דיין האמת הרה" ר' יוסף וויינשטאק ע"ה

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2841104

1satmar » 29/10/2010 19:16

היינט געקומען די ביטערע נייעס אז הרה"ח ר' יוסף וויינשאק איז נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר
די לווי' וועט פארקימען 2:00 ביים ביהמ"ד הגדול דקהל חרדים.

1satmar » 29/10/2010 19:28

שופך שיח אין ביהמ"ד בית יואל די רעבצען'ס ביהמ"ד
מה כאן עומד ומתפלל, זאל ער זיין אויך א שליח ציבור אויבן אין הימעל,
קעגין די מהרסים ומחריבים וואס האבן פארשפארט דעם הייליגען ביהמ"ד בית רבינו זצוק"ל 


[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי 1satmar ב- 29/10/2010 19:30:56

nypd90 » 29/10/2010 19:41

מען לייגט אים אין בני יואל?

Palin12 » 29/10/2010 19:55

מען לייגט איהם אין פאללאק'ס חלקה

אומזיסט » 29/10/2010 21:38

פעילין 12, סתם לידיעתך, פאלאק האט שוין נישט דעם חלקה. ער האט איר פארקויפט פאר קהל יטב לב (מהרז"ל) מיט עטוואס מער ווי א יאר צוריק

באנדעלע » 31/10/2010 04:02

אומזיסט, פארפאלן!!... איך פארשטיי דיין ווייטאג.... אבער, היינו טעמא ד'סאסמאן'ס... והיינו טעמא ד'פאלאקס.... דערנאך!! די נאמען האט זיך גוט איינגעגעבן...... דאס רופט זיך 'פאלאקס'..!!!!! און מאנכע רופן דאס 'פאלאקס לאט'.... טו בעד.....

קעציל » 31/10/2010 04:14

אמאל איז געווען א געווינס פאר די ארונים אז מען האט ארויסגעצויגן 10 צו 12 טויזענט דאלער אז א נפטר זאל קענען קומען לקבירה, היינט איז די געווינס פאר די ארונים מיט דעם אז די חלה דעקלעך רופן דעם נייעם בית החיים - ווי איבער 25 אידן רח"ל וואס פילע פון זיי געווען חשוב אפילו ביי די ארונים - פאללאקס לאט 

באנדעלע » 31/10/2010 05:41

ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געווינס אז מ'האט ארויסגעשלעפט $25,000 פון א איד כדי צו קענען ליגן אין ביה"ח סמוך ונראה צו רבוהקוה"ט זי"ע! די געווינס איז געווען אז 'אלעס איז געבליבן ביים אלטן...' און א יעדער מענטש איקלודינג די זאליס וואס איז אים ווערד פאר טויזענט דאללער צו ליגן נאכ'ן טויט סמוך לרבוהקוה"ט זיעוכ"י, האט זיך געלאזט קאסטן דאס פאר דאללער! און די זאליס וואס האבן פרובירט צו חלומ'ן פאר די לעצטע צען יאר אז ס'איז דא א נייע הערשאפט אין סאטמאר און דער וואס האט געגזל'ט בנינים איז פולקאם בעל בית, איז געכאפט געווארן א סארפרייז! און געדארפט באצאלן די מעמבערשיפ וואס ער איז שולדיג וואס איז א סך הכל פון א שיינע פאר טויזנט דאלער! און אלעס איז געבליבן ווי דער אלטער ארמי פערלשטיין האט אויסגעפירט 'ביים אלטן....' נאר אגב, אמאל איז געווען ענקער געווינס אז מ'גייט אין קאורט ר"ל צוריק צו באקומען 'די גזילה' (מ'שטיינס געזאגט...) און היינט איז ענקער געוואונס אז יוסל וויינשטאק (וואס וואלט געליגן אין שטאל פון בני זואל) גייט קיין פאלאקס...! (סארי, ווייל ער וויל נישט צאלן פאר די ארונישע גנבים.... וויפיל?.. 25,000 דאלער...... גוט... גוט... I LIKE THAT DEAL SO FAR..... כלנו לפאלאקס!)

קעציל » 31/10/2010 06:11

זאג נישט אזוי ווייל ווי יעדער ווייסט זענט עטץ גרייט צוגעבן די מכובד'דיגס'טע מקום פאר יעדע זאלי אבי מען זאל נישט לייגן אינעם נייעם חלקה, אין די זעלבע צייט וואס ביז נישט צו לאנג צוריק האט עטץ טעראזירט און געסטראשעט אז מען וועט פארלירן די זכות צו ליגן דארט.
היינט לויפט עטץ נאך יעדן אז מען זאל לייגן ביי ענק, עטץ בעטס נישט קיין פרוטה

1satmar » 31/10/2010 08:29

אסאך אלטע אידן וואלטן זיך געווינטשען אויף לאמוע"ש אזא שכן ווי הרה"ח אליעזר חיים ט"ב ז"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

באנדעלע » 31/10/2010 14:57

קעציל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאג נישט אזוי ווייל ווי יעדער ווייסט זענט עטץ גרייט צוגעבן די מכובד'דיגס'טע מקום פאר יעדע זאלי אבי מען זאל נישט לייגן אינעם נייעם חלקה, אין די זעלבע צייט וואס ביז נישט צו לאנג צוריק האט עטץ טעראזירט און געסטראשעט אז מען וועט פארלירן די זכות צו ליגן דארט.
היינט לויפט עטץ נאך יעדן אז מען זאל לייגן ביי ענק, עטץ בעטס נישט קיין פרוטה
יעדער ווייסט?... LOL... איך ווייס נישט דערפון, און נאך טויזענטער אידן ווייסן נישט דערפון... און נאך מער, אפילו די וואס מ'איז נאך געלאפן ווייסן נישט דערפון.... מ'האט קיינעם נישט נאך געלאפן! יא! מ'האט געסטראשעט! און מ'סטראשעט נאך אלץ! ביי וועם זיין פלאץ אויף נאך די 120 איז אים טייער, און האלט נישט ביים ליגען אין פאלאקס בעקיארד זיכט זיך נישט קיין חכמה'לעך און ביהעיווד נייסלי!... אגב, איך געדענק ווען איר האט געשריגן אז מ'גייט עס צוריק באקומען... וואס איז געשען? ווי קען זיין אז 'אלעס איז געבליבן ביים אלטן?... (איך ערווארט אן אטאקע אויף צוריק... אדער אז איך רעדט נישט צום זאך, אדער אז איך בין א חלה דעקל, אדער אז איך בין א ליגענער און עטס האטס גאר יא די ביה"ח...... אין עני קעיס, אלעס איז געבליבן ביים אלטן... און דעם 'אלט געבליבענעם' ארמי פערלשטיין קענט עטס פארשיקן קיין דותן)

אומזיסט » 31/10/2010 15:01

באנדעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט, פארפאלן!!... איך פארשטיי דיין ווייטאג.... אבער, היינו טעמא ד'סאסמאן'ס... והיינו טעמא ד'פאלאקס.... דערנאך!! די נאמען האט זיך גוט איינגעגעבן...... דאס רופט זיך 'פאלאקס'..!!!!! און מאנכע רופן דאס 'פאלאקס לאט'.... טו בעד.....


דאס הייסט אז עטס ווייסטס יא אז קהל האט אפגעקויפט און מקדש געווען דעם לאט, עטס רופטס עס נאר אזוי פאר א שפעט - נאמען. הא? האב איך גוט פארשטאנען? נו שוין. גוד לאק. פילייכט וואלט געווען א פלאן צו מאכן עפעס א שפעט - נאמען פאר ראדני אויך, און פטור אן עסק. ראדני הערט תיכף ומיד אויף צו עקזיסטירן. נו שוין. כזע דאך אז ס'איז יש דברים בגו אין דעם אויסדרוק חלה דעקל.

האלט אן ווייטער מיט דיין מערכה אז די פאר געציילטע קלוגערער עלעמענט צווישן אייך, זאל חלילה נישט באווייזן צו טוישן דעם בלאט. און אויב דו הערסט איינעם אין שול זאגן אז דער בלאט ברויך א טשעינדזש, צריך בדיקה אחריו צי ער איז נזהר אויך בחדרי חדרים מיטן רופן סאסמאנ'ס און פאלאק'ס. אויב נישט, זאג איך דיר צו ער איז נישט קיין געהעריגער אהרוני, און מ'דארף טון מיט אים וואס מטוט מיט די חברה וואס וועלן רעדן ביים ליינען.

הכל_בסדר » 31/10/2010 16:55

באנדעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט, פארפאלן!!... איך פארשטיי דיין ווייטאג.... אבער, היינו טעמא ד'סאסמאן'ס... והיינו טעמא ד'פאלאקס.... דערנאך!! די נאמען האט זיך גוט איינגעגעבן...... דאס רופט זיך 'פאלאקס'..!!!!! און מאנכע רופן דאס 'פאלאקס לאט'.... טו בעד.....

 איך פארשטיי נישט וואס עטץ פירטס נאך א מלחמה מיט עטרת מאיר צבי? געב דאס אויך א נאמען ווי פאללאקס/סאסמאןס... והיינו טעמא ד... והיינו טעמא ד...ד... והיינו טעמא ד... ד... ד...און היידא מיר וועלן זיין אנגעווייטאגט...

קמץ_בארד » 31/10/2010 17:20

1satmar כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אסאך אלטע אידן וואלטן זיך געווינטשען אויף לאמוע"ש אזא שכן ווי הרה"ח אליעזר חיים ט"ב ז"ל


טאקע?

וואס האט טאקע דער נפטר ע"ה זוכה געווען צו אזא שיינער מקום?

זעהסט, מיין זיידע ע"ה האט נישט געהאט אזא זכי' צו ליגן לעבן רא"ח ט"ב, ער ליגט בלויז לעבן ר' יואל ט"ב זצוק"ל, וואס זאל מיר זאגן, די אלע נפטרים וואס ליגן אינעם אלטן ביה"ח, קענען מקנא זיין דעם נפטר דידן ע"ה

אגב, וואס קאסט אזא ווערדפולער מקום קבורה ווי לעבן רא"ח ע"ה? איז נאך דא עוועלעבל א חלקה, אדער אלעס איז שוין אויסגעכאפט?

אויב ס'שוין אלעס אויסגעכאפט, וועט מען זיך מוזן באגענונגען מיט ליגן לעבן ר' יואל ט"ב זצוק"ל,

אמיגא » 31/10/2010 19:02

ס'ארא לץ דו ביזט קמץ-בארד. יוש האט מיר עס געקאסט א לאך, ווי דו זאגסט דעם רבינ'ס נאמען, ווי ער וואלט בלויז געווען א בעל בית.... כא כא כא.... נאר אזוי, אוי וועלן די זאליס שעלטן... כ'רייב מיר שוין די בויך ווי קוטשי וואלי וועט דאס ליינען, זיין בארד וועט זיך ארויסלאזן, זיין מויל ווערן אנגעפולט מיט שוים, און נעבן אים וועט מאיר ראטה מיט אביש וויינבערגער אראפווארפן אלע סידורים אויף דער ערד.....

בראווא, בליצנות נעשה ונצליח!

ביי די וועי, פריינדליך, קוק נאר אהער ווי מ'גיט צונעמען אויף רעכטס און אויף לינקס, נישט נאר אויף אן עדה קדושה אידן, נאר אויף בתי מדרשים, א בית החיים וואו ערליכע אידן ליגן לאחר אריכת ימים ושנותם, רופט מען דאס מיט א צונאמען, וואס איז זיכער א צער פאר די נשמות בג"ע.

געוואלד! ווי קען דיין איידל הארץ דאס צוקוקן?

ואגב, ווער ס'שטייט אין ווארט מיט באנדעלע, איז צריך בדיקה אחריו צי ער איז שוין אריבער די ימי הבחרות. לויט ווי ס'שיינט איז ער פון מסיווטע חלק ד', וואס צוליב די אנגייענדע בוי-ארבעט האט ער באקומען אביסל וואקעישאן, און נוצט אויס צום גוטן פאר די פארטיי, צו שינדן די זאליס די הויט.


תוקן על ידי אמיגא ב- 31/10/2010 19:07:51

קמץ_בארד » 31/10/2010 20:57

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קמץ-בארד. יוש האט מיר עס געקאסט א לאך, ווי דו זאגסט דעם רבינ'ס נאמען, ווי ער וואלט בלויז געווען א בעל בית....


שוטה דו!! דו ווייסט וואסע מיינט די ווארט "סארקאסטיש", קוק עס נאך אין דיקשענערי, אדרבא הא גופא האב איך געוואלט ארויסברענגן, וואסארא לצים עטס זענטס, אז מ'קען זאגן אז שוואנצונעס, אז עלטערע מענטשן "וואונטשען" זיך צו ליגן לעבן רא"ח ט"ב ע"ה, און די צייט וואס אויפן אנדערן זייט גדר ליגן די הייליגע צדיקים לבית סאטמאר,

בגץ_פילן » 31/10/2010 21:21

וואס קען מען טון, ענקער רשעות האט גובר געווען פי כמה אויף זיין גדלות אז דאס ליגן נענטער האט מער נישט קיין גרויסע שוויות, ס'איז א ווייטאג, אבער דאס איז די פאקט וואס ס'האט באוואויגן דע חשובע נפטרים זיי זאלן פארלאנגען אז מ'זאל זיי נישט דארט לייגן 

אמיגא » 31/10/2010 21:23

אההה, דאס האסטו געמיינט גאר?

אייזל דו! און דו מיינסט טאקע אז איך האב נישט געכאפט דיין מייסטערהאפטע "סארקאסטישע" זשאוק???

און וואס טוט זיך מיט עם עקש תתפתל ועם חלה דעקל תתדעקל, דאס שטייט נישט אין דיין דיקשענערי?

און רעג דיך נישט אזוי. ס'וועט נישט העלפן גארניקס סייווי. מיט אלע צונעמען אינאיינעם.

פריינדליך » 31/10/2010 21:35

בגץ_פילן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס קען מען טון, ענקער רשעות האט גובר געווען פי כמה אויף זיין גדלות אז דאס ליגן נענטער האט מער נישט קיין גרויסע שוויות, ס'איז א ווייטאג, אבער דאס איז די פאקט וואס ס'האט באוואויגן דע חשובע נפטרים זיי זאלן פארלאנגען אז מ'זאל זיי נישט דארט לייגן 
און ווען מיר האבן געעפנט הופער האט איר געשריגן מרום שהתפללו בו אבותינו(וואס איך מיין אז ליגן לעבן רבין איז אביסל א גרעסערע זכיה...) און מיר האבן געענטפערט דעם תירוץ האט איר געלאכט... יעצט ענטפערט איר און מיר לאכן......

פריינדליך » 31/10/2010 21:42

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ואגב, ווער ס'שטייט אין ווארט מיט באנדעלע, איז צריך בדיקה אחריו צי ער איז שוין אריבער די ימי הבחרות. לויט ווי ס'שיינט איז ער פון מסיווטע חלק ד', וואס צוליב די אנגייענדע בוי-ארבעט האט ער באקומען אביסל וואקעישאן, און נוצט אויס צום גוטן פאר די פארטיי, צו שינדן די זאליס די הויט.


תוקן על ידי אמיגא ב- 31/10/2010 19:07:51

דו ווייסט אז עס איז א 2 וועי סטריט און מען קען זאגן אויף דיר דאס וואס דו זאגסט אויף באנדעלע...

אמיגא » 1/11/2010 21:24

שאר ווייס איך אז מ'קען. איך האב מיר נאר פארלאזט אויף דיין ארוינישע גוטסקייט און איידלקייט, אז דו וועסט עס חלילה נישט טאן. דעריבער האב איך מיך ערלויבט. פארשטייסט?

און קום מיר דו נישט מיט קיין מעשיות פון ראט מיט הגז"ל, און וואס מיינט דאס ווארט זאלי? צי איז דאס א נאמען וואס מ'האט געגעבן ביים ברית? וואס מיינט סאסמאנס? וואס מיינט זרילע הולך לבגץ? וואס מיינט וויגדער גנב? וואס מיינט פאלאקס-לאט? וואס מיינט פיצי יאקאבאוויטש, וואס מיינט בלעקבערי רבי, וואס מיינט פעטי לייטנער, וואס מיינט מישמאשער? וכהנה וכהנה, ואטו כי אייזל ניזיל ונחשוב?

כ'מיין קאם אן, וואס ווילסטו מיר זאגן, די ארוינים זענען קלענערע רוצחים שופכי דמים? זיי ווייסן נישט וואס מיינט צוגעבן א נאמען פאר א צווייטן איד? וויפיל בלוט, וויפיל הוצאת שם רע אויף אומשולדיגע אידן, האט זיך געגאסן — און גיסט זיך עד היום הזה — אויף אידן, וואס זייער איינציגסטע חטא איז נישט גיין אין שפאן?

פון וועמען פונקטליך ווילסטו קאטאוועס טרייבן? וועמען פאפסטו????

zibala » 1/11/2010 21:53

מאנכע רופן דעם אמסטעדאמער בלשון חיבה "ר' מענדעלע ח***ר" מיינט עס ח"ו עפעס? זיכער נישט!, נאר ס'האט זיך עפעס אזוי איינגעגעבן,

אנדערע רופן לישע בעל מכנסיים, איז עפעס ח"ו ראנג, זיכער נישט! היינו טעמא ד'לישה היינו טעמא ד'מענדל

zibala » 1/11/2010 22:24

נאכן גרינטליך שטודירן די ביה"ח אין קרית יואל האט זיך מיר ארויסגעשטעלט די מציאות ווי פאלגענד:

די חלקה וואס רביהקוה"ט זיעועכי"א איז נטמן (המתקריא בחצר ויזניץ בקר"י " ר' יואל טייטלבוים ע"ה)  איז גאר א קליין פלאטץ, אייגענטליך ס'ממש דא פלאץ פאר איינצעלע מציבות, דארט איז אויך נטמן מחברתו הטהורה הרבנית הצדיקות ע"ה (המתקריא בחצר ויזניץ בקר"י " אלטע פייגע טשעחנסחויב\קאקאש-טשיז קעיק רעבעצין), מיט בעל ב"מ והרבנית.
די ביה"ח איז ארומגענומען מיט א מחיצה פון אלע פיר זייטן, און פון דער הייעך האט מען עס פארבויעט מיט א דאך.

דערנאך איז דא א שטאטוסקווא בביה"ח וואס איז אויך שוין איבער געפילט, דער בעלות פונעם ביה"ח וועט אנטשידן ווערן בקרב הימים, דערנאך איז דא נאך צווי חלקה'ס איינס פון כת מהר"א און איינס פון סאטמאר מהרז"ל, ווי זינט מען האט דאס מקדש געווען זענען די שיירי זקני תלמידי רבינו הקדוש בוחר דארט צו ליגן, מחמת כמה טעמים, ובתוכם ווייל ס'איז נאנטער צו חלקת רביה"ק ווי די ארוינישע חלקה, והשנית אז מתעסקים לאמוע"ש זענען יודן מיט יודישע הערצער און האבן נישט קיין יודיש בלוט פארשמירט אויף זייערע הענט ועוד כמה טעמים הידוע לכל



סקאטמאלען » 1/11/2010 23:06

מאנכע רופן ר' אהרן טייטלבוים "סאטמאר רבי" מיינט עס ח"ו עפעס? זיכער נישט, לעולם איז ער דער וויזניצער רבי פון קרית יואל, אדער געוועזענער רב פון קרית יואל, נאר פערצופאל האט זיך אזוי איינגעגעבן אין די וועלט, אז מ'רופט איהם "סאטמאר רבי", גיי ווייס פארוואס.

בארא » 2/11/2010 15:51

גוט געזאגט, "מאנכע רופען אים סאטמאר רבי", און מאנכע טויזענטער יודען רופען א קליינע ברידער זיינעם סאטמאר רבי, אזוי ווי סאיז דא "מאנכע" וואס רופן ר' אביש ספינקא רבי, און "מאנכע" רופען ר' אייזיק ספינקא רבי, ר' בעריש, ר' נפתלי און נאך פינעף ספינקא רבי'ס,,

zibala » 2/11/2010 16:10

סקאט איז גערעכט, די חלה דעקלעך - וואס מאנכע רופן אן ארוינעם - רופן אים אן סאטמארער רעבע.

באנדעלע » 2/11/2010 17:10

זיבעלע דו, (איי געס דו ביזט דער וואס האט געלערנט דיין מן הארץ אזוי צו לאכן...) וועגן די מאנכע געציילטע ארוינים וואס רופן דעם רבי'ן 'סאטמאר רבי' פילט עטץ אבליגעיטעד צו עפענען 20 אשכולות יעדן טאג (אויב נישט מער.. דאס איז נאר חיי שעה אליינס, איך רעדט שוין נישט פון די איבריגע..)??????!!!! טאקע א לוזער...

zibala » 2/11/2010 18:53

העי באנדי, כ'האב נישט געוויסט אז עפענען אשכולות מיט דראמאטישע אינסייד אינפארמעישאן פון די צד שכנגד, איז טרעידמארקד ביי די חלה דעקלוינים, אויב אזוי זעמער אויף געהאקטע צרות ווייל קעסטענבוים מיט יאקאבאוויטש וועלן זיך רייסן טאג טעגליך אין כל העולם כלו בעת עקשטיין מיט הירש וועלן לעבן על מי מנוחות,

ביטע קלארשטעלן אויב מ'קען אפיעלן דעם פסק, כאטש אויף דריי אשכולות אשטאטס צוואנציג, פליז??!!

באנדעלע - ביזטאך נאך א אינגע אומשולדיגע אומגעצייטיגטע באשעפעניש,  לעמיך דיר לערנען א לעססאן אין לעבן, טריי נישט צונעמען זיך צום הארץ פון די 20 אשכולות, און א מלחמה קען מען נישט שרייען "ס'נישט פעיר" וואס די פלעגסט טוהן ווען די שפילסט באהאלטן אין יעשיווע, ס'האט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז דער אחיו הגדול האט דעקלערט קריג מיט זיין קליינעם ברידער, נישט קענענדיג פארנעמן דעם ורב יעבוד צעיר, אזוי האט ער מקבל געווען פון פעטער עשיו, סא אז די ווילסט זיין פארט פון די פייט מיזטו קענען דערהייבן צוואנציג אשכולות אויף רע'בארען אז נישט ביטע שפרייט אויס אייערע ווארעמע פליגלען אויף די פרישע חלה.



תוקן על ידי zibala ב- 02/11/2010 19:11:09