היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייט יעצט פאר אין מאנרא מתיבתא?

וואס גייט יעצט פאר אין מאנרא מתיבתא?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2837809

נפל » 20/10/2010 03:05

פאליציי, איבערקערעניש, יענקי שווארץ מיט זיינע בחורים. די זאליס זענען צו העפי מ'קען מיט זיי נישט רעדן, לאמיר הערן פון אייך וואס גייט פאר


[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 20/10/2010 06:27

שאאאאאא וועק נישט אויף קיינעם...

רבי_יונה » 20/10/2010 17:32

נפל'ע לערן זיך אויס דאקטערן בילדער.
דער טאהשער מצה טאש האט געטראפן א בילד פון תשס"ו און שמירט יעצט ארויף.

נייס טריי נייפעל בן נייפעל !

[בילד – נישט אפגעהיט]


לערן זיך אויס פון שמואלי שפיצער וויאזוי צו ארבעטן מיט פוטו שאפ.

נפל » 20/10/2010 18:25

און די מיינסט אז איך בין דיין לעמעלע? איך וועל דיר לאזן וויסן אז נישט נאך דערצו מיט א שמיץ אריבער

רבותי, לאמיר יעצט כאפן א שמייכל פון רבי_יונה'ס 'שקר מיט א גלאט פנים'. מיר גייען יעצט טון אפאר קליינע טריט און זיך איבערצייגן אז ס'איז יא מעגליך אז איינער זאל פארדרייען א קאפ פארן עולם מיט פראסטע ליגענט.

איך וועל אייך צייגן ווי אזוי מען קומט אן צו די אינפארמאציע פונם בילד, איר וועט זיך אליינס איבערצייגן אז יונה פארבערצירט אליינס פרינט סקרינס און אינפארמאציע מיט די האפענונג אז דער גאנצער עולם איז דום און ער איז קיינער קען נישט וואס ער קען, ער איז א גאון אין קאמפיוטער'ס און עולם גולם וועט נישט קוקן און מ'וועט אים גלייבן.

דאס וואס איר זעט אין יונה'ס תגובה איז די 'פראפערטיס' פון א בליד. יונה האט גענומען א בילד אין זיין קאמפיוטער פון א דעיט אין 2006 ער האט יענעם בילד א נאמען געגעבן אקוראט דאס זעלבע ווי דאס בילד וואס איך האב דא אריינגעלייגט. און יעצט קען ער אפילו צייגן אז דער בילד וואס איך האב געלייגט איז פון 6 יאר צוריק!... געוואלדיג, נישט אזוי?

יעצט, פארוואס זאלט איר מיר גלייבן אז יונה האט אזוי געטון? פארוואס זאלט איר מיר גלייבן א די "פראפערטיס" וואס יונה צייגט דא איז פאלש?

פראבירט אליינס וועט איר זיך איבערצייגן.

1 לייגט ארויף די ווייזער פונם מייז אויפן בילד אינם ערשטען תגובה אין דעם אשכול.
2 דריקט אויף לינקן קנעפן פונם מייז און ס'וועט ארויסקומען א אויסוואהל
3 דריקט מיטן לינקן קנעפל אויף Save Picture As מאכט זיכער אז איר ווייסט ווי די פיקטשער גייט זיך סעוון, אדער לייגט דאס פשוט אויפן דעסק טאפ
4 גייט צום בילד אויפן דעסק טאפ (אדער דארט ווי איר האט דאס געסעווד).
5 דריקט מיטן רעכטן קנעפל פונם מייז אויפן בילד ס'וועט ארויס קומען א אויסוואהל פון אויפציעס
6 דריקט מיטן לינקן קנעפל אויף Properties
7 דריקט אויף Delails אויב האט איר Vista אדער אויף Summary אויב האט איר א פריערדיגע ווערסיע

אינם קעסטל וואס געפינט זיך יעצט אפען וועט איר טרעפן אלע פרטים בנוגע דעם בילד.
די דעיט'ס וואס איר וועט זען איז די דעיט וואס איר האט אראפגענומען דעם בילד פונם אינטערנעט, איר וועט דארט נישט האבן דעם דעיט וואס די בילד איז געמאכט געווארן, ווייל די אינפארמאציע קענט איר נאר האבן אויב האט איר אליינס געמאכט דעם בילד אדער איר האט אריבערגעפירט דעם בילד דיירעקט פון איין קאמפיוטער צום צווייטן און נישט דורך די אינטערנט!

יונה, איך גלייב נישט אז די וועסט יעצט דארפן טוישן ניק, ווייל די ווערסט נישט רויט אפילו ווען מען כאפט דיר מיטן שקר שווארץ אויף ווייס.

מלך_מלכים » 20/10/2010 18:28

נפל האסט מיך אויסגעכאפט, דאס האב איך יעצט געוואלט זאגן, דער יונה, אדער איז ער א וועלטס נער, אדער האלט ער זיינע קאלעגע ארונים וועלטס נערנים, איינס פון די צוויי מוז זיין אנדערש האב איך נישט ארויס אזא פערדעריי

נפל » 20/10/2010 18:34

מלך

איך האלט נישט אז ער איז א נער, איך האלט קלאר אז ער איז א געריבענער שקרן און ער האלט אלע אהרוינים פאר נארנים. ווען ער וואלט געטראכט אז די אהרוינים גלייבן אים נישט אויפן ווארט, וואלט ער דאך נישט געטון אזא זאך, אלא מאי ער האלט זיי אלע פאר בהמות.

פארוואס זאג איך אז ער אליינס איז נישט א נער? ווייל ער האט זיך למעשה געריקט נענטער צו זיין ציל! ער האט האט ציל אז מען זאל רעדן פון אלעס אין די וועלט נאר נישט פון די איבערקערענישן וואס קומען פאר אין מאנרא. און געב א קוק ער האט מצליח געווען צו פארדרייען די שמועס פון די איבערקערענישן אין מאנרא צו "אויב מיין טאטע איז אויך א נפל אדער נאר איך בין א נפל"...

מלך_מלכים » 20/10/2010 18:40

איך ווייס נישט וואס, אבער אזא משוגעת איז נישט נארמאל, בליוו איט אר נאט, די ארונים זענען יעצט איבערגעצייגט אויף הינדערט פראצענט אז נעכטן איז גארנישט פארגעקומען אין ישיבה, ווארט אביסל וועט שוין זיין דא הינדערט אין איין הסבירים פארוואס די זאליס באקן מעשיות אויך די הייליגע ישיבה, מסתמה ווייל זיי זענען ווילד וועגן סאויט 8.

פשווארסק » 20/10/2010 18:47

here is the pictures reb yona
do you know where this is?

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



נפל » 20/10/2010 18:49

ס'איז 'באמת' גארנישט געווען, עס איז נאר געווען דעמאקראטישע רוהיגע וואלן און ס'איז שוין ווייטער שטיל...

די בעלעט'ס וואס די בחורים האבן נעכטן ארומגעטיילט...

די הנהלה האט נישט קיין ווארט! די בחורים וועלן אריינגעבן א שטימע און די רוב וועט זיגן...

[בילד – נישט אפגעהיט]

ערהאלטן אויף nyfele@gmail.com דורך הרוצה בעילום שמו
ומכאן מודעה רבה, איך באקום כסדר גוטע סחורה אויף דעם אימעיל אדרעס און איך לייג נישט ארויף ווייל איך האב נישט קיין אינטערעסע אינטערצורייסן דעם אדער יענעם. דעם בילד האב איך אויך נישט געפלאנט צו לייגן, אבער נאכדעם וואס דער שקרן יונה האט געטון דאס וואס ער האט געטון... נאדיר!

מלך_מלכים » 20/10/2010 18:51

די בילדער דארף צו פארענפערן דאס שקרענען ברבים?

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 20/10/2010 18:57:25

מלך_מלכים » 20/10/2010 19:26

יונה ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז ער איז נישט קיין שקרן
67 בחורים למיתה: פאליציי - טאמאטס אין קווינס

נפל » 20/10/2010 19:55

מלך

איך האב געהאלטן אז יונה אליינס איז נישט קיין נער, נאר ער האלט אלע אהרוינים פאר נארנים. יעצט טראכט איך שוין אז ער איז יא א נער, ווייל ווען ער כאפט איין א שווייגעניש וואלט דאס געקענט אויסזען אז ער האט עפעס צו ענטפערן אויף זיין פיסטער שקר, נאר ער איז פשוט נישט דא יעצט דעריבער ענטפערט ער נישט. אבער ער האט דאך נישט קיין שכל און האט געפענט א טפשות'דיגן אשכול און געצייגט דערמיט אז ער זיצט מיטן צינג אינדרויסן...

מלך_מלכים » 20/10/2010 20:01

יונה האט זיך מסתמה געדאכט אז יעצט איז נ"ט אין ער האלט אימיטן שרייבן פשקעווילן

בשמחה_תמיד » 21/10/2010 03:20

רבי יונה ווערט אויסגעשפארט פאר צוויי וואכן פאר'ן ארויפלייגן א זאך וואס איז קלאר פאלש!