היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ערענסטע קלעפ ביים אסיפה פון ועד בית רבינו

ערענסטע קלעפ ביים אסיפה פון ועד בית רבינו

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2838349

חיי_שעה » 21/10/2010 00:09

די ישיבה גדולה מיט די נייע ווען, נאכדעם וואס עס איז אריבער מער פון 24 שעה און די הנהלה האט נאך אלס נישט מצליח געווען צוריק צו נעמען קאנטראל אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן א ערענסטע פרעשאר אויף ועד בית רבינו אז די רבי דארף זיך אריינמשין.

שאשקע האט געשריגן מיט קולי קולות אז זי לאזט נישט ארויף ווייל די בושות וועלן זיין נאך מער זי איז געווארן הייזעריג פון שרייען (ווען מיין אינפארמאנט איז אוועק געגאנגען האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן שרייען, ס'קען זיין זי שרייט נאך אלס). דער רינדעכיגער קוטשי האט נישט נאכגעלאזט ער האט געקנאקט אין טיש פאטעיטע טשיפס זענען געפלויגן פון אלע זייטן. דער רויטער פיש כאפער איז געשטאנען ביים טיר אז די רבי זאל נישט קענען אריינקומען. דער קפשעל איז ארויס פון די גלייזן פון כעס אז ער קען נישט קומען צום ווארט. צום סוף איז ער ארויפגעשפרינגען אויפן טיש און געמאכט אזאנע קולות אז יעדער האט אים געהערט.

צום האט דער רויטער נישט געהאט א ברירה וויל פון די בריקעריי פונם אנדערן זייט טיר האט שוין אויסגעזען אז די טיר קומט באלד אראפ, צום סוף האט ער געפענט דעם טיר.

די ר' אהרן איז ארומגעלאפן פון איינעם צום צווייטן צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט א שטיקל בילד.

עס איז נאך דערווייל נישט קלאר ווער עס האט געטענהט וואס ווייל די צומישעניש און אנערכיע איז נאך גרויס, די טענות זענען אז די רבי זאל נישט גיין אין ישיבה רעדן צו די בחורים ווייל עס הערשט א פחד אז די נייע ווען וועט זיך צוקראצן פון די שטיינער וואס פליען דארט אין די לופטן. און פון די אנדערע זייט פאסט נישט אז די רבי לאז איבערלאזן דעם נייעם ווען אינטן און ארויף פארן מיט א פלענע קאר.

עס הייסט יעצט אז די רבי גייט אליינס מאכן א החלטה, די רבי טענה'ט אז ווען די ווען וועט אנקומען וועט תיכף ווערן רוהיג ווייל אלע בחורים וועלן "בלייבן שטיין פארגאפט" פון איר שיינקייט, און ער וועט כאפן די בחורים פארגאפטערהייט אין א סופרייז...

קעציל » 21/10/2010 00:16

רבי יונה האט געהיידזשעקט דיין ניק?...

נפל » 21/10/2010 00:20

ס'זעט מיר אויס אז רבי_יונה האט זיך פארעקלט פון די אהרוינישע פארטיי און איז אריבער צו די זאליס...

געכאפטער1 » 21/10/2010 00:20

קעציל האסט מיך ממש אויסגעכאפט, איך האב יעצט געוואלט שרייבן פאר חיי שעה אז קוקט זיינע באשרייבונגען אויס פונקט ווי רבי יונה, חיי שעה האט צו יעדע צייט "אינסייד אינפארמעישען" איבער די קלעפ וואס איז פארגעגאנגען ביי די ארוינים, פונקט ווי רבי יונה, געשמאקע נייעס

ווען איינער זאגט מיר אז דאס איז די זעלבע שמואל ווידער נאר אין אן אנדערע מוד... וואלט איך עס געגלייבט