היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז "דער בלאט" פאררוקט??

איז "דער בלאט" פאררוקט??

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2839920

הטוב_שמך » 26/10/2010 00:25

קודם כל, איך וויל מוסר מודעה זיין אז איך רעד נישט פון פאליטיק, נאר בלויז פון די צייטונג הנקרא "דער בלאט".

בעפאר איר וועט אלע פרעגן פארוואס איך קויף עס בכלל, לאמיך אייך ענטפערן, עס זענען פאראן גאנץ שיינע ארטיקלען, טענענבוים, באקציין, פון פארשידענע וועלטליכע טעמעס וואס איך גלייך שטארק צו לייענען. ביז א שטיק צייט צוריק פלעגן זיין נאך אינטערעסאנטערע ארטיקלען וועלכע האבן אויפגעהערט צו ערשיינען (ווי י.באש, לעבאוויטש וואס האט געשריבן פסיכאלאגיע(?) פאר מענטל פראבלעמען ("פארוואס האב איך געווארט"?) און נאך פארשידענע (נישט אזעלכע בייסיגע פארהאסטע ארטיקלען ווי דוב שטרייכער פון י.ג.)

אבער בכלל זענען די שרייבערס היבש משוגע, און קוקן אויס צו זיין צוריקגעבליבענע.

איך פארשטיי אז מען שרייבט פון דעם רבי'ן (הגה"ק מיליאן מאל) און אין אלע אידישקייט ענינים שטופט מען אינעם רבי'ן כאילו אלעס האט בלויז מיט איהם (צב"ש ש.ב. מרגליות, ער שרייבט אמת'דיג שיין אבער עס עקלט אזויפיל צו זעהן יעדע וואך דעם רבי'ן שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל), עס איז אויך גאנץ אינטערעסאנט צו זעהן די אלע (וועלטליכע - נישט רבי'שע) בילדער יעדע וואך און די בדיחות'דיגע קאמענטארן הונטער זיי, וואס ברענגט גאנץ אפט ארויס א שמייכל..

אבער וואס עס מאכט מיך (און נאך אנדערע מענטשן) אויפצוהייבן די אויגן-ברעמען און פרעגן "הזאת נעמי", זענען פארשידענע מאדנע און אומפארשטענדליכע זאכן וואס מאכט יעדן לאכן.

איין משל. "פון פענע צום בלאט". יעדע וואך באזונדער זענען פאראן איינס אדער מערערע בריוון וועלכע מאכן מיר לאכן און קרומען מיט די נאז, איך ווייס נישט צו די שרייבערס זענען אזעלכע בעביס, צו גאר די בחורים העורכים (וועלכע מאכן זיכער אז אלע בריוון "פיטן" אריין אין איין עמוד, ברצותם מקצרים וברצותם... מאריכים, וביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב שוין אמאל געשריבן א בריוו, און די חשוב'ע רעדאקציע האט דאס היבש באפעפערט, הגם נישט שלעכט, אבער איך האב זיך איבערצייגט אז ס'איז נישט גענצליך אומר דבר בשם אומרו, און מסתמא לייגן זיי צו היבש אייגענע בריוון ווען עס פעלט זיך אויס, בתוך שאר שקרי עמו ישראל..)

איך מיין אז פון היינט און ווייטער זאל איך יעדע וואך מעתיק זיין איינע פון די בריוון, וירא הקהל ויצחקו.

לעצטע וואך האט איינער, א "פעני-סעיווער" געשריבן ווי אזוי מען קען זיך שפארן א פעני, דהיינו אויב איינער האט אן עלעקטריק ביל פון ווייניגער ווי 30 דאלער (!) (ער אליין איז מודה אז עס איז נישטא אזוינס, אבער לפי חלומותיו קען יא זיין אזא זאך) זאל ליבערשט נישט באצאלן דעם ביל (אויב ער שיקט דאס מיט די פאסט) ווייל די 1.5% שטראף וואס קומט דערויף א חודש שפעטער וועט זיין בלויז 43 סענט וואס איז ביליגער מיט א צענט ווי א סטעמפ! פלאצקער גאון'ס אויסטרעף!!

ער האט בלויז "פארגעסן" מסתמא אויסצורעכענען וויפיל עס קאסט א "טשעק" און די טינט פון פעדער צו שרייבן דעם טשעק, און די צייט (טיים איז מאני) וואס עס נעמט צו שרייבן, ווער רעדט נאך אויב מאכט מען א מאני-ארדער!

כ'מיין.. קאם-אן! ווי נידריג (אין מענטשליכקייט) דארף מען זיין אריינצולייגן אזוינע שטותים! ס'איז טאקע פאר קינדערלעך און ווייבער, אבער אפילו פאר זיי! האט שוין דער בלאט בכלל נישט קיין "זעלבסט-רעספעקט"?

ס'זענען דאך זיכער פאראן אנדערע מענטשן - נישט אהרונים - וועלכע לייענען די צייטונג, דארף מען זיך נישט כאטש אביסעלע אהערשטעלן? נישט מאכן ליצנות פון זיך אליין? ווי למשל זאגן אזא נארישע צודרייטע זאך (סוכות אויסגאבע) אז איינע פון די "הויפט געשעענישן פון יאר" איז.. נישט מער און נישט ווייניגער ווי... "13 חתונה זאלן געעפנט לויט די תקנות"...? האם אר יו קידדינג?? דאס שטייגט אפילו איבער גראסמאנ'ס פרשה און די וואלקענאו אין איסלאנד וכדו'... באמת א פלא עצום!

איך לאך נאך ביז היינט פונעם "אויסשווארץ" (אזוי רופט דער בלאט אן א "בלעק-אוט"), אדער "שיך און זאקן", דהיינו ביי יעדע רבי'שע געשעעניש האבן זיך פארזאמעלט טויזענטער (מיליאנען?) אידן מיט "שיך און זאקן", הגם רוב גייען נישט אנגעטון שבת'דיג, אבער היות דער בלאט שרייבט דאך "בלויז אמת" און טוט נישט פארנויגן דאס מינדעסטע, מדבר שקר תרחק, איז ע"כ שרייבט מען "שיך און זאקן" וואס דאס איז דאך טאקע אמת! ווער גייט דען נישט שיך און זאקן? קיינער קומט דאך נישט צו א חתונה בארוועס.

איך וואלט געקענט נאך מער מאריך זיין, נאר עס איז צופיל אויף איינמאל.. צוביסלעך, מהיום והלאה, וועלן מיר ארויפלייגן די צודרייטע מאדנע זאכן פון דער בלאט, כולי האי ואולי וועט זיך די "חשוב'ע רעדאקציע" אויפוועקן...

היראים » 26/10/2010 00:43

ווייסט איינער וואס קרענט די זאלי'ס יעצט די בלאט מער ווי א צווייטע מאל
שוין די צווייטע אשכול פין פעך אין שוועבל אין די וואך אליין'ס וויי זיי רייסען אראפ מיט נערישע שטותים דער בלאט

באנדעלע » 26/10/2010 01:23

WOW WOW WOW........ אזא אטאקע???.... וואס איז געשעהן???... אפשר קען מען דיך ארויסהעלפן? איז אלעס בסדר?? איך מיין די זאלסט אויפהערן קויפן די בלאט... ס'וועט דיר זיין סאך געזונטער.... איך האב געוואוסט אז די בלאט שטעכט די זאליס אין זיבעטען ריפ, אבער אזוי צו קרענקן?? אזאנע שעלט ווערטער?? ממש מיט טרערן...

טאטלע » 26/10/2010 01:24

יא די בלאט איז אבסולוטלי פאריקט אויף מיליאן 

פארענטפערט דיר דאס אלעס אדער עפעס איז דיר נאך שווער ?

סקאטמאלען » 26/10/2010 02:39

דער בלאט עקזיסטירט נאר ווייל ס'איז דער פראפאגאנדע צייטונג פון די אהרונים, ממילא זענען אלע ארונים לויאל בלאט שטיצער בלינדערהייט, איך גאראנטיר ענק אז אויב זאל עס ווען זיין א פריוואטע נייטראלער צייטונג וואלט עס נישט געלעבט נאך איין טאג, עס האט נישט קיין שום פראפעשענעליזם פון דשורנאליזם, ס'קוקט אויס ווי א קאלארינג בוק וואס א קליינע בייבי פירקעלט אן, הוידל בוידל, לצנות, שטותים...

למשל איך האב יעצט געכאפט די בלאט פון די לעצטע וואך, קודם האבן זיי אויפן ערשטן בלעטל, א ריזיגער בילד פון א איבערגעדרייטער עראפלאן אין א דערפל אין די פיליפינס צוליב עפעס א שטורעם דארט, וואס פאר-א-שווארץ-יאר, פארנעמט א שטורעם אין די פיליפענען דער פראמענענטסטער ארט פון א חרדישע צייטונג אין ניו יארק, זענען זיי משוגע?

נאכדעם קוק איך ווייטער מעלדן זיי די נוטרונא ראדיא-עדס, ווייסן זיי פשוט נישט אז א עד אין אידיש רופט מען א רעקלאמע, זיי רופן עס "ראדיא-מעסעדשעס", איז טאקע דארט נישט דא קיין שום פאראנטווארטליגער שרייבער וואס זאל עכ"פ איבערקוקן די קעפליך פון לכה"פ די ערשטע בלאט....אנביליוועבל!!

הטוב_שמך » 26/10/2010 03:38

אודה ולא אבוש, איך בין היבש ערשטוינט אויף די אטאקע וואס איך האב צוריקגעכאפט על לא דבר.

1. איך בין בכלל נישט קיין "זאלי".
2. וואו קומט אהער "שטעכן די זאליס"? "פעך און שוועבל"? מען רעדט דאך דא פון משוגע מאכן די מענטשהייט.
3. וואו האסטו געטראפן, באנדעלע, אז איך שרייב מיט טרערן? שעלטן? קרענקען ביזן זיבעטן ריפ? אויסער "לאכן" (און קרומען מיט די נאז) האב איך גארנישט געשריבן!

איך האב באמת געמיינט אז צווישן אזויפיל אידישע שרייבער וועט זיין כאטשיק עטליכע מבינים אויף די נידריגע קוואליטי פון די בלאט דזשורנאליזם. דערווייל וואס ווען וואו.

איך האב ספעציעל ארויסגעברענגט די מעלות אויך, איך בין נישט קיין איין זייטיגער, איך זעה די געשמאקייט דערפון אויף עטליכע פלעצער, און אזוי אויך אין "דער איד" (איך ליין ביידע), אבער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז 100% אמת. אדרבה ווייזט מיר אויף אז נישט!!

די עקסטרעמען, "דער בלאט איז פאררוקט אויף מיליאן", רעדט נישט צו מיר. עס מיינט נישט גארנישט. איך גלייך בכלל נישט די עקסטרעמע אויסדרוקן. נישט אויפן בלאט און אודאי נישט אויף א מענטש.

איך קען אבער נישט צוריקציען. יעדער נארמאלער שרייבער, אפילו נאר א שטיקעלע, וועט מודה זיין אז דא ליגט מאדנע, קינדישע כאראקטעריסטן. דאס איז אחוץ די פאנאטישע איבער'חזר'ן כ"ק הגה"ק שליט"א יעדע רגע (וואס איך האב בכלל נישט ליב, פון קיין שום חסידות. און מיט דעם ענין מוז איך געבן קרעדיט פאר "דער איד").

איך וויל מיך אנטשולדיגן אויב איך האב איינעם וויי געטון. איך וויל נישט קיינעם שטעכן. אפשר מיט די צייט וועט איר נאך פארשטיין וואס איך מיין. איך וועל פרובירן מעתיק זיין שטיקער וואך נאך וואך. אינו דומה שמיעה לראי'. א שאד איך האב עס נישט געטון ביז היינט.


תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 26/10/2010 03:45:15

השר_מקוצי » 26/10/2010 03:45

מילך דייטש ,לטובתך ולהנאתך, מאך סדר און דיין אפיס,
 
פאר עטליכע יאר צוריק, ווען מען האט אונז בא'גנב'ט פון אלע  אונזערע נכסים
האט אויסגעפעלט אזא צייטונג ווי דו האסט יעצט, ווייל ווי נישט ווי דיין צייטונג האט אויפגעהייטער
די געמיטער נאך די נאכנאדע דורכפעלער יעדן איינציגן טאג, און קארט וכדומה, עס האט געהאלפן מיט מסיבות וכדו'

מיילך!!!! עס איז אנדערע צייטן היינט ציטאגס!!!! דער עולם ברויך מער נישט קיין לייכטיזיניגע ביליגע צייטונג
עס האלט נישט ווייט, אז אויב עס וועט נישט געשען קיין מעדשער טשענדש און דיין צייטונג, וועלן
מגידי שיעור אסר'ן עס צו ליינען! נישט ווייל עס איז גוי'עש, נאר ווייל דער גוי וואלט זיך אויך געשעמט דערמיט

הער דיך נישט צו צי די מענטשן ארום דיר און דיין אפיס וואס ווילען  ווייטער מעלקן פון דיר
גיי און גאס, רעד צום ציבר, עס נישט דא קיין 20 פרצאנט ארונים וואס זענענן מודה אז זיי ליינען דיין צייטונג!!!!
יעדער נערמאלער אינגערמאן לייקענט אז ער נעמט עס און די הענט אריין,

מאך 180 דעגרי טערען פאר עס איז צי שפעט!!!!!





תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 26/10/2010 03:49:19

הטוב_שמך » 26/10/2010 04:02

היראים,

לכתחילה האב איך נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט "שוין די צווייטע אשכול וכו'...". איך האב גראדע יעצט באמערקט די אנדערע ארטיקל (פון "דעעם" אין די עדיטאריעל) אנטקעגן דער בלאט.

איך האב שוין נישט אדורכגעקוקט דעם "כל העולם כולו" פארום פאר איבער א וואך און איך האב באמת נישט געוואוסט פון דעם אנדערן אשכול (צי איר גלייבט מיר יא צי נישט).

יוסלע_פליט » 26/10/2010 04:10

הטוב_שמך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 (צי איר גלייבט מיר יא צי נישט).


איך האב דיך שוין כמעט געגלייבט אבער,
איך האלט אז מיט דעם האסטו געהארגט דיין נאמנית!....

סקאטמאלען » 26/10/2010 05:15

אויף זייט 17 די פיקטשערס פון דעם ר' מענדל ווערצבערגער מיט דער רב פון די סאטמארע קהלה אין מאנטריאל, איז געהעריג לצנות געמאכט פון די 2 חשובע רבנים, ווי קומט די בילד אהין, די טיפוש!! יא איך ווייס אז ער איז דער אהרוני קאמפעטישן פון רב טירנויער, מסכים, אבער וואס קלעפסטו דארט אריין די בילדער, איז דאס א ארטס-ענד-קרעפטס אדער א צייטונג?


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 26/10/2010 05:16:40

דייקן » 26/10/2010 05:22

בנוגע לייגן בילדער ביזטו נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל די ערשטע זאך וואס די אויג פון א מענטש כאפט איז א בילד, האט דער בלאט לעצטנס אנגענומען דעם שטעלונג, און זיי פרובירן ביי יעדע נייעס צוצולייגן א בילד פון וועמען אדער פון וואס ס'רעדט זיך דא.
איך געב זיי נישט אינגאנצן גערעכט, און ס'זענען דא אינעם בלאט אסאך פעלערהאפטיגע זאכן וועלכע זיי מעגן זיך צולערנען, אבער סתם גיין ארונטערייסן הלא דבר האט קיין פשט.

לאעליכם » 26/10/2010 14:54

א) די "הגה"ק" טיטל קריכט מיר שוין אויך ארויס פון די נאז-לעכער! פארוואס קען נישט שטיין נארמאל "מרן אדמו"ר מסאטמאר", העכסטענס א "עט"ר", אדער אמאל אמאל אן "הגה"ק", אבער נישט טויזענט מאל א וואך!

ב) למעשה איז עס גאנץ א געלונגענער צייטונג זיי האבן גוטע נייעס, גוטע ארטיקלען וועלטליכע און תורה'דיגע. אבער די סטייל דערפון איז אביסל בחור'יש און קינדעריש, ווי די נארישע בילדער וואס עס טוט זיך אין אזיע-אוזבעקיסטאן-מדבריות ווי א פייגל פליהט-א הויז צופאלט-א אויטא פארקט וכו' (הגם עס איז דא וואס גלייכן עס, איז עס זיכער צופיהל פער וואך). און ווער רעדט נאך פון די בריווען וואס אסאך אמאל דוכט זיך ווי אפאר עידזש בחורים האבן עס געשריבן, ווי למשל אינמיטן זומער וויפיל בחורים עס גייען מיטן שעמפא אין די האנט, און וויפיל מיטן האנטוך אויפן פלייצע... (ווער געדענקט?)

rebyankel » 26/10/2010 17:46

דער בלאט האט זיך געפענט דורך עטליכע עסקנים
 ניצענדיג די געלעגנהייט ווען טויזענטער קאסטומער פין דער איד האבען עס גענצליך אויפגעהערט צו קויפן אין ליינען
אין די סיבה פארוואס זיי האבען מצליח געווען - אנדעש ווי אסאך וואס האבען פראבירט צו עפנען צייטונגען אין זענען דורך געפאלען איז ציליב דעם וואס זיי האבען פין די ערשטע מיניט געהאט א שטארקע ליינער באזע, וועלכע איז נאך האנט זייער שטערקסטע באזע 
אין איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט דיין תגיבה אויבן

אין די סיבה פארוואס די זאליס פראבירן יעצט צו העצן אויף דער בלאט מער ווי א צווייטע מאל איז ציליב דעם וואס דער איד האט אנגעהויבן צ אינוועסטירן שווערע געלטער אויפצוארבעטן זייער צייטונג, קענען זיי שרייען אז דער בלאט זאל זיי נאכטוהן
נו, ס'איז א גיטע עצה אין די ליינער וועלן זיכער הנאה האבן
איך קען אויך באשטיין, זיי זאלען אנהויבן זיך אהערצושטעלן מער פראפעשענאל

אבער
אויב באדערט דיך דאס ווארט הגה''ק אזוופיל מאל דאן וואלט דיך די מהלך פין דער איד געקרענט אסאך מער,
 ווייל פאר יעדע הגה''ק אין דער בלאט האט דער איד צען קעפלעך פין פראפאגאנדע זאלי נייעס מיט ריזיגע קעפלעך אנגעהויבן פין די וועכענטליכע פרקי אבות שיעור- כאילו ראדני שול אין וומ''ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'לערנט פאר פרק, אין גענדיגט ביי געלייגטע א ציגעל אויף די געיט פין זייער בית החיים
נעם א איד אדער א בלאט פין סיי וועלכע וואך אין קוק וויפיל חדרד'ישע נייעס עס איז דא אין דער בלאט פין סאטמאר
אפגערעדט אז נעגעטיוו וועסטו טרעפן נאר ממש ביי א סעזאן,
 אין אפי' דעמאלטס וועסטו נישט טרעפן אזעלכע גרוליגע לשונות ווי רשעים עמלקים משכילים אין אוודאי נישט אויף ת''ח אין דיינים
אין וויפיל חרדישע נייעס עס איז  דא פין זאלי אין דער איד,
אין פין נעגעטיוו וועסטו זעלטן טרעפן א אויסגעלאזטע וואך,
נאכדערצו מיט אזעלכע שמיציגע לשונות וואס גרוליט יעדע מענטש חוץ א זאלי
מ'קען זאגען אז די גרעסטע פראצענט חרדישע נייעס אין דער איד איז זאלי פראפאגאנדע נייעס

אין דאס איז די סיבה וואס טראץ וואס דער איד אנערקענענדיג זייער מצב האבען אנגעהויבן צו אינוועסטירן שווערע געלטער אין זייער צייטונג ברענגט דאס פאר זיי קיין שום רעזולטאטען, אין העכערט לגמרי נישט זייער קאסטומער באזע.

אין להוי ידועה אז דער בלאט לייגט נישט אריין בדרך כלל קיין שום חרדי'שע נייעס אליין'ס, יעדע נייעס ווערט אריינגעשיקט דורך די מוסד וואס לייגט עס אריין, דאס ברענגט געלט פאר'ן מוסד וועלכע פובליצירט זייער סוקסעפולע מאורע, אין דארפסט פארלאנגען ביי די סעקרעטרי פין דעם מוסד זאל דאס מגיה זיין אין זאל אראפנעמען דאס ווארט הגה''ק ווייל דיר קרענקט עס.

אגב
רוב איידיעס וואס דער איד האט אנגהויבן צו ניצן, איז אלטע איידיעס פין דער בלאט (חוץ די גאנצע בייליגע מיט קעסטל רעטענישן - דאס איז שוין משה פרידמאן'ס איידיע)
קוק גיט וועסטו זעהן


תוקן על ידי rebyankel ב- 26/10/2010 17:51:08

הטוב_שמך » 26/10/2010 21:18

לאמיר נעמען נאך א משל פון די וואך.

דאס איז אויף זייט 51, וואו מען באשרייבט צי ספלענדע צוקער איז געזונט צו נישט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

הודעה פאר דער בלאט: צו ווייסטו אז כדי צו לעקן די פוס דארף מען אויסטון  די "שיך און זאקן"?

הטוב_שמך » 26/10/2010 21:22

לאמיר נעמען נאך א משל..

דאס איז אויף זייט 76 ביי די "טעכנאלאגיע נייעס".

[בילד – נישט אפגעהיט]


הודעה צו דער בלאט: ביסטו זיכער אז "קינד און קייט" געדענקט דאס? אפשר האבן מאנכע א שוואכן זכרון, און איר שרייבט דאס אזוי מיט א זיכערקייט.. וואס טוט זיך מיטן "כדי שלא לבייש את מי שאין לו"..? (בדרך צחות).

לאעליכם » 26/10/2010 23:16

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 אויב באדערט דיך דאס ווארט הגה''ק אזוופיל מאל דאן וואלט דיך די מהלך פין דער איד געקרענט אסאך מער,
 ווייל פאר יעדע הגה''ק אין דער בלאט האט דער איד צען קעפלעך פין פראפאגאנדע זאלי נייעס מיט ריזיגע קעפלעך אנגעהויבן פין די וועכענטליכע פרקי אבות שיעור- כאילו ראדני שול אין וומ''ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'לערנט פאר פרק, אין גענדיגט ביי געלייגטע א ציגעל אויף די געיט פין זייער בית החיים


ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! ולדוגמא לאמיר נעמען דעם פארגאנגענעם שמחת תורה ווי אין "בלאט" פון סוכות איז נישט געשטאנען קיין "איין ווארט" בוגע דעם בעפארשטייענדן יו"ט, ווי "טויזענטער גרייטן זיך" וכדומה, חוץ א טריקענע מודעה פון אש"ל איז דארט "גארנישט געשטאנען". נאך יו"ט אחוץ א פיקטשער אויפן פראנט פעיטש פון "באגלייטן" איז ווייטער "גארנישט" געשטאנען! "התרוממות הנפש... טויזענטער.. וכו'" איז נישט געווען צו געפונען. ווידער "דער איד" שוין אן פאמפן זייער אדמו"ר איז סיי בעפאר יו"ט און סיי נאך יו"ט געשטאנען מיט אלע דיטעיל'ס ווי שיין און דערהויבן וכו'.

למעשה מיך - אלס ארוני - רינט שוין דעם "הגה"ק" ארויס פון די נאז לעכער... אזש ס'גרוילט, צו וואס פעלט עס אויס? וועם טוט מען באאנפלוסן דערמיט? ס'איז גענצליך איבעריג! ס'קוקט אויס ווי א "גזירת המלכות" אז אויב נישט איז "אחת דתו" מען פארפעלט נישט אפילו איין מאל עס אויסצולאזן!

כ'האלט אז האלטנדיג שוין תשע"א, דער רבי איז שוין רבי פינף יאר צום גוטן. אזוי ווי מען האט שוין אויפגעהערט מיטן שרייבן בעפארן יו"ט די גרויסע "התרוממות" און ווי די "טויזענטער" גרייטן זיך, מעג מען שוין אויך אויפהערן מיט דעם.

צום_ענין » 26/10/2010 23:32

איך מוז מודה זיין אלס אהרוני, די טויזנטער הגה"ק'ס איז סתם דערנערווירענד, און סטופיד, דער רבי ווערט נישט הייליגער ווען מען זאגט דאס איבער טויזנט מאל, סאיז ממש א חוזק.
די צווייטע זאך וואס מיך באדערט און דאס איז נישט נאר אין די בלאט נאר אין די "די צייטונג" אויך, און איך שטעל זיך פאר אז אין "דער איד" אויך (סארי איך לייען עס נישט ווייל ס'איז היפאקריטיש און געפערליך פאר קינדער) איז די נייע משוגעת פון אריינשטעלן פאררוקטע בילדער אן קיין שום פשט ווי א בילד פון א פייגל אין אויסטראליע ווי ס'שטייט אויף א לייט שטאנג וכו' וכו' וכו', משיגענע צודרייטע פיקטשער'ס וואס זענען נישט נאר נישט אינטערסאנט נאר מאכט דעם ליינער שפירן ווי א קעלבל וואס די רעדאקטארן מיינען אז מען דארף פיטערן מיט אזוינע שטותים.

דייקן » 27/10/2010 00:24

קען מיר אפשר איינער אביסל פונקטליכער ערקלערן וואס די 'הגה"ק' טיטול שטערט אים אזוי שטארק?
ווען איך ליין א נייעס, שטעל איך זיך נישט אפ יעדעס מאל ביים הגה"ק ביי מהר"א, און אזוי אויך שטעל איך זיך נישט אפ ביים הרה"ק ביי טאהש, און אויך נישט ביי יעדן וואס ווערט באטיטול'ט מיט הגה"צ. 
אויב דער בלאט ווילן גרעסער מאכן מהר"א מיט דעם טיטול, זכה להם, וועמען שטערט עס דען. מיר קוקט דאס אויס ווי אבי געזוכטע טענות.
מעגליך אז ס'שטערט פאר יענעם אז אין איין וואך איז דא צופיל נייעס פון מהר"א, אבער דאן וואלט אים דעם טיטול 'אדמו"ר' פונקט אזוי געשטערט.
איך געב נישט אינגאנצן גערעכט פארן בלאט מיט זייער משוגעת'ן, אבער מ'קען זיי דן זיין, אז זיי ווילן זיך צושטעלן צו אלע קאטאגאריע ליינער'ס, מענער, פרויען, פאליטיקאנטן א.א.וו. צוגלייך, און דעריבער לייגן זיי אריין גאר אסאך בילדער, און צומאל מאדנע בילדער, ווייל זיי האלטן אז נאך אפאר פרויען אדער קינדער וועלן דאס גלייכן.
בנוגע פארוואס זיי באשרייבן נישט דעם יו"ט איז זייער פשוט, ווייל סתם גיין יעדעס יאר איבערשרייבן די זעלבע זאך האט נישט קיין שום פשט, חוץ אפשר אז די בעלי תפלה, און די הקפות זענען אנדערע נעמען, איז נישטא קיין שום חידושים, לענ"ד.
און די נעילת החג און באגלייטן תורה וועלכע איז יעדעס יאר א נייעם חידוש, באשרייבן זיי טאקע יא, אויב איך געדענק גוט.
אפשר זאל איינער עפענען א אשכול איבער די מעלות און אינטרעסאנטע ארטיקלען פונעם בלאט, איך גלויב אז ס'איז דא, בו בעת וואס איך זעה אז מ'האט דא נאר געברענגט געציילטע טענות אויף אן אויסגאבע פון עטליכע אין הונדערט זייטן...

היראים » 27/10/2010 00:33

הטוב
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער דיינע לעצטע 2 תגובות האסטו געוויזן דיין ציל
אויב נאכען דורך ליינען די גאנצע בלאט האסטו נאר געטראפען דאס דאן איז עס א הערליכע צייטונג אפי' וועסט טרעפן נאך 10 אזעלכע
ס''ה האבען זיי א שרייבער וואס מעג שרייבן ערסטער ווי די ניגון פין די זייגער....

איך בין נישט דא צו פארטרעטן דער בלאט
איך האלט אויך אז מ'קען אייביג בעסער מאכען אבער דערווייל האסטו געברענגט זייער נערישע עקזעמפל'ס

ראוז_פלאזא » 27/10/2010 01:46

א אינטערעסאנטע זאך, זינט די בלאט האט אונטערגענומען א מאסיווע רעארגאנאזאציע אין זייער אפיס, אין זיך הערליך איבערגעארבעט אין צוגעלייגט א הערליכן תוכנדיגע אויסגאבע מיטן נאמען אוצר ( און האט שוין אגב געזען א שיינע וואוקס אין קונים זינט דאן ) פונקט יעצט האבן זיך די חברה צוריק אויפגעוועקט אין אנגעהויבן מיט זייערע אלטע קינדישע וואסער מאלערייען, סאיז יש דברים בגו, (הגם זיי זענען נאך ווייט פון פארטיג, אין האבן נאך א היבשע וועג צוגיין) אבער עפעס טוט זיי דא וויי

דייקן » 27/10/2010 02:00

דער בלאט האט אויך א פרישן אפטיילונג פון אלע בילדער, מעגליך אז זיי האבן עס טאקע געטוהן צוליב דעם סיבה ווייל נישט יעדער האט ליב די בילדער.
איך זעה אז דא זענען דא עטליכע וועלכע גלייכן טאקע נישט זייערע בילדער, אן זיך דארפן באלמוטשען און זיך אנשטויסן יעדע פאר מינוט אין נערווירנדע בילדער קען ער דאס גלייך אוועקווארפן...

השר_מקוצי » 27/10/2010 02:15

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער דיינע לעצטע 2 תגובות האסטו געוויזן דיין ציל
אויב נאכען דורך ליינען די גאנצע בלאט האסטו נאר געטראפען דאס דאן איז עס א הערליכע צייטונג אפי' וועסט טרעפן נאך 10 אזעלכע
ס''ה האבען זיי א שרייבער וואס מעג שרייבן ערסטער ווי די ניגון פין די זייגער....איך בין נישט דא צו פארטרעטן דער בלאט איך האלט אויך אז מ'קען אייביג בעסער מאכען אבער דערווייל האסטו געברענגט זייער נערישע עקזעמפל'ס


מיט דיין פארטיידיגען דעם "דער בלאט" ברענגסטע זייער גוט ארויס, וואס פאר חורבן דער בלאט מאכט
אן פאר אונזערע אייגענע איגענט, און כ'וועל מסביר דיר עס  זיין זיין

אלמלא, עס וואלט געווען א אומפארטיישע צייטונג, וואלט נישט מען געקענט האבן קיין טענות, אויף אים
ווייל ער וואלט געקענט ענטפערן אז קיינער איז עס נישט מחויב צי קויפן. עס איז א פריוואטע זאך

אבער יעצט אז ער שטעלט זיך אהער ווי דער "סאטמערער צייטונג" , ווייסן 95 פראצענט בחורים אז זיין מיזען עס ליינען,
און ליידער ווי אזוי עס זעט אויס, ביליג,ליצנות,קינדעריש, ברענגט עס אריין א נידריגע מאראל פאר די וואס ליינען עס בקביאות
און דאס איז נאך ערגער ווי צי האבן א אידישע צייטונג וואס עס זעט אויס מער גויעש, א שטייגער ווי דער "שטרן-שפאקטיוו-נייעס באריכט" ווייל לצינות, קינדעריש קלעפט זיך אן, און דער בלאט פארטרעט און ווערט געשריבען אויף אזא אויפן,

עס איז ראנג צו זאגן אז אנ"ש מוזען פארטיידיגען דעם "דער בלאט"
זאל דער בלאט זיך טוישען, אדער זאל ער ווען אויס סאטמערע צייטונג,
מען דארף נישט, און מען טאר נישט פיטערן אונזערע קינדער מיט ביליגע לצנות וואך איין און וואך אויס


השר_מקוצי » 27/10/2010 02:20

ראוז_פלאזא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א אינטערעסאנטע זאך, זינט די בלאט האט אונטערגענומען א מאסיווע רעארגאנאזאציע אין זייער אפיס, אין זיך הערליך איבערגעארבעט אין צוגעלייגט א הערליכן תוכנדיגע אויסגאבע מיטן נאמען אוצר ( און האט שוין אגב געזען א שיינע וואוקס אין קונים זינט דאן ) פונקט יעצט האבן זיך די חברה צוריק אויפגעוועקט אין אנגעהויבן מיט זייערע אלטע קינדישע וואסער מאלערייען, סאיז יש דברים בגו, (הגם זיי זענען נאך ווייט פון פארטיג, אין האבן נאך א היבשע וועג צוגיין) אבער עפעס טוט זיי דא וויי


עס איז נישט קיין פעלער אויב דו פארשטייסט נישט וואס עס איז "ראנג" מיט די בלאט

עס איז נאך אלץ דא 300 אידן און סאטמער וואס שטיין און ווארטן דערויף יעדע וואך, ביסטט נישט דער איינציגסטער מיט דיין מיינוג

ראדני_קינג » 27/10/2010 03:51

די בלאט פארוואלטונג זאלן וויסן, [איך בין זיכער אז זייער שטאב דרייט זיך דא] אז זיי קענען נישט האבן קיין פרי-רייד מיט דעם וואס זיי זענען די אפציעלער PR צייטונג פון סאטמאר, איך ווייס קלאר אז די בלאט פלעגט אריינשטעלן פיקציע אנאנסן, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, סתם פאר די  FUN צו זיך פשוט אינטערהאלטן און זיך קאטשען פאר געלעכטער, דאס איז זייער דיסרעספעקטפול, און עזות'דיג, זיי זאלן זיך נישט איינרעדן אז דער עולם באמערקט עס נישט, דער עולם האט נאר בעסערע דאגות אינטערסירט עס פשוט קיינעם

דאס איז איינס,

שנית, האט "שר מקוצי" ארויסגעברענגט זייער א שטארקע פוינט, אז וואס איז געווען פאסיג תשנ"ט איז נישט מער פעליג תשע"א, דער עולם איז מער נישט נייגעריק און איז מיד פון די שרייעדיגע מחלוקה העד-ליינס, פון די קארטס וכדומה, ס'פעלט שוין לאנג נישט אויס, און די זעלבע מיט די אלע בעבישע איבערגעטריבענע נייעסער פון די קהלה, קיינער ברויך עס נישט, די איינציגע זאך וואס עס טוט אויף אז ס'געבט דעם איינדרוק כאילו דער יסוד פון די קהלה איז די פאליטיק און פראפגאנדע, אויב מאכט זיך אמאל עפעס א לעגיטימער נייעס בנוגע די פאליטיק, וועט גארנישט שאטן אז מ'באשרייבט עס קורץ און שארף ביי די לעצטע בלעטער,

אויסערדעם האט די בלאט אסאך שיינע סחורה, און זיי קענען ווען זיין א עכטער דבר השלם, אויב זיי זאלן נאר אויפהערן מיט די לצנות און די נארישע סטייל פון די קהלה נייעס,

באנדעלע » 27/10/2010 14:57

ערלעדיגט! ג'עפועלט!!!... דע בלאט האט 3 קאסטאמערס א וואך... א אפגעפליקטע ארונישע צייטונג... מיט בחורים שרייבערס... הטוב, דו האסט נאך אלץ א פראבלעם מיט די הגה"ק'ס?... אגב, איינער געדענקט די אשכול פון סאוט 8? א גוטע געלעגענהייט צו זעהן ווער ס'איז א זאלי דא... די חילוק איז דארט איז עס געווען 'פריינדליך' מיט 'צום_ענין'.... און יעצט איז עס ראדני_קינג מיט השר_מקוצי......... מ'בעט אז קיינער זאל זיך נישט טענה'ן מיט די חברה, זיי פרובירן שפילן ארוני און זענען געהעריגע זאליס! מ'קען זעהן פון זייערע ווערטער ווי אזוי זיי רעדן.

rebyankel » 27/10/2010 19:49

 
איינער פרעגט מיר פארוואס כל העולם כולו איז געווארען א פלאץ ווי די ארונים געבן אויס זייער אייגענע אויסבראכען
עס איז נאך דא ביי די זאליס אדער ביי סיי וועלכע קהילה אזוופיל פראבלעמן ווי ביי די ארונים - וואס ביי די ארונים ווערן אזעלכע  ב''ה טיילווייז קער גענומען לעצטנס ב''ה
פארוואס ביי די זאליס ווערט אזא קריטקירער ברבים גלייך שטיל געמאכט אין דא וועט מען בויען גאצנע אשכולות אויף אשכולות

אז מ'קוקט גיט ווער איר זעהן
די אלע ניקס וואס איר וועט זעהן ווי זיי מוזן זיך ברבים נעבעך אויסגעבן זייער ווייטוג
 זענען שרייבער וואס מ'זעהט כמעט קיינמאל נישט פין זיי,
אין זייער גאנצע פרוף אז זיי זענען נישט קיין זאלי מסוסתרת איז ווייל זיי שרייבן אויפן רבי'ן שענערע לשונות ווי אויף ר זלמן לייב
סוי זאל קיינער נישט זיין משוגע, נישט יעדער וואס קלעימט ''ארוני'' ווערט אטאמאטיש ארוני
איר זאלט נישט ווערן שאקט אויב ווער איר דערגיין אז זייער גרעסטע קאמפעטישען שטייט אינער די נאכנאנדע אטאקעס
ווייל זיי האבען שוין פראבירט אסאך גרעסרע אטאקעס ווי דעם, אין דערווייל אינוועסטירן זיי נאך טויזענטער מיט א גאנצע ביילאגע פאר קינדער אין א ביילאגע פאר שמות.

וואס דארפט איר מער ווי דעם אז ער ליינט דורך דעם בלאט פין דעקל צו דעקל אין סקען'ט אריין יעדע ארטיקל אויף וואס ער קען זיך ארויפכאפען


תוקן על ידי rebyankel ב- 27/10/2010 19:52:33

דייקן » 27/10/2010 19:59

"דער איד" איז גראדע שוין יא אמאל קריטיקירט געווארן דורכ'ן אייגענעם צד.
מעגליך אז יענע קריטיקירער שפילן אויך פארטיי, ווער ווייסט...

דער איד: סקווירא צייטונג

לאפלאש » 27/10/2010 20:01

עס איז ווייטאגליך אז דער אפיציעלער אהרונישער פארום "כל העולם כולו" געפינען זיך נישט מער ווי צוויי געטרייע עכטע אהרונים, rebyankel מיט היראים. חוץ מזה זענען אלע ניקס דא זאליס, אבער נישט סתם זאליס, נאר טאקע ממש פון די סמעטענע, זיי ארבעטן גאר פאר "דער איד" אונטערצוברענגן דעם בלאט...

rebyankel » 27/10/2010 20:03

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
"דער איד" איז גראדע שוין יא אמאל קריטיקירט געווארן דורכ'ן אייגענעם צד.
מעגליך אז יענע קריטיקירער שפילן אויך פארטיי, ווער ווייסט...

דער איד: סקווירא צייטונג


גראדע איז דאס געווען א זיסע שפיל מצד דער איד
כאילו זיי רעדן זיך אפ אז דער איד איז א נוטראלע צייטונג

למעןהשלום » 27/10/2010 20:40

צוויי יונגעלייט האבן זיך ארומגעטענהט אויב קויפן די בלאט אדער נישט

משה: איך קויף מער נישט די בלאט, פיל מיט שטותים...

יענקל: און וואס וועט זיין מיט די נייעס, איך מוז דאך וויסן די נייעס וואס טוט זיך עפעס אויף די וועלט

משה: למשל וואסערע סארט נייעס מוזטו וויסן

יענקל: למשל? למשל אויב מען געווינט די קאורט פון ווי גיי איך עס וויסן, איך ליין נישט היידפארק?

משה: אהא! און אויב שטייט עס אין בלאט ביסטו שוין פארזיכערט אז דו האסט עס געווינען?...

הטוב_שמך » 28/10/2010 23:41

רבותי, לאמיר אייך נאכאמאל קלאר מאכן.

איך האב געזאגט איך בין "נישט קיין זאלי", און הגם איך בין אויך נישט קיין חסיד פון מהר"א, (איך האלט נישט פון קיינעם ספעציעל, אבער איך האב נישט פיינט קיין אידן, פשוט אסור ע"פ תורה), האב איך קלאר געזאגט אז איך רעד נישט פון קיין פאליטיק, איך האב נישט קיין שום סיבה אראפצורייסן דער בלאט, נאר אדרבה, מי יתן והי' זיי זאלן זיך באמת בעסערן.

די אלע וואס שרייבן דא אז דער בלאט איז נאך אלץ זייער שיין טראץ די נארישקייטן, וועל איך זיי דן זיין לכף זכות (נישט זאגן אז זיי זענען בעיביס פונקט ווי די שרייבערלעך אדער עורכי ומגיהי הבלאט), און זאגן אז איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, איך לייען שוין דעם בלאט יארן, איך זאג קלאר אז עס איז פאראן אסאך הנאה צו האבן דערפון, און אנהייב איז עס אפילו געווען שענער פון דער איד (א חוץ פאליטיק, איך רעד פון ארטיקלען) איך נעם נישט אוועק די מעלות, די "היימישקייט" דערפון, צב"ש די "עדיטאריעל" אין דער בלאט ציט מיר מער צו לייענען ווי זיי רעדן דירעקט צום לייענער, אנדערש ווי "דער איד", וואס מיינט אז מען מוז נוצן עפעס א הויכע שפראך וואס לאו כל מוחא סביל דא, עפעס אזוי ברמז'דיג, מען דארף זיך אנשפיצן דעם קאפ צו פארשטיין וואס גענוי זיי ווילן דא, א.א.וו.

דאן, אין יענע צייטן, האב איך געטראכט, נו וואס איז דען, דער בלאט מאכט זיך צומאל צופיל נאריש, ער לאזט זיך צו שטארק אראפ מן ההר אל העם, נו שאדט נישט, מען מעג אמאל געבן א שמייכעלע אויך.. אבער מיט דער צייט האב איך געזעהן ווי די נארישקייטן האלטן אן, ממש א שאד אז איך האב נישט אוועקגעלייגט די אלע אינטרעסאנטע ארטיקלען, אויסשפראכן, און מאדנע מודעות און באמבאסטישע העדליינס אן קיין הענט און פיס..
 
(אגב - אפילו אין פאליטיק שפילן זיי אסאך מאל שלעכט און צו איבערגעאיילט. געדענקט איר פאריאר נאך סוכות ווי זיי האבן געוואלט איינשלונגען תולדות אהרן אויף די שמחת בית השואבה סענזאציע און א וואך דערנאך בבושת פנים צוריקגעצויגן? - אינטערעסאנט, דעמאלס האבן זיי זיך אויפגעוועקט צום פאקט אז "תולדות אהרן" עקזיסטירט אויף דער וועלט, און אויך ברמז דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר, יא, צו שטעכן נעמט מען תו"א אויכעט; אבער א גאנץ יאר ווארפט מען נישט אריין קיין ווארט לטובתם, משא"כ דער איד וועלכע דעקט יא תו"א, האט אבער נישט קיין פראבלעם צו דעקן אויך תולדות אברהם יצחק יעדעס מאל ווען דער רבי קומט, אבער אכ"מ).

עכ"פ נחזור לענינינו. די גוטע ארטיקלען פון דער בלאט האט זיך מיט דער צייט היבש פארמינערט כנ"ל, און די "פאני" זאכן האט ווייטער אנגעהאלטן "פול-פאארס". איך פלעג טאקע זיך צעשמייכלען דא און דארט, אבער צוביסלעך האט מיר אנגעהויבן אריינצוקריכן אין קאפ אז עפעס איז דא נישט נארמאל. נישט רעספעקטפול. עס באלאנגט נישט פאר א צייטונג, מ'כלומר'שט א "שופר" פון יהדות החרדית, צו מאכן אזעלכע דזשאוקס!! עס פאסט פשוט נישט.

אויף דעם ארויף האב איך זיך אנגעהויבן דא צו באקלאגן. איר זענט גערעכט, ווען עס זאל נאר איין וואך דאס שטיין, איז עס טאקע א פיינע צייטונג, אבער וואך נאך וואך קען מען טרעפן אזויפיל קינדערישקייטן, למשל די הונדערטער (מיליאנען) נארישע ראשי תיבות יעדן ערב נייעם יאר, און בכלל רוב בריוון פון פענע צום בלאט, איז זייער קינדעריש.

ווידעראום איבער די טיטול'ען פון די רבי'ס, האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז מען שרייבט צופיל טיטול'ען אויפן רבי'ן. מען קען אפילו זאגן אז יעדער חסיד מעג שרייבן וויפיל ער וויל, אין אלע צייטונגען זעהט מען גענוג איבערגעטריבענע טיטול'ען אויף אלע רבי'ס, אסאך חסידות מאכן אבנארמאלע פראפאגאנדע פון יעדן קלייניגקייט, און ווערט ליידער ערגער פון וואך צו וואך, אבער וואס ברענגט ארויס שטוינונג ביי יעדן לייענער איז די משוגעת אריינצוריקן דעם רבי'ן אין יעדן ארטיקל, ווי כאילו אידישקייט קען זיך נישט האלטן ווען נישט מהר"א, איך וועל נישט אונטערשאצן די אויפטוען פון ר"א, אבער אז ש.ב. מרגליות קען, למשל, שרייבן (מזל טוב, אמעריקע!) אז נאך די פינקל פרשה האט מיט די צייט יעדער מסיח דעת געווען דערפון, און אחד היה מרן הגה"ק רבינו שליט"א וואס האט נישט געקענט שלאפן (!!!) רואיג קיין נעכט ביז ער האט זיך דערטראכט צום שחיטה המהודרת, איז אזא עקלדיגע סטעיטמענט, אז איך ווייס נישט וויאזוי איינער קען דאס ווייטער לייענען! ס'איז נישט קיין חילוק צי מען שרייבט הגה"ק 50 מאל אדער קיינמאל. לאז אמאל דעם רבי'ן אין די זייט.

צו שרייבן אז די געשעעניש פון יאר איז די עפענונג פון אזויפיל חתונה זאלן אונטער "אונזערע תקנות" איז זייער קינדעריש און נאריש. יעדער נארמאלער מענטש וועט דאס פארשטיין. בכלל דארף מען נישט באשרייבן יעדע זאל מיט אזא טאראראם אז זיי האבן אויך מודה געווען צו אונזערע תקנות. דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער פון די תקנות, איך בין זייער דאנקבאר פאר מהר"א פארן דאס איינפירן (אדער גאר פאר זיינע מענטשן וואס זיי גאר האבן אים געהייסן מאכן א טראסק דערפון, כידוע ליודעים), און די צוויי משלים וואס איך שרייב דא זענען באמת זאכן וואס ער האט טאקע איינגעפירט, און עס קומט אים קרעדיט, אבער עס איז נאל פיל ערגער ביי געוויסע ענינים וואס ער האט גארנישט איינגעשטויסן דערמיט, און דאך שווערצט מען אים אריין אין יעדע אידישקייט ענין.

איך קען נאך אסאך מאריך זיין, איך וויל נישט יעדן אפענטפערן, אבער אזויפיל, ימים ידברו. נאכן ארויפסקענען יעדע וואך נאך עטליכע עקזעמפלס, וועט מען פארשטיין בעסער און בעסער - אדער, האפענטליך, וועט עס פארראכטן ווערן און דער אשכול וועט קענען פארשלאסן ווערן.. לאמיר האפן אז די צווייטע איז אמת.

און זייט מיר אלע געזונט! כה לחי!!

היראים » 28/10/2010 23:59

קוקט אויס ווי עס איז דא א גיטע בלאט די וואך
עס קומט וועכענטליכע קללות
נאך יעדע גיטע בלאט
(אגב, די עיקר כאפט ער זיך ארויף אויף די בריווען אין די עיקר באדערט אים מרגליות'ן ארטיקעלן אין די חתונה תקנות מיט די מהודר'דיגע שחיטה)

וואלןסח » 29/10/2010 00:23

אנטשולדיגט הרב "הטוב שמך" איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און ס'איז באמת אירעלעווענט, איך בין מיט דיר מיט איין מיינונג (עכ"פ אויפן וועג ווי דו שרייבסט עס) בנוגע "דער בלאט", אני כשלעצמי ברענג נישט אריין קיין בלאט אין שטוב, און בדרך כלל קען דורכגיין וואכן וואס איך זע נישט קיין בלאט פאר די אויגן.

ועכ"ז האלט איך אז האסטו בארירט א נקודה ווי דו גרייזט

יא אמת אז דער בלאט האט ליעב מגזם צו זיין זאכן מער ווי ס'איז, און ווי דו ברענגסט עס גוט ארויס אז דאס איז דער דרך איבעראל, ווער ס'איז אמאל געווען אפשר א הר"ר איז היינט א הגה"צ וכו' וכו', אבער דארפסט פארשטיין אז ס'איז נאכאלץ דא שרייבערס (ממש איינצעלע, ווייניגער וויפיל פינגערס אויף איין האנט, אבער ס'איז דא) וואס שרייבן בדרך כלל אמת'ע זאכן, איך בלעים נישט אז דו גלייבסט זיי אויך נישט, ווייל אויף זאכן וואס איך אליין האב נישט מיטגעהאלטן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט ווייל ס'שטייט אין בלאט.

יעצט איך גיי נישט דא לייגן א סעמפל אויף ש. ב. מרגליות ארטיקלען אז ער איז כולו אמת ממש ווי דער שינאווער רב, ווייל איך ווייס באמת נישט

אבער ביי די נקודה פון די שחיטה קען איך זאגן א עדות וואס איך האב געהערט מפי עד נוכח.

א היבשע שטיק צייט נאך די פינקל פרשה איז אמאל אריינגעקומען הר"ר דוד שלמה עקשטיין צו רבינו שליט"א, אןו מען האט גערעדט איבער וואס טוט זיך מיט די רדיפת הדת אין א"י, און ר' דוד שלמה האט זיך אינמיטן אויסגעדרוקט בערך אזא אויסדרוק "וואס וועט זיין מיט די אידן אין א"י".

האט זיך רבינו שליט"א אנגערופן, "איר פרעגט וואס וועט זיין מיט אידן אין א"י, און איך שלאף נישט ביינאכט מיט וואס וועט זיין מיט די אידן אין אמעריקא" (ווארט נאר ווי די זאליס גייען זיך יעצט אויפוועקן, ציוני...)

ר' דוד שלמה מיט נאך א איד וואס איז דארט געווען האבן זיך איבערגעבליקט, ווי איינער זאגט וואס האט שוין פאסירט, און רבינו שליט"א האט זיך גענומען מתמרמר זיין וואס גייט פאר מיט די שחיטות, וואס וויפיל די גאס האט געוואוסט ביי פינקל, האט די רבי געוואוסט סאך מער וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש.

ס'איז דאן געווען א צייט וואס יעדער האט געמיינט אז מען האט געכאפט דעם טאטער, און איבעראל איז כשר וישר, אבער רבינו שליט"א האט נישט גערוט, ביז ווי לאנג ער האט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב ווי אזוי עס דארף צו זיין על פי תורה, ער האט דאס צוגעשטעלט פאר זיין קהלה, און פאר יעדע אידיש קינד וואס וויל דאס האבן.

יעצט איך ווייס נישט וואס דיין אגענדע איז, איך בין ברור אז די זאליס גייען מאכן צימעס פון מיין תגובה, אבער אויב דו וועסט פרעגן סיי וועלכן רב וואס באלאנגט נישט אפיציעל צו די זאלי פארטיי, וואס קען לערנען, און איז שוין געווען ביי אונזער בית השחיטה און ערגעץ אנדערש, וועסטו הערן וואס רבינו שליט"א האט אויפגעטון.

 

איך האב עס שוין פערזענליך געהערט פון אסאך פרעמדע רבנים

 

און צום שלוס, דער בלאט דארף נאך אלץ א תיקון!

רעכטער » 29/10/2010 02:09

איך האב נישט קען געדולד אפצוליינען דעם גאנצן אשכול וואס קוקט אויס צו זיין נישט מער ווי עפעס א פי.אר. ארבייט קעגן דער בלאט. איך וואלט אבער יא דא אנגעפרעגט א חידה: וויפיל דאפעלטע ניקס געפינט זיך אין היזיגן אשכול?

צום ענין: איך וויל מיר פערזענליך שטארק באדאנקן פארן בלאט פארן אראפלייגן א הערליכער ארבייט מיטן באשרייבן די מידטורם וואלן. יישר כחכם.

קווינסצדיק » 29/10/2010 07:23

מיינע אויגן שווינדלען פון די מאס צמצום וואס דא שפראצט. ווייסט איינער דא אז אינדערהיים איז געווען א היימישע צייטונג מיטן נאמען "מחזיקי הדת"? נעמט א קאפי פונם אלטן מחזיקי הדת און זאגט מיר אויב איר קענט פארשטיין איין שטיקל נייעס וואס דארט שטייט, זיכער אז נישט. פארוואס? ווייל מיר פארשטייען נישט די דעמאלסדיגער אידיש און די דעמאלסטדיגע אידן (אינזערע זיידעס) וואלטן נישט פארשטאנען די הייטיגע אידיש. אידיש איז א שפראך וואס ווערט נשפע פון די סביבה. אין אמעריקע רעדט מען ענגלאואידיש און אין ארץ ישראל רעדט מען סאברישע אידיש. קוקט גוט וועט איר זען אז ווען די משולחים פון ארץ ישראל שטעלן צו א אויער ביי א קאווע קיפקע פארן דאווענען וועלן זיי יעדע פאר סקונדעס קרימען מיט די נאז אלס א צייכן אז ער שטרעגט זיך אן צו פארשטיין גרינטליך וואס מען רעדט.

די אלע וואס פארלאנגען אז דער בלאט זאל שרייבן ראדיא אנאנסן און נישט רעדיא מעסעדש זענען מצומצמים אויפן גוטן פאל אדער אידישיסטן אויפן ערגסטן פאל.

דער איד איז א רעבע זעכרוינעליבראכע מצומצמדיגער צייטונג און דער בלאט איז מער אויפגעקלערט און געשמאקער צייטונג.

איך ווייס אז די זאליס קענען יעצט נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען כאילו איך מאך חוזק פון רבין ז"ל אדער אז אפילו דער אהרויני איז מודה אז דער בלאט איז א מאדערענע צייטונג, פארט גיי איך נישט איינהאלטן מיינע ווערטער ווייל איי קאולד נאט קער לעס וואס זיי זאגן.

דער רבי ז"ל האט געגרינדעט דער איד ווייל ער האט בדעת תורתו הקדושה פארשטאנען אז "די דור" דארף א צייטונג. אינזערע זיידעס פאר 4 דורות צוריק וואלטן נישט געקענט פארשטיין פארוואס מיר דארפן א צייטונג. אזוי אויך פראבירן זיי מיט זייער צמצום המוחות זיך צו האלטן צום פריערדיגן דור. איי די רבי אליינס האט געטון א זאך וואס אינדערהיים וואלט ער נישט געטון?! איי די רבי האט פארשטאנען אז דא אין אמעריקע איז נישט דער אלטער היים?! צו דעם האבן זייער זאלי דעקל מוח שוין נישט קיין פלאץ.

היינט צוטאגס מיט די נסיונות פון די ענגלישע היימישע צייטונגען און מאגעזינען ווי משפחה בינה המודיע דארפן מיר האבן א צייטנוג וואס שטעלט זיך צו צו די פרויען.

די וואס טענה'ן אז א צייטנוג איז געמאכט פאר "ערענסטע מענשטן" כאפן נישט ווי נידריג זיי זענען ווייל א ערענסטע מענטש דארף דאך נישט קיין צייטונג, די רבי האט דאך נאר געגרינדעט א צייטונג ווייל די דורות פאלן. טאקע פאר דעם זעלבן סיבה דארף א צייטונג אין תשע"א זיין אינטערסאנט אויך, מען דארף דארט הומאר און שטיקלעך וואס ברענגן אויף א שמייכל.

אויב זענט איר צו ערענסט פאר דעם זענט איר מכובד זיך צו באשטעלן אויף פאסט די "העדה" פון ירושלים אדער ליינען דעם אלטמאדישן דער איד מיט אירע העסליכע שמוץ קען יעדער וואס גייט נישט מיט זיי 100% אין שפאן

Palin12 » 29/10/2010 18:43

תיקון טעות גדול

דער סאטמאר רב ז"ל האט נישט מייסד געווען די צייטונג "דער איד", פונקט ווי מהר"א האט נישט מייסד געווען די צייטונג "דער בלאט"

באנדעלע » 31/10/2010 07:06

Palin12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
תיקון טעות גדול

דער סאטמאר רב ז"ל האט נישט מייסד געווען די צייטונג "דער איד", פונקט ווי מהר"א האט נישט מייסד געווען די צייטונג "דער בלאט"
אזוי? נאר איך האב עס מייסד געווען.. וואס ווילסטו דא? אפשר ביזטו מסביר וואס דו האקסט אין קאפ דא מיט דיינע באבקעס? ווער דען האט מייסד געווען דעם 'איד'?

באנדעלע » 31/10/2010 07:11

רעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב נישט קען געדולד אפצוליינען דעם גאנצן אשכול וואס קוקט אויס צו זיין נישט מער ווי עפעס א פי.אר. ארבייט קעגן דער בלאט. איך וואלט אבער יא דא אנגעפרעגט א חידה: וויפיל דאפעלטע ניקס געפינט זיך אין היזיגן אשכול?

וואלן, מ'מיינט דיר אויך! אויב גערעכט האט דיר נישט געמיינט, פרעג איך דיר די חידה. וד"ל

קווינסצדיק » 31/10/2010 22:02

Palin אזא אמעראצעס פאסט נישט פאר דיר, אמת אז ער האט נישט געפענט דעם צייטונג פון סקרעטש אבער ער האט דאס אפגעקויפט, ביז דעמאלטס איזעס געווען א פרייע צייטונג.

דיןתורה » 31/10/2010 23:41

בנוגע דעם עצם אשכול
קוקט עפעס אויס זייער מאדנע, ווייל ממה נפשך האט דער פותח א אגענדע דא
אויב דער בלאט באלאנגט פאר מהר''א דאן ווער הייסט אים עס קויפן, אין אויב איז א פריוואטע צייטונג דארפסטו עס אוודאי נישט קויפן אין מיט וואס פאר רעכט שמירסטו אויס דיין קריטיק ברבים אויף יענעם'ס ביזנעס, איך קויף עס גראדע לעצטנס אין אויב א ארטיקל שמעקט מיר נישט מיש איך עס דורך, אין ס'מיר נישט בייגעלפאלן צו אויספויקען מיין הארץוויי ברבים,
פינקט ווי ווען איך האב אויפגעהערט צו קויפן דער איד ציליב די אפענע שארפע האס קעגן מהר''א אין זיינע בפריינדעטע רבנים איז מיר נישט בייגעפאלען צו עפנען אשכולות, אין אז די גלייכסט עס נישט דאן קויף עס נישט אין פארטיג
אין בנוגע דער מיסד פין דער איד
ניין, קראסנא רב זצ''ל האט עס געפענט פאקטיש
ער האט דאס געטוהן מיט די פילסטע שטיצע פין סאטמאר רב זצ''ל
ער האט געשאפען די געלט דערפאר, ביז ר' סענדר דייטש האט עס איבערגענומען אין געמאכט פאר א געהעריגע צייטונג אין היינט ליגט עס ביי די גבאי פין מהרז''ל

אויששש » 31/10/2010 23:48

כ'בין נישט דער גרויסער מבין אין צייטונגען, אבער... ס'איז א תענוג אריינצובליקן אין די קינדערישע געדאנק פארום צוזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי דער קווינס-בחור'ל חיי שעה שפרינגט ווי א צאפיק צוטירנדיג עטליכע גוטע שטקילעך פון דער בלאט...
פארדעם אליינס האט זיך דאס געלוינט 

הטוב_שמך » 1/11/2010 23:01

חשוב'ער דין תורה,

בנוגע דיין טענה אז ס'איז יענעמ'ס ביזנעס, וויל איך פארשטיין וואס דו מיינסט. דא איז נישט דער מצב אז איינער האט א פריוואטע ביזנעס, און איך גיי אים אויסטון די הויזן און אויסלופטערן די שמוצ-וועש ברבים, ח"ו, מען רעדט דאך דא פון א צייטונג וואס ער "וויל" איך זאל דאס קויפן, דאס איז דוקא אויסגעשטעלט אז עס זאל זיין אפן פאר די פובליק, און טאקע ווי מער, און טויזענטער מענטשן איבער די גאנצע וועלט לייענען דאס, איז ממילא קיין שום פראבלעם נישט צו רעדן דערפון אין פאבליק. אפילו ביי לשה"ר וואס איז א שרעקליכער איסור איז אויך דא א היתר אויב די זאך איז מפורסם און יעדער ווייסט, אעכו"כ אויף א צייטונג וואס איז נישט מער ווי א דומם און מען באשולדיגט נישט קיינעם פערזענליך (ס'קען זיין סיי ווער פונעם שטאב), און די אלע זאכן זענען א מילתא דעבידי לגלויי, איז נישט שייך דיין טענה.

דער "פותח" האט נישט קיין שום אגענדע דא. איי עס באלאנגט פאר מהר"א און ווער הייסט עס מיר קויפן? איז שני תירוצים בדבר. איינס, איך גאראנטיר דיר אז די פארקויפער ווילן דאס ליבערשט פארקויפן פאר די "מתנגדים" פון מהר"א (נישט אז איך בין) ווי איידער די חסידים, די חסידים האבן זיי שוין ממילא אין טאש; און צווייטנס איז דאס זייער א מאדנע טענה, ס'איז אזוי ווי דו ביסט מודה "אין הכי נמי, ס'איז טאקע א נארישע צייטונג, אבער דאס איז בלויז פאר אונז חסידי מהר"א, וראויין הדברים למי שאמרם, מיר דארפן טאקע אזא סארט צייטונג, אבער אויב ביסטו נישט קיין חסיד מהר"א, נאר אן "ערנסטער מענטש" דאן וואס קויפסטו דאס בכלל...", קומט אויס אז דו ביסט מודה אין די קליינ-קעפיגקייט.

און צו די אלע וואס טענה'ן אז מען מוז האבן אביסל א נידריגע-לעוועל צייטונג פאר די פרויען אין קינדער כדי צו קענען קאמפיטן מיט די בינה, משפחה, און אנדערע מאגאזינען, צו די טאקע וויל איך זאגן: משם ראי'! נעמט סיי וועלכע פון די אויבנדערמאנע מאגאזינען און טרעפט מיר אפילו ענליכס צו די נארישע געשרייבעכצער אין דער בלאט! איר וועט נישט טרעפן, לא מהם ולא מקצתם. נישט אז איך בין דער גרויסער לייענער פון די מאגאזינען, אבער איך האב עס שוין געזעהן דא און דארט און כ'האב ארויס זייער וועג פון שרייבן... אויב עפעס, איז דער נייער אפטיילונג פון דער איד "פאמיליע אפטיילונג" גאנץ א גוטער עקזעמפל פאר א קאמפעטישן פון יענע אויסגאבעס.

סך הכל - א צייטונג וואס אדרעסירט א ציבור, מוז האבן אין זיך א געוויסע מאס סעלף-רעספעקט, וואס פעלט פון דער בלאט.

נאך א קלייניגקייט, צו די וואס האבן באשולדיגט "דער בלאט" וועגן די נטרונא "ראדיא מעסעדזשעס": די ווערטער זענען אזוי אריינגעשיקט געווארן צו "דער בלאט", און ערשיינט אין "דער איד" אויך פונקט אזוי.



תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 01/11/2010 23:11:59