היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מצב בעולם הישיבות רבי אהרן קרויס שליט''א

מצב בעולם הישיבות רבי אהרן קרויס שליט''א

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2839813

קליפ » 25/10/2010 19:23

apnews » 25/10/2010 20:13

וואס זאל איך ענק זאגן איך האב אויסגעהערט די דרשה און ער איז 100 פראצענט גערעכט, ליידער ליידער דרייען זיך ארום נארמאלע בחורים אויפן גאס און עס איז א פחד צו זען ווי זיי גליטשן זיך ווייטער און ווייטער, און ווען זיי ווערן עלטער איז א פח צו א קוק טוהן אויף זיי,

אבער פון די 2טע זייט דארף מען וויסן אז עס איז יא די ישיבות וואס זיי ועלן יא נעמען די בחורים, און איך רעד נישט דוקא פון שוואכע יישיבות, איך רעד פון פיינע ישיבות אבער זיי וועלן אייביג פרובירן אויך צו נעמען בחורים וואס זענען נישט קיין מצויינים און זיי אויפארבייטן, און עס וואלט ווען כדאי געווען אויסצורעכענען די ישיבות וואס נעמען יא אן די בחורים,

חיי_שעה » 26/10/2010 21:53

איך פרעג טיארעטיש

דער ר' אהרן קרויס נעמט טאקע אריין יעדן בחור פון גאס?
ער ווארפט קיינמאל נישט ארויס א בחור פון זיין ישיבה?
איז ער גרייט יעצט אויפן מינוט אנצונעמען אין זיין ישיבה די 83 בחורים וואס דרייען זיך נאך אויף די גאסן אין וו"ב?

(איך האב מיין דעה, איך וויל הערן ענקערס)

געלע_באס » 27/10/2010 03:50

ס'איז א שטארקע פראבלעם, אמת
אבער ער איז נישט 100% גערעכט

ס'פארשטייט יעדער אז היינט (אנדערש ווי אמאל) ווען א בחור איז ל''ע פארדארבען
טאהר ער נישט זיין צווישען אנדערע קיין איין טאג,

אזא בחור דארף זיין אין א סביבה פון (נאר) אזעלעכע ווי ער וכד',
אין באקומען טיפול מיוחד ווילאנג ער קומט צוריק,
אנדערש לייגט מען עהם מער צוגרינד צוזאמען מיט יעדען ארום'

אין געוויסע פעלער גייט מען אביסל צו ווייט
פארשטייט מען אבער אז ענדערש מחמיר צו זיין ווי איידער פארקערט

liner1 » 27/10/2010 03:59