עס קאכט זיך אין די גאס מיט א מעשה פון די גרויסע סאטמארע חתונה ו' אלול תשמ"ו וועלכע איז פארגעקומען אין פראט אינסטעטוט. א וואך פאר די חתונה האט מען מחליט געווען אז מען דארף האבן די ויואל משה זאל אין וויליאמסבורג פאר די פרויען, האט מען מודיע געווען די לעצטע מינוט פאר די מחותנים וואס האבן דארט געדארפט חתונה מאכן יענע נאכט, אז זיי קענען נישט דארט חתונה מאכן, נאר מען האט זיי פארשיקט קיין בית רחל. ווייטער אין בית רחל האט אויך געדארפט זיין א חתונה האט מען זיי פארשיקט קיין ארמון טערעס אין ב"פ.
די ענדע פון די מעשה איז אז עס האט גורם געווען א גרויס עגמת נפש פאר די חתן כלה מיט די מחותנים וואס זיי האבן זיך געמוזט שלעפן די לעצטע מינוט אויף ב"פ.
ליידער לכבוד דעם שפיל זענען צוויי משפחות קינדערלאז, און איין מחותן און איין מחותנ'תטע זענען נעבעך אוועק יונגערהייט ל"ע.
יעצט ווי מען גייט און מען שטייט הערט מען שמועסן פון די מעשה, וואס פאר א הארבע זאך איז צי מצער זיין א איד, און כש"כ א חתן כלה.
אפשר וועט דאס יעצט זיין א גוטע לעקציע פאר די מאכן די פנקס ביכער אין שרייען נאך חתנים און כלות אין מאנרא, אז אידיש בלוט איז נישט הפקר, אפילו עס רעדט זיך פון מלכות סאטמאר!
איך האף אז די מאנרא בחורים זאלן זיך לערנען א לעקציע וואס עס מיינט טשעפענען א חתן כלה, נישט מען זאל דארפן ציזאמשטעלן א פאזעל 20 יאר ארום אז מען האט ליידער מצער געווען דעמאלטס א חתן כלה און וועגן דעם .......... ר"ל
איזה חכם הרואה את הנולד!
תוקן על ידי המהדרין ב- 26/10/2010 01:14:35