היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » טאג 2: בחורים געבן נישט אויף ווידערשטאנד

טאג 2: בחורים געבן נישט אויף ווידערשטאנד

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2838297

חיי_שעה » 20/10/2010 21:51

שוין א צווייטע טאג וואס די ישיבה גדולה אין מאנרא פארט אויף רעדער, די בחורים האלטן זיך נישט ביים ברעכן און די הנהלה גיבט זיך נישט אן עצה.

מאיר צוויבל איז ארויסגערופן געווארן אז ער זאל רעדן צו די בחורים. רוב בחורים האבן זיך אויפגעשטעלט אינמיטן די דרשה און צוויבן איז געבליבן רעדן צו עטליכע לאצי'ס. די בחורים זאגן קלאר אז ווילאנג מען לאזט נישט צוריק אריין אין ישיבה אלע זייערע חברים וועלן זיי נישט איינריען.

נאך מער האט זיך די רידערייען צופלאקערט ווען די פריעד'ס זענען געקומען מעלדן פאר די בחורים אז בפקודת "הקודש" איז די געפלאנטע טריפ קיין באפעלאו געקענסעלט. נאך דאס האט זיי אויסגעפעלט, און די בחורים סטראשען יעצט אז זיי וועלן מאכן נאך מער נזקים.


דער גוי גיבסט זיך נישט אן עצה מיט די מיסטן
[בילד – נישט אפגעהיט]

איין שלאס ווייניגער
[בילד – נישט אפגעהיט]

התמדת התורה טראץ די כאאס, כאטש איינער זיצט נאך ביי די גמרא...
[בילד – נישט אפגעהיט]

ער בעט זיך מיט רחמנות... ער ווייסט גארנישט אז די בילד פארט שוין ארום נאך בשעת'ן זיך בעטן
[בילד – נישט אפגעהיט]

חיי_שעה » 21/10/2010 00:24

דער גוי האט זיך אויפגערעגט אויף א בחור וואס האט אויסגעגאסן א מיסט וואס ער האט פונקט גענדיגט צוזאמען נעמען, און האט געכאפט א צוויי פולע הענט מיט שמוץ און בא'זרק'עט דעם בחור.

מער האט נישט אויסגעפעלט אפאר בחורים האבן זיך א ווארף געגעבן אויף אים זיי האבן אים אנגע'מקל'ט די ביינער.

דער גוי האט געדארפט אנקומען צו מעדעצינישע הילף און געפינט זיך יעצט אין שפיטאל!

געכאפטער1 » 21/10/2010 00:28

חיי שעה אז די שרייבסט שוין שרייב שוין אז ער איז געשטארבן... פארוואס נישט...

חיי_שעה » 21/10/2010 00:32

די ווילסט לייקענען די פאקט?

ער איז אין שפיטאל! פרעג זיך נאך!

פינחס_יואל » 21/10/2010 02:15

חיי. וואס איז דאס בילד פון הרב מענדלאוויטש . זייט ווען איז ער אין ישיבה? ער איז א מלמד  אין חדר פארוואס רעדט ער צו די בחורים?

שארטקאט » 21/10/2010 08:37

מען ברענגט מלמדים פון חדר צו לערנען מיט די בחורים חומש רש"י און פארציילן מעשיות, בעסער געזאגט בעבי סיטן, אבי זיי זאלן נישט רעוואלטירן,

פריינדליך » 21/10/2010 18:54

ר' חיים הערש מענדלאוויטש איז אן איינגעשטעלטער אין ישיבה שוין פון פאראיאר

טראכטן » 21/10/2010 19:10

להוי ידיעא דער פרינדליך איז א זאלי וואס שפילט ארוני

שארטקאט » 21/10/2010 21:02

שוין פאריאיאר האט מען געקענט ניצן מלמדים פאר בעבי סיטינג

היינט האט מען אוועקגעטראגן די קינדער אויף א טריפ קיין באפעלא,

און נאכן פוילן אלעס גוטס וועט מען כאפן א טענצל אויפן באקאנטן ניגון פון פעסטער רב, מיין געלע באס.

פריינדליך » 21/10/2010 21:47

טראכטן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
להוי ידיעא דער פרינדליך איז א זאלי וואס שפילט ארוני
עס קומט נישט אהער דא. ר' חיים הערש מענדלאוויטש האט שוין יארן א חבורה צו לערנען חסידישע ספרים און בעיקר בני יששכר. פאראיאר האט די ישיבה אים אויפגענומען אפיציעל צו פירן די חבורה אין ישיבה