די הלכה איז אז כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם, אוזי ווערט שוין געברענגט אין די גמרא...
אבער נישט אזוי פירט זיך דער גאון מהרז"ל...
דעם דינסטאג איז געווען א חתונה אין פרדס פיגא אין וומסב"ג ווי דער מחותן ר' מרדכי הערש גרין האט מכבד געווען מהרז"ל מיט סידור קידושין, און אינמיטן די מצוה טאנץ איז אנטשטאנען א שאלה אז אזוי ווי איינע פון די עדות זענען א לוי און אויף די כתובה שטייט עס נישט ביי זיין נאמען...
א כלל מען וועקט אויף דעם מסדר קידושין און מ'פרעגט וואס מ'האט צו טאהן, און .... ער ווייסט אוודאי נישט את המעשה אשר יעשון, בקיצור ס'ווערט בזיונות...
ס'ווערט ערענסט דער מצב, און מהרז"ל הייסט אנפרעגן די דיינים וואס צו טאהן...
פון די אינפארמאציע וואס איך האב קונה געווען זייט איך געפין זיך דא בין איך געווען זיכער אז דער עם הארץ ווייס אפילו נישט וואס א לוי מיינט בכלל, ביי אים איז לוי א נומען פון א זכר, שיין אז ער ווייסט אז ס'איז מער ווי סתם א נאמען.
טייערער מלך, אנטשולדיגט פאר'ן נישט האבן די וועלטס צייט אזוי ווי דיר א גאנצע וואך, טאג און נאכט, צו מאכן ריפרעש אויף הייד פארק און קוקן צו עמיצער פרעגט און ענטפערט, אבער אצינד אז איך זעה אז די פרעגסט וול איך רחמנות האבן אויף דיר און ענטפערן, אבער מיט א הקדמה:
איך גיי פרובירן דיר מסביר זיין דאס מערסטע שייך זאלסט פארשטיין לויט דיין יאהרגאנג, ווייל כאב נישט אין פלאן צירוקצוקומען זיך טעהנע'ן מיט דיר על הדבר קטן כגדול אויף יעדע זאך וואס די וועסט שרייען טאג צו נאכט.
אצינד צום ענין:
די דארפסט דיך נישט שעמען אז די ווייסט נישט, ווייל אז דיין גאון ווייסט נישט ביי די 50-60 טא פארוואס זאלסטו וויסן ביי די 15-16 ? אבער גייסט דאך פארט חתונה האבן אי"ה , איז גוט צו האבן אביסעלע ידיעות.
אין שו"ע אין הל' קידושין איז נישטא ביי כתובות קיינע הלכות בנוגע נעמען פון עדות וכו', די דאזיגע הלכות זענען ביי הל' גיטין, און מ'נעמט די הלכות פון דארט (גיטין איז הארבער ווי כתובות) - איך זאג דיר נאכמאל דארפסט זיך נישט שעמען אז די ווייסט נישט ווייל דיין צדיק'ל וגאון אדיר ווייסט עס נאך יעצט נישט.
איז אזוי, אין שו"ע אבן העזר הל' גיטין סימן קכ"ט רעדט ארום דער מחבר וועגן די נושא פון עדות און זייערע נעמען, שטעט אד"ג, און דארט זאגט דער הייליגער רמ"א בזה"ל:
ואם לא כתב כהן או לוי י"א דפסול (פסקי מהרא"י סימן ד') מאחר שנהגו לכתבו ויש מכשירין (מ"כ בתיקון וכ"כ הב"י) ונראה להו לסמוך להקל במקום הדחק אבל לכתחלה יש לכתבו.
הרה''ג ר' י' א' ג' האט געזעהן אז מ'קומט אין ערגעץ נישט אן
האט ער גערופן צו רבי'ן שליט''א אנפרעגן כדת מה לעשות, אין וויבאלד ס'געווען דינסטוג ווען די רבי שליט''א נעמט אויף דעם ציבור אין בביתו נאווה אין וומ''ס וואס פארציט זיך ביז אין די שפעטע שעה האט ער געקענט גרינג רעדן צו רבי'ן
(נאכדערצו אז די חתונה איז פארגעקומען צייטליך אין ליכט פין די סאטמערע חתונה תקנות וואס די זאלי'ס האבען ווי אסאך קהילות נאכקאפירט אין די ברכה סימא / פרדס פיגא זאל)
------------
די זאלי'ס וועלכע קרענקט נישט אזוי ווייט אז די רז''ל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפרן, ווי ווייט אז ''דער רבי שליט''א האט ווי געווענטליך יא געוויסט'' אין רש''ל האט נישט געקענט ענטפרן אויף די מיניט האבען אנגעהויבן דורך זייער 24 באצאלטער היידפארק מענעזשער ''חי שעה'' צו באקען א געשיכטע מיט א אימפעריעל חתונה ווי א מחותן איז אויסגענארט געווארן ווייל ער האט געצאלט מער געלט אבי מ'זאל סערווירן דוקא קרית יואל פלייש ביי די שמחה
למעשה האט ער פארזעהן עטליכע פאקטן ביי זיין געבעקס, 1)פרדס קאסט נישט 3000 א צד נאר 5000, 2)אימפעריעל קאסט נישט 9000 א צד נאר צווישען 5000 ביז 7500 בערך א צד (מ'קען דאר האבען א תקנות פעקעזש), 3)אז מ'וויל נישט פרדס קען מען נאך גיין אין ראוז קעסיל פאר אסאך ביליגער פין פרדס אדער אין די אויבערשטע זאל פאר נישט קיין סאך טייערער
מיין חבר פארציילט מיר יעצט אז ביי זיין אייגענע חתונה איז געווען די זעלבע שאלה, דער מסדר קידושין איז געוועזן דער שרמאשער רב, אין איינער פון די עדות איז געווען א יונגערמאן וואס איז א לוי, אין ער האט נישט אונטערגעשריבן הלוי, מען האט געפרעגט שארמאשער רב, האט ער געענפערט אז עס איז קיין שום פראבלעם, איינער פון די זיידעס דארט האבן נישט איינגעריט נאר ארומגעקאלט א שטאט מיט רבנים רודערן, ביז דער פאיער רב האט אים געזאגט אז אויב ער וויל קען מען צושרייבן נאך דעם ווארט עד, הלוי, אין אזוי האט מען געטון, אין דער זיידע האט זיך בארואיגט, כך היה המעשה, דער חבר מיינער האט מיר געוויזן זיין כתובה ווי עס שטייט צוגעשריבן הלוי.
די מעשה איז פארגעקומען 6 יאר צוריק, ואידך פירושא זיל גמור
ע"כ דברי באנדעלע, ויש אומרים, אז מען האט אים נישט געקאלט בכלל, אין אוודאי נישט דעם פאיער רב, דער ארונישער בהמה וואס האט זיך אריינגעמישט אין געקאלט זיין רבין צריך עיון גדול
מלך נאכען פראבירן אלעס, בלייבט איבער איין אפשען ''לייקענען'' די אלע מסובים ביי די חתונים וואס זענען לעבעדיגע עדות וועלן ווערן שקרים דער רופער הרה''ג ר' י' א' ג' וועט ווערן א שקרן אין מלך פין היידפארק בלייבט דער איש אמת
איך האב עס נישט געהאלטן פאר 'אזא' ערנסטע דורפאל פאר דיין רבי'ן - נאך אלעם מאכט זיך עס אפט ביי אים, די אינטערסאנטע פארט איז נאר געווען וועם מ'האט גערופן נאכדעם
3. דער רבי שליט"א האט תיכף אנגעוויזן אויף א אפענע רמ"א אויפן ארט אז אויב די עדות איז א לוי דארף מען שרייבן הלוי, אבער אויב האט מען נישט אזוי געטאהן דארף מען נישט איבערמאכן די כתובה.
+
4. א מין מן הארץ, שיסט אין דער וועלט אריין, טריקענע רמ"א הא?
+
5. ווי זענען פארלוירן די אלע וואס בעטן אלעמאל בילדער, פראף, העלוי? כאטש א סקען פון דעם אפענעם רמ"א, עפעס.
+
6. וועלעכע חלק האסטו באשטעטיגט? אז מען האט אויףגעוועקט רז"ל? אדער אז פאיער רב געדענקט נישט? אדער אז קר"ילע רב האט ארויסגעלערענט א בפירישע רמ"א פון גיטין?
+
7. די גאנצע זאך איז איין שטיק בהמישקייט, +
8. מיין חבר פארציילט מיר יעצט אז ביי זיין אייגענע חתונה איז געווען די זעלבע שאלה, דער מסדר קידושין איז געוועזן דער שרמאשער רב, אין איינער פון די עדות איז געווען א יונגערמאן וואס איז א לוי, אין ער האט נישט אונטערגעשריבן הלוי, מען האט געפרעגט שארמאשער רב, האט ער געענפערט אז עס איז קיין שום פראבלעם, איינער פון די זיידעס דארט האבן נישט איינגעריט נאר ארומגעקאלט א שטאט מיט רבנים רודערן, ביז דער פאיער רב האט אים געזאגט אז אויב ער וויל קען מען צושרייבן נאך דעם ווארט עד, הלוי, אין אזוי האט מען געטון, אין דער זיידע האט זיך בארואיגט, כך היה המעשה, דער חבר מיינער האט מיר געוויזן זיין כתובה ווי עס שטייט צוגעשריבן הלוי.
+
9. די מעשה איז פארגעקומען 6 יאר צוריק, ואידך פירושא זיל גמור
10. ע"כ דברי באנדעלע, ויש אומרים, אז מען האט אים נישט געקאלט בכלל, אין אוודאי נישט דעם פאיער רב, דער ארונישער בהמה וואס האט זיך אריינגעמישט אין געקאלט זיין רבין צריך עיון גדול
=לוזער!בן בנו פון א זאלי דעקל!.. אזא פנים טראגט עטס אלע!
גוט אז דו האסט געמאכט דעם סך הכל, זאל יעדער וויסן ווען מ'הייבן אן א טענה'ריי מיט דעם זאלי דעקל ווי מ'קומט אן.... און צו דיר מלך, איך האף נאר אז דו ביזט נישט פון די נייע 850 קווינס בחורים.... טאמער יא ווייס מיר שוין ווי מ'האלט: יוסעלע פריד איז די 850סטע און דו ביזט די 849סטע...
אגב, אויב וועט עטס אהער ברענגן יעדענס ניק, (און אויסזאגן ווער ס'האט צוויי), קענט עטס פראווען אז עטס האטס 850 בחורים.... (נישט אזוי שווער, רוב פון ענקערע מצוינים פארברענגן מילא דא אויפן פארק א גאנצן טאג... ברענג די איבריגע אויך אהער און זאלן די ארונים פלאצן....)
מלך, וואס איז טאקע פשט פון סתם ארומדרייען דעם עולם מיט נער'ישע מעשיות? די קוקסט גראדע אויס צו זיין א פראפעשענאל שרייבער, ס'פאסט נישט פאר דיר. איך ווייס נישט צו די מעשה איז יא געווען אדער נישט, אבער סתם פארדרייען דעם קאפ, ווייל דיין צד מוז בלייבן גערעכט אז זייער נער'יש און קינדיש.
דייקן פרעגט א גיטע שאלה וואס איז ווערט זיך צו באציען, לאמיר דיר מסביר זיין, איינער וואס דרייעט זיך אויף היידפארק (איך רעד פון איינער מיט שכל, נישט פון קליינע מוחות) איז דא פאר איין סיבה, ער וויל זיך א ביסל אויסגעבען, אין יודיש גערעדט שטיפן די צייט, מען ארבייט שווער אין מען וויל זיך אויסבלאזן דעם קאפ, דאס איז עס, גארנישט מער, דאס איז די גאנצע, ממילא ווען איך האב געזעהן דעם אשכול האב איך געהאלטן אז די מעשה קען נישט זיין אמת, ווייל איך האב דורעכגעלערנט הלכות כתובות אין איך האב נישט געדענקט אז עס ווערט דערמאנט אזא זאך בכלל, דער ערשטער סימן אין הלכות כתובות, אבן העזר ס' ס"ו, איז משמע אז מעיקר הדין איז גענוג עידים אין עס פעלט נישט אויס צו שריייבן די בכלל, די רמ"א פסקענט יא אז לכתחלה מוז מען יא שרייבן, אלענפאלס דאס שרייבן א כתובה, אין די עידים אויף די כתובה האט נישט איינס מיטן צווייטן, איך וועל פראבירן אריינצוסקענען די דף שפעטער אז יעדער זאל עס קענען זעהן, משע"כ סיי גיטין ווי עס דארף ע"פ הלכה לכל הדיעות זיין סיי עידים אין סיי געשריבן, אין יעדע קליינע זאך פסולט די גאנצע גט, עס איז פיל הארבער, אין סאיז נישט קיין דמיון אהער.
יעצט צו זאגן אז ר' אהרן האט געברענגט א ראיה פון גיטין אויף להקל איז זייער גוט ווייל טאמער איז עס כשר בדיעבד ביי גיטין אין לכאורה ביי כתובות אוודאי כשר, אבער לחומרה, צו זאגן אז ווייל ביי גיטין איז דארף מען עס יא לכתחלה שרייבן זאל מען ביי די כתובה אויך דארפן, נישט אזוי זיכער, אפשר יא, איך זאג נישט אז נישט, אבער פון דעם ביז "עס איז דאך א בפירישע רמ"א" איז א שטיקל מהלך.
דאס מיינט בכלל נישט אז די מעשה איז בכלל פארגעקומען, קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט, פאיער רב האט מען זיכער נישט געפרעגט ווייל ער האט שוין אסאך מאל געפאסקעט די שאלה, אין יא די מעשה וואס איך האב פארציילט איז אמת, דער עדות איז געווען פערצופאל א ארוני, ווער עס וויל עס קלארשטעלן קען מיך פרעגן אין אישי איך וועל געבען די פרטים.
איך מיין אז יעצט פארשטייסטו אז איך האב בכלל נישט ארומגעדרייט מיטן עולם, קען זיין אז עס האט אזוי אויסגעזעהן, אבער עס איז נישט געוועהן במיזיד.
ממילא ווען איך האב געזעהן דעם אשכול האב איך געהאלטן אז די מעשה קען נישט זיין אמת, ווייל איך האב דורעכגעלערנט הלכות כתובות אין איך האב נישט געדענקט אז עס ווערט דערמאנט אזא זאך בכלל, דער ערשטער סימן אין הלכות כתובות, אבן העזר ס' ס"ו, איז משמע אז מעיקר הדין איז גענוג עידים אין עס פעלט נישט אויס צו שריייבן די בכלל, די רמ"א פסקענט יא אז לכתחלה מוז מען יא שרייבן, אלענפאלס דאס שרייבן א כתובה, אין די עידים אויף די כתובה האט נישט איינס מיטן צווייטן, איך וועל פראבירן אריינצוסקענען די דף שפעטער אז יעדער זאל עס קענען זעהן, משע"כ סיי גיטין ווי עס דארף ע"פ הלכה לכל הדיעות זיין סיי עידים אין סיי געשריבן, אין יעדע קליינע זאך פסולט די גאנצע גט, עס איז פיל הארבער, אין סאיז נישט קיין דמיון אהער. ביזט גערעכט, א גט איז טאקע הארבער ווי א כתובה, אבער מ'זעהט כסדר אז מ'לערנט ארויס להלכה פון גיטין אויף כתובות, אזוי אויך פארקערט. (אגב, די ר"ת ברענגט א ראי' פון כתובות אין א תוס' אין מס' גיטין, אז אויב שרייבט מען אויפן שטר אז יענער איז א כהן, און מ'ווערט געוואר אז ער איז נישט, בלייבט די שטר כשר, און ער לערנט פון דארט ארויס אויב מאכט זיך ביי א גט אזא פאל, בלייבט די גט כשר. (עכ"פ מ'זעהט אז מ'קען ארויסלערנען פון איין פלאץ אויפן אנדערן להלכה).
יעצט צו זאגן אז ר' אהרן האט געברענגט א ראיה פון גיטין אויף להקל איז זייער גוט ווייל טאמער איז עס כשר בדיעבד ביי גיטין אין לכאורה ביי כתובות אוודאי כשר, אבער לחומרה, צו זאגן אז ווייל ביי גיטין איז דארף מען עס יא לכתחלה שרייבן זאל מען ביי די כתובה אויך דארפן, נישט אזוי זיכער, אפשר יא, איך זאג נישט אז נישט, אבער פון דעם ביז "עס איז דאך א בפירישע רמ"א" איז א שטיקל מהלך. ער האט טאקע געפסק'נט אויף להקל. אזוי אויך בלייבט עס "א בפירוש'ע רמ"א" וואס מ'לערנט ארויס להלכה ביי כתובות, ווי פריער געשמועסט.
דאס מיינט בכלל נישט אז די מעשה איז בכלל פארגעקומען, קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט, פאיער רב האט מען זיכער נישט געפרעגט ווייל ער האט שוין אסאך מאל געפאסקעט די שאלה, אין יא די מעשה וואס איך האב פארציילט איז אמת, דער עדות איז געווען פערצופאל א ארוני, ווער עס וויל עס קלארשטעלן קען מיך פרעגן אין אישי איך וועל געבען די פרטים.
איך מיין אז יעצט פארשטייסטו אז איך האב בכלל נישט ארומגעדרייט מיטן עולם, קען זיין אז עס האט אזוי אויסגעזעהן, אבער עס איז נישט געוועהן במיזיד אנטשולדיגט טאקע פארן די נישט געהעריג פארשטיין, אבער איך וואלט שטארק געוואלט וויסן, אויב די קענסט מיר געוואר ווערן, צו ס'איז בכלל אמת די מעשה, און אויב מהרי"י האט נישט געוויסט צו ענטפערן אויפן שאלה.
דייקן, עס איז זייער א שווערע זאך מברר צו זיין, ווייל ווי פארשטענדליך וועלען די רז"ל''ס מענטשן לייקענען די מעשה, פערצופאל האב איך געפרעגט שמואל טייטלבוים אין ער לייקענט די מעשה, ער זאגט אז יכול להיות אז מען האט געקאלט, אין איינער האט אויפגעהויבן, נישט וועלענדיג אויפוועקן דעם רבין האט יענער געזאגט מען זאל קאלן איינער פון די דיינים, דעם רבין האט מען נישט געפרעגט.
נאכמאל עס איז נישט מעגליך צו וויסן דעם אמת, אבער דאס אז ער זאגט אז מען האט געפרעגט פאיער רב איז קלאר א שקר מוחלט, אין ביי מיר איז דער שרייבער גענצליך אפגעפרעגט, אין איך קען בכלל נישט גלייבן די מעשה.