אבער היינט האט זיך דאס אלעס געענדיגט (האפענטליך), ווען איך בין געזיצען ביי מיין שבתדי'גע סעודה ארומגענומען מיט די קינדער, נאכדעם וואס מיין ב"ב האט סערווירט די טשאלענט,האט מיין גרויס יונגעל זיך אנגערופען "מאמי! די טשולענט איז דעמם גיט!" מיין ב"ב אין איך האבען זיך אנגעקוקט איינע דעם צווייטען ווי צו זאגען, ווען האט ער אונז געהערט רעדען אזוי?! דאס איז א שפראך וואס נידריגע שווארצע גוים ניצען! איך דריי מיך אויס צו אים און פרעג אים וואס די ווארט "דעמם" מיינט, מישט ער מיר אויף די עדיטאריעל אין בלאט און ווייזט מיר ווי זיי זענען מסביר וואס די ווארט מיינט (לויט זיי הייסט דאס אין אידיש שפראך "משוגע"...)
איך האב עס אפאר מאל איבערגעליינט און נישט געגלייבט אז דאס איז א היימישע צייטונג וואס איך האלט אין די האנט, זיי זענען מסביר א ווארט וואס אפילו נארמאלע גוי'שע צייטונגען שרייבען נישט ארויס. ווען א גוי מיט וועם איך ארבעט זאגט ארויס די ווארט DAMN IT ווען ער רעגט זיך אויף, זאגט ער נאכדעם EXCUSE MY LANGUAGE .
האבען זיי טאקע נישט קיין שום ערענסטע מענטש אין די רעדאקציע וואס קוקט איבער זייער ארבעט? ווען זייערע מענטשען ליינען דאס האבען זיי נישט קיין שום קשיות? עס איז מיר באמת א ווינדער ווי אזא גרויסע צייטונג קען צוגעוואונען מענטשען צו רעדען אזא פראסטע שפראך, (איידל גערעדט), און מען הערט נישט קיין שום קול מחאה.