קומענדיגע וואך וועט זיך אי"ה אנהייבן דער צווייטער מושב בי"ד ארום דעם סכסוך אין סאטמאר בני ברק. די רבנים הגאונים שליט"א וועלן ווידעראמאל אראפפארן קיין ארץ ישראל דן זיין איבער דעם.
די אהרונים, כדרכם, האבן שוין ארויסגעשטעלט דעדליין'ס בשמו פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א. אמאל איז דאס געווען אז ער וועט ארויסקומען מיט א בריוו. יעצט זאגן זיי סתם אז ער וועט זייער שארף ארויסקומען.
אין א איבערראשענדער שריט האבן די אהרונים היינט געמאלדן אז די מיידל שולע גייט אויף סטרייק, ווייל זיי קענען נישט באצאלן מער פאר קיין טיטשערס. דערמיט ווילן זיי איבערצייגן פאר בי"ד אז זיי מוזן צוריקבאקומען דעם זאל און האטעל אז נישט וועט דער מוסד פשוט און פראסט באנקראטירן.
בלייבט צו זען וואס בי"ד וועט זאגן צו זייערע ספינס.