היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לידיעתכם: די "חיטוטי שכבי סעזאן" איז שוין ב"ה א פארגאנגענהיי...

לידיעתכם: די "חיטוטי שכבי סעזאן" איז שוין ב"ה א פארגאנגענהיי...

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840131

FiveBoro » 26/10/2010 18:30

לידיעתכם: די "חיטוטי שכבי סעזאן" איז שוין ב"ה א פארגאנגענהייט!
צום ערשט מוז איך מיך באגריסן מיטן ציבור, נאכן זיין אפווענזד אזא לאנגע צייט, בעיקר צוליב וואס מ'זעמיר ב"ה געווארן שטארק פארנומען אין די ארבעט.

און פאר די זעלבע סיבה וועל איך מן הסתם יעצט אויך מקצר זיין, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך יא איבערגעבן מיינע קראנטע אינפארמאציע אינעם ענים פון חיטוטי שכבי, ווייל איך פיהל אז דער ציבור איז ווערד צו וויסן די פארהוילענע פאקטן.

=================

ווי יעדער זעהט גרייטן זיך די זאליס (המכונים התאחדות הרבנים) אפצורעכטן א פראטעסט אין מאנהעטן.
(הגם ביי זיי אליינס זענען דא שווערע חילוקי דיעות איבער די מערכה, צווישן רב נידערמאן און רב ברילל, ועוד, אבער איך ווועל דאס נישט בארירן).

דער פראטעסט איז אביסל א אייגנארטיגע.
פארוואס אייגנארטיג?
ווייל עפ"י רוב ווערן אונזערע פראטעסטן אפגעהאלטן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, און די געלעגנההיט ווערט אויסגענוצט צו אויסדרוקן אונזער אנטריסונג פון די ציונים בכלליות.

דאסמאל אבער ווערט דאס אפגעהאלטן קעגן א פירמע פריוואט, וועלכע איז די אייגנטומער פון די שטח אינעם ביה"ח אין יאפו, און זענען פאראנטוואטליך אויף די חיטוטי שכבי אויפן ארט. דאס מיינט אז די גאנצע פראטעסט דינט ווי א פריוואטע מערכה קעגן א איד (א פרייע ציוני), צוליב זיינע שענדליכע מעשים.

נו, אויב אזוי ברויך מען דאך וויסן וואס די ציהל פונעם פראטעסט איז, און וואס מען וויל דערגרייכן און וואס מען קען דערגרייכן.

אבער היות דער ציבור (מיר און זיי צוגלייך) ווערן דאך נישט אינפארמירט קיינמאל מיט די אינערליכע זאכן, מען גייט ווי מיט פארמאכטע אויגן צו די רוף פון די עסקנים, וואס אין אונזער פאל זענען די עסקנים ליידער די טרויעריג בארימטע טעראריסטן פון אתרא קדישא, דעריבער וועל איך זיין דער וואס וועט פארציילן אביסל, מגלה טפח ומכסה טפחיים.


ווי שוין געשריבן אין די פארגאנגנהייט, איז די לעצטערע פארמערטע חיטוטי שכבי געווען א רעזולטאט פון די אויפפירונג פון אתרא קדישא ביי די אשקלון מערכה, וואו די סיקריקים (די מחריבים פון כלל ישראל) אין א צוזאמענארבייט מיט אתרא קדשיא האבן דורכגעפירט פראטעסטן און אויך נאך מעשים שלא ניצנו ליכתב קעגן דעם הויפט פון די ארכילאגן "פריוואט", און די תוצאה דערפון איז געווען אז ער האט באשלאסן ארויסצו-ווארפן אלע משגיחים פון אלע שטחים וואו ער ארבעט, און דעריבער זענען געווען גראבונגען אן קיין משגיחים און ליידער איז געווען נאכאנאנדע מערכות איינס נאכן צווייטן.

עקסטער איז אתרא קדישא באגאנגען עוולות קעגן די אייגנטומער פון די יאפו ביה"ח, וואס איך האב שוין אמאל מאריך געווען.

דער עסקן אהרעלע יאקטער וועלכע איז געווען פארטיפט אין די מערכה איז געוואויר געווארן וואס דא טוט זיך, און וויפיל ער האט נאר עוסק געווען דערין האט ער זיך באגעגנט מיט נאך און נאך היימישע עסקנים פון אלע חסידותן און ארגאניזאציעס אין אר"י, וועלכע האבן אים געזאגט אז זיי האבן שון ארויס די זאך יארן, און זיי זענען גרייט אים צו העלפן אנצוגיין מיט א אייגענע אפאראציע להצלת קברים, אבער בתנאי אז די טעראריסטן זאלן נישט וויסן זייער נאמען (וייל אויס יא איז אחת דתם להמית, און דער להמית איז בכלל נישט קיין גוזמא). דאס הייסט אז אלעס זאל נאר גיין אויף זיין אייגענע נאמען.

ער האט זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארבעטן פלייסיג. ס'איז געווען זייער שווער אויסצוגראדן די לעכער וואס אתרא קדישא האט אהגעברענגט, און עס איז נאכאלץ ביטער שווער, אבער ער האט באוויזן צו ברענגען די הויפט פון די ארכילאגן (שוקה דורפמן) צו איינע פון די גרויסע היימישע רבנים, (פון די גרעסטע קנאישע רבנים אין אר"י), וועלכע האט פארזיכערט פאר דורפאמן אז אויב וועט ער פאלגן הרב יאקטער וועט ער מער נישט אטאקירט ווערן דורך די עדה החרדית.

די זעלבע איז געטוהן געווארן מיט די אייגנטומער פונעם שטח אין יאפו, מיט וועמען עס איז געווען זייער שווער זיך איבערצובעטן, וויבאלד זיי האבן שוין געהאט באקומען אזא שנאה צו די חרדים, מיינענדיג אז אלע מוחים ווייסן וואס דא טוט זיך אונטער די קוליסן און אלע זענען סתם שלעכטע טעראריסטן, אבער עס איז ב"ה געלונגען זיי איבערצוצייגן וואס דער אמת דא איז, און אז כלל שיראל איז נישט משוגע.

וואס עס האט זיך אויסגעלאזט מיט די פארהאדלונגען מיט דורפמן וועלן מיר יעצט איבערלאזן, ווייל באמת האלט עס נאך אינדערמיט והשתיקה יפה לו, אבער קודם אויף דערווייל איז אדאנק דעם אפגעשטעלט געווארן די פלייץ פון חיטוטי שכבי, און הרב יאקטער (מיט זיינע עסקנים ורבנים המפחדים על פירסום שמם..) ווערט איינגעמאלדן פון יעדן שטח וואו די ארילאגן קומען אראפ, אויפן זעלבן וועג ווי אתרא קדישא איז געווארן איינגעמאלדן ביז היינט.

אבער וואס עס איז יא נוגע צו וויסן איז די פאלגנדע פארהוילענע פאקט בנוגע די אפמאך אין יאפו:

די בוי ארבעט גייט אן "נאר" מיט די אנוועזנהייט פון א משגיח, א געוועזענע משגיח פון אתרא קדישא פאר 15 יאר צוריק וועלכע ארבעט היינט פאר די נייע ועד, און עס איז פאראן א געשריבענע אפמאך מיט הרב יאקטער אז מען קען נישט בויען נאר מיט זיין הסכמה!

עס איז פארבליבן עטליכע מערות קבורה וועלכע מען האט נאכנישט געשטעפעט, און דאס ווערט באהיטן בעז"ה!!

אזוי אויך איז דא פילע פלעצער וואס קיינער ווייסט נישט, וואו מען בויט, און עס זענען דא דארט מערות קבורה, און די משגיחים פונעם נייעם ועד זענען דארט, און "נאר" זיי ווערן איינגעמאלדן דערוועגן, און נישט אתרא קדישא, צוליב וואס די ארכילאגן ווילן שוין בשו"א נישט הערן פון זיי.

ווען א עסקן פון אתרא קדישא פארציילט אייך אז "מען גייט ווייטער גראבן" אדער "זיי גרייטן זיך אויסצוגראבן נאך א מערה", פרעגט אים "פון וואנעט ווייסטו??"
קיינער (אויסער הרב יאקטער'ס משגיחים) קען נישט אריינגיין אינעם שטח, די משגיחים פון אתרא קדישא האבן שוין פארלוירן זייערע תעודה'ס וואס זיי פלעגן האבן אריינצוגיין אין שטחים, אלזא, פון וואו ווייסטו אז מעון גייט און מען וויל אן מען גרייט זיך און אזוי ווייטער?


זאלט איר אלע וויסן: דאס איז הוילע בלאף!!

און אויב וועט איר דאס הערן פון א איש מכובד אדער אפילו פון א ערליכע רב, נישט געפערליך.. סך הכל ווייסט ער נישט אז הג"ר דוד שמידל פארקויפט אים לאקשן צוליב זיין וואקלדיגן ארגאניזאציע... דעיריבער זאגט ער נאך ווארט ביי ווארט מיט נאמנות. און דאס איז זייער פארשטענדליך.

apnews » 26/10/2010 18:48

איך פארשטיי נישט די עדה דארף איך נישט גלייבן, הרב ר' דוד שמידל איז א טעראריסט, התאחדות הרבנים זענען ליגענערס, עכ"פ די אלע אמאליגע וואס אויף זיי האבן מיר זיך ביז היינט געטוהן פארלאזן,און נאך היינט טוט יעדער איינער זייער הכשר עסען, און מען טוט זיך אויף זיי זייער פיל פארלאזן, זיי זענען גארנישט ווערד, און זיי זענען ליגענערס פאראזיטן טעראריסטן סיקריקים, אאא"וו

אבער אהר'לע יאקטער וואס קיינער וויסט נישט פון עם צו זאגן, און אויב וועסטו יא מאכן א סוירטש אויף עם זעסטו אז ער איז סתם א צולאזטער יונג, איינער ווואס די וואלסט זיין הכשר קיינמאל נישט געגעסן, און מיט א דאלער קיינמאל נישט געטראסט און דא און אידישע השקפות וועסטו עם אויסהערן און אלע אנדערע טוסטו דראפן,

און איך דארך דיר נאך גלייבן ווען די ברענגסט אראפ א רב פון די עדה, פארוואס שרייבבסטו נישט ארויס קיין נאמען?

FiveBoro » 26/10/2010 18:58

איך ווייס נישט וואו דו ברענגסט דא אריין הכשרים אינעם בילד, אביר סייוויאזוי האסטו מיך שלעכט פארשטאנען.

הג"ר דוד איז נישט קיין טעראריסט. ער איז בלויז א מענטש וואס זיינע נגיעות פירן אים, עיין ערך קדמונינו, ועין ערך שפאניע.
און טעראריסטן זענען זיינע עסקנים, די פירער פון זיין ארגאניזאציע.

די עדה קומט נישט אריין דא אין בילד, עס איז נישטא קיין איין רב אין עדה וועלכע האלט מיט וואס עס טוט זיך אין אתרא קדישא, און די עדה האט נישט געשריבן יעצט אז מען גראבט קברים אין יאפו.

אדרבה, אויב מאכן מיר א פראטעסט קעגן אר עף אר, פארוואס מאכט נישט די עדה "יעצט" א פראטעסט קעגן אלקטרה?

די תירוץ איז, ווייל גאר אסאך רבנים, ובתוכם גדולי רבני העדה, ווייסן שוין וואס דא טוט זיך, און זיי שטיצן די נייע ועד. נישט ווייל אין די נייע ועד זענען דא בעלי מכשירים אויף עסנווארג, און אויך נישט ווייל זיי האבן געשטעלט הרב יאקטער אויף א פארהער אויף חושן משפט, נאר ווייל זיי זענען איבערצייגט געווארן מיט די טרוקענע פאקטן, באגלייט מיט צעטלעך און דאקומענטן, וואס כהאף אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג דאס זאל ארויסקומען צום פובליק.

מלך_מלכים » 26/10/2010 19:28

קענסט עס מאכן זייער קארץ, נישט ר' אהרן פארופט עס = חזיר טרייף, פארוואס דארפסטו אזוי מאריך זיין?

סעפטיק_זל » 26/10/2010 19:40

גערעדט פריער קיין ארץ ישראל
דארט איז אלעס שא שטיל נישט דא קיין שום מערכה קיינער גייט נישט ארויס פראטעסטירן!!

צוליב וואס זאג איך אייך דאס

 ווייל שטענדיג ווען עס האט זיך געקאכט פאר א פארטעסט אין ארה"ב
האט זיך ירושלים איבערגעדרייט מיט פארטעסטן עס האט געקאכט ווי א קעסל דאס מאל איז אלעס שא שטיל נישט די עדה נישט קיין שום רב איז מוחה

נאר אין וומ"ס האבן זיך דערוועקט אפאר הונגעריגע יונגעלייטלעך
וואס זענען צובראכן נאך א נעילת החג נאך אזא הקפות וועט מען פורבירן איינמאהל פאר אלעמאל צו ווייזן

צו דאס איז געווען דעת רבינו הק' און נאך דעצו א קעגן א פריוואטע פירמע ברויך א עקסטערע אפהאנדלונג

FiveBoro » 26/10/2010 19:47

מלך_מלכים, חזיר טריף? וואו האסטו דאס געהערט?

באנדעלע » 26/10/2010 20:15

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קענסט עס מאכן זייער קארץ, נישט ר' אהרן פארופט עס = חזיר טרייף, פארוואס דארפסטו אזוי מאריך זיין?
יחי ה'מלך'.....!!!!! לאנג לעבן זאלסטו......! לאנג לעבן!....... איז דא איין נארמאלע ארויפגעקוקטע רעספעקטפולער רב וואס פארופט דעם פראטעסט? אדער די סאורס איז 'ראביי' נידערמאן פון זדשאפאן? זינט ווען איז ער די פארטרעטער פון כלל ישראל? אז ער וויל מאכן א פראטעסט ווייל ער איז אין די מוד יעצט, און מוז זיך אויסגעבן די דיפרעשן וואס ברענט אויף אים, זאל ער זיך אנגארטלען מיט דעם ספאנישן לאפעז און לויפן אין די גאסן אין שרייען אויף וועם ער וויל! ער מוז נישט אינוואלווען יעדן איינעם אין זיינע דעפרעשאנס!

דייקן » 26/10/2010 20:53

וואס איז טאקע פשט אז ס'איז נישט דא קיין אונטערגעשריבענע קול קורא פון רבנים וועלכע רופן ארויס צום פראטעסט?

היראים » 27/10/2010 00:51

עס וועט מן הסתם יא ארויסקומען א קול קורא
איך האלט אז  דער יקתר דארף ווען רעדן צו די אמעריקאנע רבנים
אנדערש איז נישטו קיין סיבה פארוואס א רב זאל זיך צירוק האלטען פין אינטערשרייבן פאר די פראטעסט

אבער ווי כ'האב שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול
איז נישטו קיין שום תירוץ פארוואס יעצט צו מאכען א פראטעסט, אין אוודאי ווען מ'האט קוים געמאכט איינס
אין ארץ ישראל איז יעצט שטול, דארט הערט מען אויך נישט פין קיין פראטעסטן
עס איז נישטו קיין שום בריוו פין די עדה אדער  סיי וועלכע ארץ ישראל'דיגע רב וועגן די מערכה - ווי אייביג, חוץ פין הרב שמידל.

די גאנצע מין זאך פין שיקען יונגעלייט אין בחורים צו פראטעסטירן אין מאנהעטן פלעגט זיין איין מאל אין א פאר יאר
אפי' ביי גרויסע גזירות, די רבי ז''ל פעלגט פאסטן אין א טאג פין א פראטעסט, מ'האט עס געטוהן ממש אלס די לעצטע שריט

וואס דארפט איר מער ווי דעם אז אין שפיץ שטייען די מסלפים וואס האבען געהאט די העזה קעגן די תוה''ק אין געקלאגט אין ציוניסטישען געריכט די סאטמארע מוסדות אין ארה''ק פין וואס זיי זענען נאך יעצט מסרב ארויסציגיין, ליידער
אזא פנים האט זייער קנאות אין אזא פנים האט אלע זייערע שקרים

ניין, עס איז נישט פארגעקומען קיין שום אסיפה אין התאחדות שטיבל מיט די חברי הבד''ץ ווי מ'האט באשטימט די פראטעסט, נאר ווי געזאגט, דאס איז איינס פין די סילופים אויפן חשבון פין רביה''ק ז''ל.

אגב
דער הרב שמידל פאר זיך איז א גרויסע ת''ח אין אפשר אויך א יר''ש - כ'קען אים נישט פערזענליך
אין איך וויל נישט פוגע זיין בכבודו אבער ס'איז א רחמנות אז ער געווינגען ציטרוי אין אזעלכע ווילדע היצקעפ

האלבערשטאם » 27/10/2010 04:09

הרב יאקטער איז אמאל געווען פון די גרויסע עסקנים פאר די כהניסטען וואס האבען געפירט די מערכה קעגען יצחק ראבין פאר צוריקגעבן שטחים
בשעתו האט דער שין בית איינגעזעצט הרב יאקטער פאר האבען מסירות נפש פאר ארץ ישראל אין ארייגעזעצט אין א צינוק פאר א פאר וואכען

FiveBoro » 27/10/2010 15:09

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אז  דער יקתר דארף ווען רעדן צו די אמעריקאנע רבנים
אנדערש איז נישטו קיין סיבה פארוואס א רב זאל זיך צירוק האלטען פין אינטערשרייבן פאר די פראטעסט


פארוואס האלטסטו אזוי? עס באדערט דען איינעם אז אתרא קדישא פראטעסטירט?

עס זאל זיך קיין איין זאלי נישט דאכטן אז עס באדערט אונז איין רגע אז זיי מאכן א פראטעסט, אדרבה, איר קענט ארויספארן 8 מאל א חודש - פון אונזער זייט. און נישט נאר קיין מאנהעטן, נאר אפילו קיין וואשינגטאן, און אפילו צו די יו. ען.

און פאר האב יאקטער באדערט אויך נישט אז מען פראטעסטירט. אים האט נאר געבאדערט אז מען שיקט ארויס אינגעלייט כאפן מכות און פון די אנדערע זייט מאכט מעו זיכער אז די חפירות זאלן ווייטער אנגיין, כדי שלא יאמרו אתרא קדישא מת.

און דעפאר האט ער זיך אריינגעלייגט צוזאמצושטעלן די נייע ועד וועלכע ווערט געפירט אויף טריט און שריט לויט די הוראות פון דריי גרויסע רבנים פון אונזער קרייז, הרוצים כעת (בע"כ) בעילום שמם, און ב"ה אז די ביה"ח אין יאפו איז שוין אפגעראטעוועט, און נאך אסאך פילע בתי חיים ווערן שוין באקוקט און פארזיכערט.

יא, אמת, רוב רבנים ווייסן נישט וואס דא טוט זיך, און פארשטייט זיך אז עס איז טאקע נישטא קיין סיבה פארוואס נישט אונטערצושרייבן אויף א קול קורא. אז א עסקן קומט און זאגט אז מען גראבט און מען וויל דאס צוריקהאלטן, נו, אדרבה, מען שענקט א חתימה. ווילאנג עס טשעפעט נישט קיינעם איז עס נישט קיין שום פראבלעם.

אבער, עס וועט נישט נעמען צו לאנג און "אלע" וועלן וויסן אז אתרא קדישא מת...

FiveBoro » 27/10/2010 15:40

האלבערשטאם, הרב עמרם טייטלבוים איז אמאל געווען א ... (פרעג דיך נאך ביי די תולדות אהרן'ע וועגן די ווידיא פון זיין אפיס).

איין חילוק איז נאך דא, אז ער איז נישט נאר "אמאל געווען" מיט יארן צוריק, נאר ער איז היינט. און הרב יאקטער האט היינט סמיכה פונעם בי"ד העדה החרדית, צו פארעכטן די חורבנות אין יאפו וואס אתרא קדישא האט אנגעמאכט (פאר ווער עס קען ליינען...).

מלך_מלכים » 27/10/2010 16:23

פארוואס האט דיין אייגענער דיין געגעבן זיין נאמען פאר די פראטעסט?

מלך_מלכים » 27/10/2010 16:26

Just out: 19 Gedolei Tzadikei Hador in a KOL KORA calling everyone to MASS PROTEST this Thursday

מלך_מלכים » 27/10/2010 17:35

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 27/10/2010 18:00

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס האט דיין אייגענער דיין געגעבן זיין נאמען פאר די פראטעסט?


פארוואס נישט?

מלך_מלכים » 27/10/2010 18:13

נישט דו האסט נעכטן געפירקלט דא אז לא דובים ולא יער, קיין געגראבעכטס, קיין פראטעסטן?

ביטע קלארשטעלען, קען זיין איינער האט געגאנבעט דיין ניק, אזוי ווי חיי שעה, ווער ווייסט, אבער עטליעסט לאז דעם עולם וויסן, מיר ווערן צימישט.

FiveBoro » 27/10/2010 18:30

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט דו האסט נעכטן געפירקלט דא אז לא דובים ולא יער, קיין געגראבעכטס, קיין פראטעסטן?


ניין.

געגראבעכטס איז נישטא, אבער פראטעסטן זענען דא. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

מלך_מלכים » 27/10/2010 18:48

[בילד – נישט אפגעהיט] איך מיין אז דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט, איך ווייס זיכער נישט

FiveBoro » 27/10/2010 19:02

זאל אייך השי"ת געבן פיל הצלחה.

(ב"ה מ'האלט דא)

באנדעלע » 27/10/2010 19:17

ווידער איז מלך'ל געבליבן מיטן צונג אינדרויסן... מלך, שוין צייט זאלסט דיך לערנען, לאז דיך נישט אריין אין קיין געפעכט אויב דו קענסט נישט ארויסקריכן צום סוף... דו מאכסט דיך צונאר! ס'איז א אויסגערופענע לוזערישקייט צו ענטפערן: 'דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט...' דאס איז טייטש, דו ביזט א שוטה וואס רעדט נישט צו זאך, און איך בין מורא'דיג קליג... אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן בלייבט מען שטיל, ווי שרייט נאר מיין קליינע משה'לע; דא דא... אזא פנים טראגט דיין לעצטע תגובה! פייוו האט נישט געזאגט אז מ'פראטעסטירט נישט, ער האט געשריבן אז ס'איז נישטא קיין גרובונגען מער! און אז אתרא קדישא איז לופט! און ער האט זייער שיין אויפגעוויזן זיין גערעכטיגקייט! אדרבה, אפשר ביזטו מסביר וואו די אלע פראטעסטן אין ירושלים זענען נעלם געווארן?? פארוואס ווילדעוועט נישט קיין איין רב פון אר"י? וואו איז די עדה, און וואו זענען זיי געווען ביז יעצט? אלא מאי, סאמטינג ביהיינד! יעצט ענטפער נישט אין די וועלט אריין אז איך ווייס נישט וואס איך רעדט, קענסט נאר שרייען חלה דעקל און ווייז ווי א גרויסע לוזער דו ביזט!

rebyankel » 27/10/2010 20:28

האלבערשטאם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב יאקטער איז אמאל געווען פון די גרויסע עסקנים פאר די כהניסטען וואס האבען געפירט די מערכה קעגען יצחק ראבין פאר צוריקגעבן שטחים
בשעתו האט דער שין בית איינגעזעצט הרב יאקטער פאר האבען מסירות נפש פאר ארץ ישראל אין ארייגעזעצט אין א צינוק פאר א פאר וואכען


די פארגעסט שנעל
די געדענקסט נישט ענקער לעצטע דורכפאל ווען נאכען באשמיצן הרב יאקטער
ביז איין טאג ווען די ביד'ץ האט אים געגבן א בריוו

באמבע !!! בי"ד ממנה העסקן הרב אהר'לע יאקטער פאר ליקוט עצמות

מלך_מלכים » 27/10/2010 22:37

יעקל, איך האב קיינעם נישט באשמיצט, ענק זענען ביזי צו באשמיצן אתרא קדישא, אין פליצלינג זעהט מען א שיינע קול קורא, אינקלאדינג ענקער דיין, קוקט אויס אז די רבנים האלטן אנדערש ווי די ארונים אויף היידפארק.

FiveBoro » 28/10/2010 17:07

שלום עליכם הרב מלך (שוין לאנג נישט געהערט פון דיר - זינט דו האסט זיך אויפגעזאגט פון שרייבן דא מיט אסאך שעה'ן צוריק).

איך גלייך זייער צו פירן מענטשליכע שמועסן, אן קיינע אטאקעס, אבער, אלעס האט א שיעור.

איך וואלט געוואלט דו זאלסט מיר אליינס ענטפערן וויפיל מאל איך האב שוין געענטפערט אויף דיין באמבע קשיא.

יישר כח.

היראים » 29/10/2010 00:01

נעקסטע וואך וועט דער איד קענען שרייבן אז ''זייט די פראטעסט אין מאנהעטן'' גרובט מען נישט

קוק די וואך אין דער איד
מ'קען מיינען אז ס'טוט זיך א גרובעריי מיט פראטעסטן ממש ווי פאר 4 חדשים ציריק
נאר זיי האבען בטעות נישט באריכטעד אפאר חדשים....

nys10952 » 31/10/2010 17:31

איך גיי נישט אריין אין ווער סאיז אהרעלע יקטר וויל איך ווייס נישט אבער דעס וואס סגייט דא ארום אין זיין נאמען אז מגראבט נישט איז סטם א שקר אל גבי שקר קיקט וואס ער זאגט

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=20383&cat_id=1

......"בתגובה לידיעה אומר ארהל'ה יקטר מי שמזוהה יותר מכל עם המאבק במקום: "כואב יותר לראות שהרסו ופינו את הקברים ולא שהחומה קרסה. אני לא יודע אם יש קשר בין קללת המקובלים או התפילות שנעשו שם כי בשעת התפילות לא היה כלום". ...............

אין דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז מזעט נישט קיין מוחים ווען די וואנט פאלט אראפ איז אויך שקר זיי האבן דא געהאט א קליפ דעמאלטץ ווי מזעט די מוחים

FiveBoro » 31/10/2010 20:00

nys10952 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סטם א שקר אל גבי שקר


מילא קיין עברית נישט צו קענען, מה טוב ומה נעים, אבער לשה"ק אויך נישט?

ער זאגט אז "מ'האט" ליידער אויסגעגראבן. נישט אז מען גראבט.

=======

אין אנדערע נייעס:

היינט אינדערפרי איז געפינען געווארן א פרישע מערה דארט אויפן פלאץ פונעם - ליידער - אויסגעגראבענעם ביה"ח, וואס איז נישט זיכער אז דאס איז קברים, אבער עפעס א לאך האט זיך געשפורט, און דער משגיח פונעם נייעם ועד האט תיכף אנגעהויבן מיט בדיקות, ביז די בויער האבן געזאגט אז וועלן דאס בכלל נישט רירן, און זיי מוזן נישט אראפגראבן דארט טיף, און דאס פלאץ בלייבט פארזיכערט בעז"ה.

אצינד קענט איר זיך גרייטן אז אתרא קדישא וועט מאכן א פרישער וויי-געשריי "מהאט געטראפן א מערה".

איי וועט דאך דער עולם פרעגן וואס הייסט געטראפן? מען גראבט דאך מערות טעגליך?

קיין פראבלעים. די וואס האבן נישט געכאפט די צענדליגער סתירות ביז אהער, מיט די טעגליכע בלאפערייען וועלכע האבן די לעצטע פאר חדשים געטוישט ריכטונג יעדן טאג, דער וועט שוין ווייטער נישט פרעגן.

nys10952 » 31/10/2010 22:07

די קענסט אפשר ברענגן א מקור צי דיינע פאקטן אז מגראבט נישט ?

FiveBoro » 31/10/2010 22:43

1) איך פארצייל זאכן וואס איך ווייס קראנט און איך בין איבערצייגט אין איר ווארהייט.
אויב וויל אתרא קדישא אז דו זאלסט זיי גלייבן, זאלן זיי ברענגען א ראי' אז מען גראבט יא.

2) ביי אשקלון איז געווען בילדער ווי ארכילאגן נעמען ביינער. אפשר קענען זיי ברענגען אזא בילד יעצט?

3) פארוואס האט מען געזאגט פאר סוכות אז "מען גייט גראבן א פרישע פאזע", און די ניגון איז ווייטער אנגעגאנגען ביז פאריגע וואך?

4) פארוואס אין זעלבע צייט ווען מען זינגט די ניגון אז "מען גייט", שרייט מען בו בזמן אז מען גראבט "יעצט"?

5) פארוואס זעהט מען נישט קיין ארכילאגן אויפן פלאץ?

6) פארוואס איז נישטא קיין הפגנות אין יאפו? נאר יעדע פאר טעג קומען אן עטליכע אתרא קדישא אינגעלייט?

היראים » 1/11/2010 00:34

די זאלי'ס פראבירן אראפ צו רייסן דעם עסקן הרב יאקטער פאר א אפגעריסענע אויסווארף
ווער געדענקט נישט ווי די ערשטע פאר חדשים פין די מערכה האבען זיי געניצט זיין הילף אין געארבעט מיט אים אינאיינעם
נאר כך הוא דרכם,
דער אלטער גאון אין לוחם מלחמת ד' ר' אליקום שלעזינגער שליט''א איז אויך געווארען ביי זיי א 'לץ' פאר נישט מיטשפילן די חילול ש''ש פין די חילול קברים אין שפאניע, אין האט געהאט די חוצפה צו פועלן ביי די ארטיגע רעגירונג מ'זאל קענען צירוק מקבר זיין די עצמות
אפי' אין זייער תורה בלעטער פיטערט מען דעם מעכטיגען קעציל פרעציל טיטול אויף איינס פין די גרעסטע פוסקים בדורינו פאר'ן טוהן זיין פליכט וואס רביה''ק ז''ל האט אויף אים ארויפגעלייגט
ע''כ איז א שבח פאר הרב יאקטער די אלע מיסע לאוזינגען,

מלך_מלכים » 5/11/2010 17:11

די עדה שטעלט זיך אויך צו צי די משוגענע זאלישע איינרעדעניש אז מען גראבט,
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21207

nys10952 » 5/11/2010 17:56

איז ערגעץ דא ווי ר' אהרעלע יקטר זאגט אז מגראבט שוין נישט?

FiveBoro » 5/11/2010 19:24

מלך_מלכים, דא האט איר:

בצעד חסר-תקדים הגישו הבוקר (ה) שלושה אברכים, הנמנים על 'העדה החרדית', עתירה לבג"צ, 

לאפלאש » 5/11/2010 20:04

די וואך אין בלאט שרייבט י' ל' יאקאב אז די חפירות אין יאפו גייען ווייטער אן. פייוו בארא נעם קעיר פון אים

FiveBoro » 5/11/2010 20:19

איך האב טאקע נעכטן גערעדט צו אים.

ער זאגט אזוי, אויף קול הציבור מעלדט מען אלעס וואס אתרא קדישא שיקן אריין, און ער איז נישט מברר וואס איז יא אמת און וואס נישט, וווייל טאמער יא איז אחת דתו. האט ער געמיינט אז דער באריכט איז יא אמת. נו, קיינער לויפט נישט נאך די נייעס שרייבער פארציילן די פאקטן. ווען איך הער אזא באריכט בין איך עס תיכף מברר, אבער איך גיי נישט אנרופן אלע נייעס סטאנציעס, ווייל לו יהא אז ער וועט עס מעלדן, וועט כלל ישראל נישט אונטערגיין, ס"ה וועלן נאך אפאר אידן מיינען אז מען גראבט יא, און זיי וועלן זאגן א קאפיטל תהילים. וואס קאן שוין זיין.

(אויב אבער איז פייוובארא הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א און רבי_יונה [ע"ה] איז שמואל וויעדער, בלייבט די קושיא בתוקפו...)