היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ניו יארק גרייט זיך צום מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" ה' חיי שר...

ניו יארק גרייט זיך צום מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" ה' חיי שר...

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2838663

SatmarNews » 21/10/2010 21:00

ניו יארק גרייט זיך צום מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" ה' חיי שרה
קול מלחמה במחנה! אין די טעג גרייט זיך דער ניו יארקער אידנטום מיט א זעלטענע התלהבות דקדושה דורכצופירן אַ מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" וועלכע איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן דאנערשטאג פר' חיי שרה, כ' חשון הבעל"ט, וואו מען וועט אַרויסגיין טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, זקנים עם נערים, אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה אין פראנט פון די אר.עף.אר. הויפּטקוואַרטיר געביידעס אויף פּארק עוועניו אין מאנהעטן.

פארגאנגענע וואך האט די 'התאחדות הרבנים' אפגעהאלטן א ערנסטע זיצונג אין די קאנצעליי אויף דיוויזשאן עוועניו אין וויליאַמסבורג, וואו עס האָבן זיך באטייליגט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אין שפּיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מען איז געקומען צו דער באשלוס אין ליכט פון די אומענדליכע קברים גראבונגען אין אור-אלטן יפו ביה"ח, צו פאררופן א מעכטיגער "מאסן דעמאנסטראציע", ארויסצוגיין רבבות אלפי ישראל אין די גאסן פון מאנהעטן אויסשרייען דעם קול מחאה אדירה, דערמיט צו פארשטארקן דעם דרוק אויף די אר.עף.אר. אינסטאנצן וועלכע זענען די שולדיגע אין אנגייענדע קברים שענדונגען.

מערערע דיטאלן ארום דעם בעפארשטייענדן מעמד אדיר, און ווי אויך די באסעס סקעדשול פון אלע געגענטן, וועט געברענגט ווערן אין די מעלדונגען וואס זענען פארעפענטליכט געווארן. ויה"ר אז מען זאל קענען עררייכן א ענדגילטיגע לעזונג צו דעם ביטערן חיטוטי שכבי פּראבלעם, עדי יקיצו וירננו שוכני עפר

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 21/10/2010 21:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 21/10/2010 21:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 21/10/2010 21:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 22/10/2010 19:54

קענסטו זיצן אינדערהיים, ווען ספרי תורה פלאַקערן?

Article - RFR Protest




תוקן על ידי SatmarNews ב- 22/10/2010 19:59:01

HTML clipboardSatmarNews


ירושלימער2 » 26/10/2010 13:23

ווייסט איינער מער פרטים ארום דעם גרויסן עצרת ??

SatmarNews » 26/10/2010 18:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 26/10/2010 18:25

מאַסיווע אָרגאַניזירטע כוחות צוגעגרייט צום מעכטיגן "מאַסן דעמאָנסטראַציע" קומענדיגן דאָנערשטאָג אין מאַנהעטן
זיך גרייטנדיג צו די בעפאָרשטייענדע מעכטיגע "מאַסן דעמאָנסטראַציע" דעם קומענדיגן דאָנערשטאָג אין מאַנהעטן, וואו עס ווערט ערוואַרטעט אַ ריזיגע באַטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן, האָט מען ב"ה באַוויזן צוצוגרייטן אויסנאַמליכע און מאַסיווע אָרגאַניזירטע כוחות, וואָס וועט בעז"ה פאַרזיכערן אַז די דעמאָנסטראַציע גייט פאַריבער מיט די פולסטע סוקסעס און אָרדענונג.
די עסקנים און אָנפירער פונעם בעפאָרשטייענדן מאַסן דעמאָנסטראַציע האָבן זיך אריינגעלייגט אין די עבודת הקודש פון צוגרייטן דעם מעמד אדיר לה' מיט די גרעסטע מאָס אָרגאַניזירטקייט אַז אַלע דעטאַלן און איינצלהייטן זאָלן קלאַפּן עצהיו"ט, און דער פּראָטעסט זאָל קענען געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
צווישן די פילע גרויסע באַמיאונגען וועלכע ווערן אריינגעלייגט אין די צוגרייטונגען, איז אויסצואַרבעטן די נויטיגע טראַנספּאָרטאַציע מיטלען פון אַלע אידישע צענטערן איבער ניו יאָרק וואָס זאָל ברענגן דעם ציבור האלפים; אַ גרויסע 'פּובליק רילעשאָנס' קאָמפּאַני וועלכע אַרבעט שווער אָנצוציען אַ ספּעציעלע אינטערעסע צווישן די וועלט פּרעסע אַגענטורן און מידיאַ סטאַנציעס וואָס זאָלן דעקן די געשעעניש; אַ מעכטיגער הויכהילכער מייק-סיסטעם פאַר די שטורמישע דרשות און אויפטריטן וואָס זאָל גוט געהערט ווערן אין אַלע גאַסן אַרום; ביהכ"ס און סינקס אויף יעדע גאַס באַזונדער; און נאָך פאַרשידענע איינריכטונגען פאַר די סוקסעס פונעם מעמד.
אין אַנדערע נייעס איז נעכטן מאָנטאָג אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ געלונגענע זיצונג מיט די פּאָליציי הויפּטן אין מאַנהעטן, וואו מען איז איבערגעגאַנגען די לעצטע פּלענער איבער די גאַסן-אויסשטעל אויף די רוישיגע פּאַרק עוועניו אין מאַנהעטן, צוליב וואָס מען ערוואַרט אויפצונעמען צענדליגער טויזנטער אידן וואָס וועלן קומען אויסשרייען דעם קול מחאה אויף די שולדיגע וועלכע טראָגן דאָס אחריות אויף די אומענדליכע קברים-גראָבונגען.
עס זענען געמאַכט געוואָרן די ענדגילטיגע פּלענער מיט די פּאָליצייאישע קרעפטן צו קענען פאַרעפנטליכן די דעטאַלירטע מאַפּע פון די עטליכע ברייטע בלאָקס און גאַסן וואָס ווערן ספּעציעל אָפּגעשפּאַרט צו די דעמאָנסטראַציע, און אַלע איינצלהייטן וואָס ווערן צוגערישט אַרום און אַרום.
אין אַלע שיכטן און קרייזן פון איבער גאַנץ ניו יאָרק און אומגעגנט גרייט מען זיך שוין אין די איצטיגע טעג מיט אַ קענטיגע פיבער און ברען ארויסצוקומען אין די מאַסן, רבבות אלפי ישראל כאיש אחד בלב אחד, זקנים עם נערים, צו נעמען אַנטייל אין דעם מעכטיגן עצרת רבתי, אין שפּיץ פון די גדולי ומאורי הדור רבותינו שבגולה.
דאָס ניו יאָרקער אידנטום קאָכט און זידט, מ'קען נישט און מ'וועט נישט זיצן מיט פאַרלייגטע הענט אין דער צייט וואָס די רשעי ישראל גייען אָן מיט זייער עזות'דיגער באַנעמונג צו אידישע קברים, און יעדן איינציגן טאָג ווערט דער יפו ביה"ח געשענדעט מיט גאַלאָפּ.

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 26/10/2010 18:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 26/10/2010 18:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 26/10/2010 19:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


דייקן » 26/10/2010 21:09

Satmar, ס'איז דא אפשר א קול קורא מיט אונטערגעשריבענע רבנים דערויף?

אויב יא, די קענסט עס אפשר דא ארויפלייגן?

אומזיסט » 27/10/2010 15:01

דא איז די קו"ק:

http://twitpic.com/31a4on

שמא » 27/10/2010 17:01

ספעציעלע וועבסייט פאר דעם בעפארשטייענדן מאסן דעמאנסטראציע

http://www.savethegraves.com

דייקן » 27/10/2010 17:16

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

קליפ » 27/10/2010 17:19

* width="480" height="385"> <*

SatmarNews » 27/10/2010 17:44

פאר Jnet

קליפ » 27/10/2010 18:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 27/10/2010 19:25

SatmarNews » 28/10/2010 00:15

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


גרינטושי » 28/10/2010 03:14

ווי ווייסט ער וויפיל זענען עקספעקטעט? רוח הקודש?

SatmarNews » 28/10/2010 04:42

SatmarNews » 28/10/2010 04:43

פריינדליך » 28/10/2010 07:18

ווי ווייט איז די ציוניסטישע קאנסולאט פון RFR?

SatmarNews » 28/10/2010 16:21

היום!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 28/10/2010 16:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


בניברקער » 28/10/2010 17:42

די קליפס זענען עפעס מורא'דיג, זייער פראפעסיאנאל און ברענגן שטארק ארויס דו נקודה הפנימית וואס די וויטאג איז!

גייט מען האלטן דרשות ביי דו פראטעסט אדער נאר זאגן תהילים און שרייען? איז דא ערגעץ א סדר המעמד?

SatmarNews » 28/10/2010 18:48

דער הייליגער רוף פון רבותינו מאורי הגולה, גדולי צדיקי הדור אין זייער פייערדיגע קול קורא, רופט יעדן יחיד פון ניו יארקער אידנטום, זקנים עם נערים, ארויסצוגיין היינט צו דעם עצרת מחאה אדירה פון התאחדות הרבנים

רבבות אלפי ישראל, אין שפיץ פון די גדולי ישראל, גייען ארויס היינט נאכמיטאג אויף די גאסן פון מאנהעטן

390 פארק עוועניו איון פראנט פון אר.עף.אר. הויפטקווארטיר בילדינג
צו א מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע
אפצושרייען די אומענדליכע קברים-גראבונגען אין יפו ביה"ח

בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וכל קדושיו עמו
איז יעדער איד מחויב ארויסצוקומען און אנטיילנעמען אין די וויכטיגע פראטעסט

טייערע אידן! דרייט זיך נישט ארויס
עס איז קריטיש וויכטיג יעדנס באטייליגונג

קומט מיט אייערע קינדער און בחורים, פרעגלט אריין א ברען פאר כבוד שמים

איש בל יעדר! קיינער טאר נישט פעלן

כולנו נצא לקדש שם שמים!


_________________






תוקן על ידי SatmarNews ב- 28/10/2010 19:27:32




תוקן על ידי SatmarNews ב- 28/10/2010 19:28:54

HTML clipboardSatmarNews