היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לאנדאן אין עסטאז צום ביקור קודש פין סאטמאר רבי שליט''א

לאנדאן אין עסטאז צום ביקור קודש פין סאטמאר רבי שליט''א

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2837786
בלאט: 1 2

היראים » 20/10/2010 00:32

היינט איז באשטעטיגט געווארען אז די רבי שליט''א קומט קיין לאנדאן אויף א קורצה באזוך לכבוד די הכתרה פונעם נייעם סאטמאר - לאנדאן'ער רב שליט''א

פאלגענד איז א באריכט פין בחצרות סאטמאר

יושבת לאנדאן לבשו בגדי תפארתך

עס איז אצינד באשטימט געווארן אז אי"ה דעם קומענדיגן פרשת תולדות וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויספאהרן קיין עיה"ב לאנדאן צו באשיינען די מעמד הכתרה פון הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אלס אבד"ק דקהלתינו לאנדאן, וואס וועט אי"ה דאן פאהרקומען בתוככי עיר לאנדאן.

 

אין די טעג ווערט אויסגעארבעט די גענויע דעטאלן פון רבינו שליט"א'ס נסיעה, ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אין לאנדאן אויף עטליכע וואכן טעג בקרב אנשי שלומינו תושבי אייראפע וועלכע קוקן ארויס אויפן' רבין'ס באזוך מיט א שמחה עילאה.

פשווארסק » 20/10/2010 17:28

Just In From London: Logo for Rebbe's Nesiya to London. Major Hachunes going on. TZADIK BU LU'ER!
Just In From London: Logo for Rebbe's Nesiya to London. Major Hachunes going on. TZADIK BU LU'ER!


תוקן על ידי פשווארסק ב- 20/10/2010 17:30:36

היראים » 21/10/2010 00:49

 

 

♦♦♦

היראים » 25/10/2010 01:05

מודעה פונעם וועד קבלת פנים אין לאנדאן

 

♦♦♦



היראים » 25/10/2010 01:06

♦♦♦

♦♦♦

 

 


צביהירש » 25/10/2010 18:57

זעה איך אז ר' משה ארי' האט יא געווינען. וויאזוי האט ער געטענע'ט?
טאמער די הכנסה גייט נישט פאר אונזערע אייגענע מוסדות, זאל דער רבי נישט קומען אויף שבת.

rebyankel » 26/10/2010 18:12

צבי הירש
זיי מסביר וואס די מיינסט צו זאגען ביטע
ווען האט ר' משה ארי' ג'טענה'ט פארוואס אין מיט וועם?
קוקסט אויס ווי די האסט געזעהן/אדער געמאכט עפעס א מעשה, אין די לייגסט נאר די אויספיר

היראים » 31/10/2010 23:41

הכנות אין לאנדאן אין בעפארברייטונג

צום ביקור קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦


היראים » 31/10/2010 23:44


 

 

 

♦♦♦

היראים » 1/11/2010 22:40

די זאלי'ס וועלכע זענען נאך אינטער די  ביטערניש פין זייער סוקסעפולע מאסא הקודש
שיקען ארום בילדער פין פאר שחרית ביים רבי'ן שליט''א ווי מ'זעהט ס'איז ממש ליידיג די פארענטשעס
 The NY Branches loaded with thousands Ahrionim in London http://twitpic.com/330q1w

נעבעך
ווער האט געגלייבט אז זיי וועלן דארפן צו קומען זיך צו טרייסטן מיט אזעלכע חלשות'דיגע ספין'ס?

היראים » 1/11/2010 22:41

צהלי ורוני יושבת עיר הבירה לאנדאן יצ"ו

גרויס עקסטאז הערשט אצינד ביי אנשי שלונימו תושבי עיה"ב לאנדאן בפרט און ביי אלע תשובי העיר בכלל, מיט'ן ערווארטונג פוטן אנקום פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

 

אצינד איז שוין געמאכט געווארן די לעצטע הכנות מקבל פנים צו זיין דער רבי שליט"א וועלכער קומט צו גאסט אין שטאט לכבוד די הכתרה פון הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אלס רב דקהלתינו אין לאנדאן.

 

דער רבי שליט"א פאהרט אי"ה ארויס היינט אווענט אויפ'ן וועג קיין לאנדאן, דער רבי שליט"א איז ערווארטעט אנצוקומען קיין לאנדאן אום 7:00 אזייגער אינדערפרי פון ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה תיכף צו פאהרן אין שטאט אריין צו בית מדרשינו הגדול ווי מ'ווט אי"ה דאווענען שחרית.

 

מערכת בחצרות סאטמאר האפט אי"ה צו באגלייטן די גאנצע ביקור קודש מיט נייעס, באריכטן און בילדער דוירכאויס די געהויבענע פיהר טעג אין עיה"ב לאנדאן צו די צופרדנהייט פון חשו'בן ציבור אנ"ש בכל מקוקמות מושבותיהם.

 

לאפלאש » 1/11/2010 22:58

satmar90: Depression Climax! Millions by Aron's Shachris in london... http://twitpic.com/330lrt

היראים » 2/11/2010 00:13

לאנדאן לעבט יעצט מיט א היסטארישע מעמד
ווי אין די פארגאנגענהייט האט די רבי שליט''א נישט געלאזט מאכען א קבלת פנים, ע''כ האט מען עס משלב געווען מיטן גרויסען מעמד הכתרה
די גרויסע סאטמאר ביהמ''ד איז געשטאפט פין חסידי סאטמאר, הויכע שמאלע פראענטשעס פין אלע 3 זייטן,
די מיטעלסטע טיש קום ארייגעשטופט א שמאלע טיש, די גאנצע היכל איז נאר בענק
די שענסטע רבנים פין לאנדאן באשיינען דעם אויבן אן
הגאון הרב פאדווה גאב''ד התקה''ח האט פריער גענדיגט זיין דרשה, - מורא'דיגע גערעדט
דער עולם איז אין עקסטאז ווער רעדט נאך ווער די רבי שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד
אשרי עין ראתה כל אלה, א כניסה לש''ש וואס לאנדאן געדענקט שוין לאנג נישט
יעצט ליינט הגאון ר' חיים וואזנער דער פריעדיגער סאטמאר לאנדאנער רב אין פאטער פונעם נייעם רב די מכתב חיזוק פין זיין גרויסע פאטער הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט''א

פשווארסק » 2/11/2010 00:59

פאמאגראנט » 2/11/2010 02:30

אלפים יודען האבן זיך באטיילגעט היינט נאכט ביי די הכתרה אלע רבנים פין די גאנצע שטאט די זאליס זענען חרוב ווי ערווארטעט

rebyankel » 2/11/2010 18:04

פאמאגראנט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלפים יודען האבן זיך באטיילגעט היינט נאכט ביי די הכתרה אלע רבנים פין די גאנצע שטאט
די זאליס זענען חרוב ווי ערווארטעט

פארוואס רעדסטו פין זיי, אין לאנדאן קומען זיי יעצט נישט אויפן געדאנק
ווען נישט די פייער לעשער וואס זיי האבען געשיקט אינמיטן די גרויסע מעמד הכתרה וואלט קיינער נישט געוויסט אז זיי עקזיסטירן
דא האסטו א בילד פין זייער קינדערישע טעראר, וואס איז פין זייער עלטסטע מיטלן
[בילד – נישט אפגעהיט]

דער עולם איז אין די העכערע ספערן נאך אזא געהויבענע מעמד, נעכטן נאכט
אלע רבנים פין שטאט האבען זיך באטייליגט
צווישען אנדערע אלע עלטערע רבנים
גאב''ד ראדמישלע, הגאון ר''י הרמה, הגאון ר' א''ד פר''ד דומ''ץ מאכנובקא ב בעלזא,  הגאון הרב דונער, הצדיק ר' שמואל בנימין קרויס, וכו'
א עולם, חסידים פין אנשי מעשה אין די טויזענטער'ס בליעה''ר
אשרי עין ראתה על אלה

אגב, קען איינער ברענגן בילדער?



תוקן על ידי rebyankel ב- 02/11/2010 18:11:37

rebyankel » 2/11/2010 18:38

עמיצר שרייבט מיר יעצט
אז די זאליס זענען אין לאנדאן יעצט חרוב ונחרב, זיי האלטען עס נישט אויס אז לאנדאן איז איבערקערט אפי' אן פשעווארסקע רבי שליט''א - וועם זיי האבען געמוזט שלעפן כדי איבער צו דרייען לאנדאן,
(אין האט זיי אגב, געלאזט פייפן ביי די מסיבה)
זיי האבען יעצט גערופן מסר'ן וועגן די סיינס פארענט פין ביהמ''ד
נעבעך,

דער עולם זאל זיי ווייטער גענצליך איגנארירן
זיי זאלען רופן מסר'ן אין רופן די פייער לעשער, באקען למ''ב חלק 1000, אין זיצן אין זוכן וואס זיי קענען שטערן.
ואנחנו בשם ד' אלוקינו נזכיר להגדיל תורה ולהאדירה

גערעכטער1 » 2/11/2010 20:25

וואס מיינט למ''ב? האט דאס ציטין מיט ר''ת ברוך מרדכי לעבאוויטש"

היראים » 3/11/2010 00:02

מרן רבינו שליט"א אין לופט פעלד


 

 

 



 די גאסן פון לאנדאן


 

 

 

♦♦♦

מודעות איבער ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א

אין לאנדאן, און איבער די הכתרה

 

 

 

 

♦♦♦

♦♦♦

 


היראים » 3/11/2010 00:05

לאנדאן יצ"ו

 

אום 7:00 (לאנדאן צייט) אזייגער אינדערפרי איז דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א געלאנדעט אין היטראו לופט פעלד אין לאנדאן, ווי עס האבן אפגעווארט דער רב שליט"א, און די ראשי הקהלה און הונדערטער אנשי שלומינו זקנים ונערים מקבל פנים צו זיין אבינו רועינו מרן רבינו שליט"א.

 

באלד נאכדעם וואס דער ציבור האט געהאט די זכי' צו קענען שלום געבן איז דער רבי אריין אין אויטא פון הרבני החסיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי נאמן דקהלתינו הק' אין לאנדאן, ווי דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפאהרן צום אכסניא ביי הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק'.

 

ארום 9:00 (לאנדאן צייט) אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר שלמה יוסף לאנדא הי"ו פון לאנדאן.

 

נאכ'ן דאווענען איז הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א געקומען שלום נעמען פון מרן רבינו שליט"א אין חדר המיוחד שע"י ביהמ"ד הגדול.

 

אום 5:00 אזייגער (לאנדאן צייט) האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט דאווענען מנחה בבית האכסניא, און נאך מנחה איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א – דער געווענזער רב הקהלה – פאטער פון נייעם רב שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן אויף לאנדאן לכבוד די הכתרה פון זיין זוהן, אויף א באזוך ביי מרן רבינו שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א הערליכע ידידות'דיגע שמועס.

 

דערנאך איז פאהרגעקומען אן אסיפה פון אלע ראשי וטובי הקהלה ביים רבי'ן שליט"א, ווי מען האט געחתמ'ט די היסטארישע קאנסוס פונעם נייעם רב שליט"א, און אויך דער רבי שליט"א האט געגעבן חתימת יד קדשו.

 

אצינד אין די נאכמיטאג שעה'ן שטאט דער רבי שליט"א ארום אפ באזוכן ביי די גדולי רבני העיר שליט"א.

 

מעמד הכתרת הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי אייראפע צו די גרוסע מעמד הכתרה וואס וועט אי"ה פאהרקומען היינט אויפדערנאכט אין ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן בהשתתפות ראשי אלפי ישראל ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ואתו עמו הרבני הגאונים תושבי העיר לאנדאן שליט"א.

 

די געטרייע עסקני קהלתינו הק' האבן אויסגעשטעלט דאס היכל ביהמ"ד הגדול מיט א מייאסטעטישע'ר געניטקייט צו קענען אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור בליעה"ר אנשי שלומינו, און תושבי ורבני העיר.

 

אום 8:00 אזייער וועט אי"ה זיך אנהייבן דער מעמד, ווי עס וועט אי"ה אויפטרעטן הגה"צ דער מרא דאתרא – לאנדאנ'ער רב שליט"א, און דערנאך הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א.און נאך.

אנשי שלומינו קוקן ספעציעל ארויס אויף די צענטראלע דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביי דעם גרויסן מעמד.

 

מ'וועט אי"ה קענען מיטהאלטן די גאנצע מעמד אויף קול סאטמאר ביי די לייוו הוק-אפ'ס.

 

-גדול יהי' כבוד המעמד הזה-

 

מרן רבינו שליט"א אנקומענד'יג קיין לאנדאן בשטומ"צ

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

בשעת'ן אפשטייגן פון פליגער

 

ראשי וטובי קהלתינו הק' ביים אפווארטן דעם רבי'ן שליט"א

 

דער עולם אין לופט פעלד ביי שלום נעמען

 

 

אנקומענדי'ג צום אכסניא בבית הרבני החסיר מוה"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו, ראה"ק

 

 

גייענדי'ג צו תפילת שחרית

 

 

ביים תפילין לייגן פאר א בר מצוה בחור

>

 

>

 

 

 

♦♦♦



הגה"צ ר' חיים הלוי וואזנער שליט"א

אנקומענד'יג קיין לאנדאן לכבוד די הכתרה

 

בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א ביים מקבל פנים זיין אביו הגדול שליט"א

 

 

♦♦♦



אכסניית כבוד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין לאנדאן

 

עסקני קהלתינו הק' רעדן זיך דורך די גענויע דעטאלן

פונעם הכתרה מיט'ן געטרייען ראה"ק הרה"ח ר' ישעי' וואלף הי"ו

 




 

 

 

♦♦♦



♦♦♦

 

 

 


היראים » 3/11/2010 00:36

ביהמ''ד הגדול ביים צוגרייטן צו גרויסען מעמד
[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 3/11/2010 00:37

לאנדאן יצ"ו

 

פאלגענד איז דער באריכט פון ביז ווי  מיר האבן נעכטן באריכטעט:

ביים זמן מעריב האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען מעריב אין די אכסניא, און נאך מעריב זענען די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות געקומען צום רבי'ן שליט"א ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה איבער ענינים העומדים על הפרק און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א באריכט איבער די היזיגע מוסדות.

 

דערנאך איז הרה"ג ר' ישראל חיים הורוויץ שליט"א רב ד'קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער געקומען צום רבי'ן שליט"א אויף א באזוך, ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן דעם מרא דאתרא לאנדאנ'ער רב שליט"א וועלעכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, און עס איז פארמירט געווארען גאהר א ידידות'דיגער און תרה'דיגער שמועס.

 

נאך דעם באזוך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הרבני החסיד מוה"ר פנחס ענגלענדער הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן א ביקור גומלין פאר הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א, ווי מען האט שיין ארומגעשמועסט בדברי תורה ועוד.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף אויף א באזוך צו הרה"ג ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א רב דקהל בעלזא-מאכניווקא אים צו באזוכן.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום זקן ראשי ישיבות הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה ד'לאנדאן, ווי ער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א בחיבה יתירה, און עס אנטוויקעלט געווארען א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.

 

דער היסטארישער מעמד הכתרה

גלייך פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד הגדול ווי עס האט שוין אפגעווארט א פול געפאקטער ביהמ"ד פון אנשי שלומינו ראשי וטובי קהלתינו, און רבני העיר, זקנים ונערים, וועלכער האבן שוין ארויסגעקוקט אויפן רבינ'ס אנקום.

 

באלד ווי דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א "ברוך הבא" געזאנג וועלכער האט אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט מיט א גרויס התרגשות און א חדוה עילאה, בשעת ווען די פול געפאקטער ביהמ"ד מיט די הויכע פארענשטן טאנצן און דאנקן השי"ת צו אט די זכי' און געלעגנהייט אז דער רבי שליט"א איז פערזענליך געקומען ערשיינען די שמחה פון די קהילה.

 

דאן האט דער יו"ר הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי נאמן דקהלתינו הק' אין לאנדאן באגריסט דעם רבי'ן שליט"א (אלע דרשות קען מען הערן אויף קול סאטמאר), און דערנאך אויפגערופן דעם מרא דאתרא הרב פדווא שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המעמד, און ארויסגעברענגט אז אין די קורצע צייט וואס דער נייער רב שליט"א געפונט זיך אין די שטאט האט ער אויפגעלעבט די שטאט, און געמאכט א טויש אין די גאנצע שטאהט.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פריעדיגע רב הקהלה הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א וועלכער האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט זיין שמחה מיט'ן הכתרה פון זיין חשוב'ן זוהן אלס רב הקהלה.

 

דאן האט אויפגעטרעטן הרב אברהם אלי' וואזנער שליט"א א ברידער פונע'ם נייעם רב שליט"א וועלעכער האט איבערגעגעבן די שליחות הקודש פון זייער גרויסן זייד'ן הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א וועלכער האט פערזענליך געשיקט א בריוו לכבוד די הכתרה פון זיין חשוב'ן אייניקל, און האט פאהרגעליינט די ווארימע ווערטער פונעם מכתב, און עס דערנאך איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א.

 

דערנאך האט דער יו"ר הי"ו געזאגט אז לכתחילה איז געווען אין פלאן מכבד צו זיין הרה"ח הישיש ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו מראה"ק ויו"ר הנהלת בית רחל פאהרצוליינען און איבערגעבן דעם קאנסוס פאר'ן נייעם רב שליט"א בשם די קהילה, נאר אזוי ווי ער איז נישט בכח וועט ער עס טוהן. און דאן האט ער פאהרגעליינט דעם קאנסוס וועלעכער איז שוין פון פריער געווען אינטערגעשריבן דורך אלע ראשי וטובי הקהל, און דורך מרן רבינו שליט"א, און דאן האט מען איבערגעגעבן דעם קאנסוס פאר'ן רב שליט"א.

 

ווי נאר מען האט איבערגעגעבן דעם קאנסוס האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן און א געזאנג פון קול רנה וישועה.. דער רבי זאל לעבן א מזל טוב, דער רב זאל לעבן א מזל טוב.. און דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן רב און די רבנים און פאר'ן גאנצער ציבור בצהלות פניו.

 

אצינד האט מען אויסגערופן די ניי געקרוינטן רב שליט"א צו זאגן זיין איינצוגס דרשה כמנהג, ווי דער רב שליט"א האט געזאגט א הערליכע פולפול אין די סוגיא פון מין במינו בטל, און דאן באריכות ארומגערעדט אז אין די ג' חדשים להבחנה האט ער שוין קענען געלערנט ווי חשוב די סאטמארער קהילה אין לאנדאן איז, און וואס פארא כבוד דאס איז פאר אים.

 

דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (מיר האפן שפעטער אראפצוברענגען די תוכן דברות קודש).

 

נאך די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א האט מען זיך אויפגעשטעלט אין א רקידה וועלכער האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט (מרן רבינו שליט"א איז געבליבן זיצן בשעת'ן טאנצן צוליב די ימי האבילות אחרי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה). און דערנאך האט דער גאנצער ציבור געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א און דער נייער רב שליט"א לרגל די גרויסע שמחה, וועלכעס האט געדויערט א לענגערע צייט ביז דער גאנצער עולם האט געקענט דורכגיין בשעת ווען אויף די פארענטשע'ס טאנצן די אברכים און בחורי חמד באגלייט מיט לעבעדיגע מוזיק.

 

מיט געפולן מלא שמחה און התרוממות איז דער ציבור זיך צעגאנגען פונע'ם היסטארישען מעמד.

 

-כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לך-

 ♦♦♦

 

עס איז שוין געווען נאך 12:00 אזייגער ווען די אנ"ש תושבי אנטווערפן וועלעכע זענען געקומען צו פאהרן צו די הכתרה האבן געהאט די זכי' אריינצוגיין אל הקודש פנימה להתברך בפו"פ.

 

אויך האט מרן רבינו שליט"א נעכטן אריינגעריבן אן אות אינע'ם ספר תורה וואס הר"ר זאב גליק שליט"א מלמד במוסדותינו הק' גיט אריין לע"נ יבלחט"א בנו ע"ה, אין ביהמ"ד דושינסקיא אין לאנדאן אין געציילטע וואכן ארום.

 

מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין מיט'ן באריכט פון היינט אינדערפרי און ווייטער.

 ♦♦♦

היראים » 3/11/2010 00:38


בילדער דורך: בחצרות סאטמאר

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

הגה"צ ר' חיים הלוי וואזנער שליט"א בעל שמחת הלוי, באזוכט ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

 



♦♦♦

אסיפה פון הנהלת המוסדות ביי מרן רבינו שליט"א

 

הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

♦♦♦



מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א

 

 

 



♦♦♦

ביקור גומלין ביי הגה"צ ר' חים הלוי וואזנער שליט"א

 

 

ביקור ביי הגה"צ ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א אבד"ק בעלזא-מאכניווקא



♦♦♦

באזוך ביי הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה

 

♦♦♦


rebyankel » 3/11/2010 21:51

טויזענטער טאנצען יעצט אין די לאנדאן גאסען ביים הכנסת ס''ת
א הערליכע מעמד
אשרי עין ראתה כל אלה

סאטמארבילד » 3/11/2010 22:45


פון בחדרי חרדים

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21084


האדמו"ר מסאטמר 'המליך' את הגרי"ב וואזנר
בממלכה הבריטית נערך מעמד הכתרת הגרי"ב וואזנר, עד לאחרונה רב קהילות החסידים באלעד, לגאב"ד סאטמר בלונדון • בין האורחים: האדמו"ר מסאטמר והגר"ח וואזנר, אביו של הגאב"ד הטרי • גלריה
בני הכהן, בחדרי חרדים 18:12 02/11/2010
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מסאטמר ברחובות לונדון   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]0
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 4/11/2010 00:01

לאנדאן יצ"ו

 

ביקור קודש – צווייטן טאג

 

יום ג' פ' תולדות העעל"ט

נעכטן דינסטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי התלמוד תורה פון כיתות ד' און העכער, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יצחק יוסף פריעדמאן הי"ו פון לאנדאן.

 

נאכ'ן דאווענען זענען אלע איבריגע כיתות אויך אריבערגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פאהרגעקומען א מסיבה מיט אלע תשב"ר תלמידי הת"ת, ווי עס האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד זעענד'יג אלע תלמידי הת"ת אויסגעשורה'ט אויפן גאנצן לענג און ברייט פונע'ם היכל ביהמ"ד הגדול.

 

אויך זענען אנוועזענד געווען ביי דער מסיבה די ראשי הקהלה און די דייני ורבני הקהלה, חברי הנהלת המוסדות, און דער נייער רב שליט"א, און נאך.

 

געעפענט דעם מעמד האט דער מנהל הת"ת הר"ר משה פעלבערבוים שליט"א, וועלכער האט בשם די קינדער מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א מתנה וואס די חשובע תלמידי הת"ת האבן צוגעשטעלט לכבוד דעם רבי'ן שליט"א'ס ביקור קודש ביי זיי אין די שטאט, 2-טויזענט-הונדערט-איין-אין-פופציג (2151) שעות רצופות, וואס די קינדער האבן געלערנט אין די לעצטע אנדערהאלבן וואך – זייט עס איז באשטימט געווארען אז דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען אויף א ביקור קודש בתוככי עיר לאנדאן.

 

גאהר קענטיג איז געווען דער קורת רוח וואס די הערליכע מתנה האט געשאפן פאר מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכער האט איבערגענומען די רשימה פונעם מנהל און דורכגעקוקט בפרטיות מיט א גרויס התרגשות.

 

דאן האט דער מנהל הת"ת אויסגערופן דעם רב שליט"א צו קומען רעדן פאר די קינדער לכבוד אט דעם גרויסן געלעגנהייט.

 

דער רב שליט"א האט געזאגט א שיינע דרשה און האט ערווענט פאר די קינדער אז די תלמידים דארפן האבן גרויס הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכער זארגט זיך כסדר פאר זיי, און דער ריכטיגער הכרת הטוב וועט זיין ווען צום סוף זמן הלימודים וועלן זיך די קינדער אי"ה פארהערן די לימודים.

 

דאן האבן די קינדער געזינגען ספעציעל שיינע פארפאסטע חרוזים לכבוד מרן רבינו שליט"א, און דערנאך האבן די קינדער זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן זאל זיין געזונט.

 

דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט צו די קינדער דברי מוסר און בתוך הדברים שטארק ערווענט די מידת האמת וואס עס איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך איינגעוויינען פון קינדווייז אהן, אזוי ווי מיר פלעגן כסדר הערן פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

 

נאך די לענגערע דברות קודש האט דער רבי שליט"א אויסגעטיילט מתנות פאר די קינדער, די אינגערע קינדער האבן ערהאלטן א סידור, און די עלטערע קינדער האבן ערהאלטן א ספר משלי מיט טייטש.

 

מיט א שטארקע התעוררות און קבלה אויף ווייטער האבן זיך די קינדער געלאזט אין חדר אריין נאך אזא געהויבענע און התרגשות'דיגע מעמד מיט'ן רבי'ן שליט"א.

 

באזוכן ביי רבני העיר שליט"א און אין די בניני המוסדות

אין די מיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א באזוך ביי הרה"ג ר' ארי' ווייס שליט"א רב  דביהמ"ד וויזניץ-ב"ב אין לאנדאן, און דאן ביי ש"ב הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א רב דביהמ"ד וויזניץ-מאנסי.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א גאהר קורצע באזוך אין די בנין הבית רחל, און אויפן וועג ארויס האט דער רבי שליט"א געבענשט מטבעות וועלכער ער האט איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו יו"ר ההנהלה פון די בית רחל, וועלכער מען האט שפעטער אויסגעטיילט פאר די תלמידות.

 

נאכ'ן באזוך אין די מיידל סקול איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית הרה"ג ר' ישראל אלימלך לייזער שליט"א רב דק' פשעווארסק אין לאנדאן, זוהן פון האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, און דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט ש"ב הרה"ג ר' יצחק באב"ד אבד"ק טארטיקוב שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס וועגן די אבות המשפחה און זייערע זיידע'ס למעלה בקודש.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א, און דערנאך ביי הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות הקהילות חרדים, ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס איבער עניני שחיטה און נאך.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס און דערנאך האט דער ראב"ד שליט"א געבעטן דעם רבי'ן צו קומען לייגן אן אבן הפינה ביי די נייע מקוה טהרה וואס גייט אי"ה אצינד געבויעט ווערן אין די שטאט תחת השגחתו.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום בנין התלמוד תורה ווי דער רבי שליט"א איז ארום אין די חדרים און פארהערט אין יעדן כיתה באזונדער און קענטיג געשפעט נחת דקדושה פון די צאן קדשים.

 

נאכ'ן ארומגיין אינעם בנין איז דער רבי שליט"א ארויס צום שטח ווי עס גייט אצינד אהן די העפטיגע פלאנירונגען צום נייעם בנין הת"ת וואס גייט אי"ה בקרוב געבויעט ווערן אויפן ארט, און הר"ר אליזער לעוו הי"ו זוהן פון ר' ישעי' וואלף הי"ו ראה"ק, וועלכער גיט זיך שטארק אוועק אצינד פאר די בוי פלאנירונגען, האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א פונקטליכער באריכט איבער די בוי פלענער.

 

באלד דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד סטאניסלאוו ווי די כיתות פון ט' און י' זענען אצינד פלאצירט, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורי חמד, און דערנאך געדאווענט מנחה מיט די בחורים.

 

נאך מנחה איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל עץ חיים ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמועס איבער'ן ענין וואס דער רבי שליט"א האט ערווענט ביי די משא הקודש א טאג בעפאר ביים גרויסן מעמד הכתרה אז די איכות איז איבער די כמות און דאס איז דער עיקר, ווי דער חשובע'ר רב שליט"א האט געברענגט כמה ראיות דערצו פון פארשידענע סגיות.

 

פון דארט איז מרן רבינו שליט"א אריבער באזוכן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א ווי עס איז געווען א גאהר ידידות'יגער שמועס בדברי תורה און נאך, און נאך דעם באזוך איז דער רבי שליט"א געווען באזוכן הרה"ג ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ התאחדות הקהילות חרדים און רב השחיטה כדתיא, ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמועס בעניני שחיטה איבער וואס דער דיין שליט"א איז ממונה אין לאנדאן.

 

התמנות דומ"ץ דקהלתינו לאנדאן

אין די נאכמיטאג שטונדן איז אין רבין'ס אכסניא פאהרגעקומען א התרגשות'דיגער מעמד, ווי דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די טובי הקהל האבן ממנה געווען הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א זוהן פון הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' וואלף הי"ו ראה"ק דקהלתינו, אלס דומ"ץ דקהלתינו אין לאנדאן.

 

נאכדעם וואס אלע טובי הקהל האבן געחתמ'ט דעם שטר התמנות האט דער רבי שליט"א און אויך דער רב שליט"א געחתמ'ט, און דערנאך האט הרה"ח ר' ישראל יעקב פרענקל הי"ו – מטובי הקהל פאהרגעליינט דעם שטר התמנות, און דאן האט מען געטרינקן לחיים און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן דיין שליט"א און אלע ראשי הקהלה.

 

דאן האט אויפגעטרעטן דער נייער דיין שליט"א און דערנאך דער רב שליט"א וועלכער האט שטארק ארומגערעדט בשבח פונעם דיין שליט"א אז אין די קורצע פאהר וואכן וואס ער האט אים קענען גלערענט האט ער שטארק מפליא געווען זיינע געוואלדיגע מעלות, און וואס פארא גדול בתורה ער איז.

 

דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד דעם געלעגנהייט. דער רבי האט אויך שטארק ערווענט בשבחו פונעם דיין, און אזוי אויך ערווענט וואספארא גרויסע טאג עס איז פאר'ן פאטער פון דיין הרה"ח ר' ישעי' וואלף הי"ו אז ער האט דער זכי' צו זעהן אזא נחת ביי זיינע חשוב'ע קינדער.

 

אסיפות מיט די הנהלת המוסדות

נאכ'ן מסיבת לחיים זענען די חברי הנהלת רוחניות און גשמיות פון די בית רחל געקומען צום רבי'ן שליט"א אויף א אסיפה איבערצורעדן פארשידענע נושאים ווי דער רבי שליט"א האט זיך שטארק פאראינטרעסירט אויף אלע פרטים פונעם בית חינוך לבנות.

 

דאן איז פאהרגעקומען אן אסיפת מלמדים מיט אלע מלמדים פון די תלמוד תורה, ווי דער רבי שליט"א האט זיי משמיע געווען דברי הדרכה אין זייער עבודת הקודש. נאך די אסיפה איז געווען א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די מלמדים אריינצוגיין אל הקודש פנימה להתברך בפו"פ.

 

דאן האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי לאנדאן וואס האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות, ביז ארום 2:30 אויפדערנאכט.

 

ביי די זמני כניסה איז געווען א געלגענהייט פאר אנ"ש תורם צו זיין פאר'ן נייעם ביהמ"ד דקהלתינו אין לאנדאן אויף היטלענד ראוד, וואס ביי דער מעמד הכתרה האט עס מרן רבינו שליט"א קורא שם געווען לשמו ולזכרו פונע'ם פעטער מרן רביה"ק זי"ע "ויואל משה", און מען האט געקענט אריינטראגן די נדבות פערזענליך איבערצוגעבן לידי קדשו פון מרן רבינו שליט"א און ערהאלטן פון רבי'ן א לעדערנע תפילה ישרה סידור מיט חתי"ק פון רבי'ן שליט"א.

 

עס איז שוין געווען נאך 2:30 אויפדערנאכט ווען דער רבי שליט"א איז אריבער אין שטוב פון העסקן מוה"ר יואל שעהר הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט געשריבן אן אות לגומרה של תורה אינעם ספר תורה וואס ווערט אי"ה היינט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן לע"נ אביו מרן רביה"ק זי"ע,.

 

נאך די כתיבת ספר תורה איז דער רבי שליט"א – אויפן פערזענליכן רוף פון הרה"ג ראב"ד לאנדאן שליט"א – אריבער צו די ארט ווי מען גייט אי"ה בויען א נייע מקוה טהרה, און דארט געלייגט דעם גרונד שטיין, און אויפן ארט אז פארמירט געווארן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ראב"ד לאנדאן שליט"א בהלכות ועניני מקוואות.

 ♦♦♦

 

ביקור קודש – דריטן טאג

יום ד' פ' תולדות - אינדערפרי

 

היינט אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול  מיט די תלמידי  הת"ת פון כיתה ז' און העכער, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן הרבני הנגיד ר' ירמי' קאהן הי"ו פון גאלדעס גרין.

 

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער באזוכן דעם פלייש באנק דקהלתינו הק' אין לאנדאן, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אבזערווירט אלע פרטים אינעם געשפעט און געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען אויף די חלק הניקור וויאזוי עס דארף געטוהן צו ווערן.

 

מיט די באריכטן פון איבער'ן טאג וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין.

 ♦♦♦

 

הכנסת ספר תורה

לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

א יום טוב'דיגע שטימונג הערשט אצינד אין לאנדאן מיט די לעצטע הכנות צום גראנדיעזן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך בני קהלתינו הי"ו פוןן לאנדאן לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און וועט אי"ה היינט אריינגעגעבן ווערן אין ביהמ"ד הגדול בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

-שושו ושמחו בשמחת התורה-

 ♦♦♦


היראים » 4/11/2010 00:03

מעמד הכתרה אין לאנדאן

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 


 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦


היראים » 4/11/2010 00:04

 

 


היראים » 4/11/2010 00:05

♦♦♦

קאנסוס - וואס קהל האט געגעבן פאר אבד"ק קהלתינו שליט"א אין לאנדאן

מכתב קודש פון הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א לרגל די הכתרה פון זיין אייניקל

 

 


היראים » 4/11/2010 00:05

♦♦♦

מודעות איבערן מעמד הכנסת ספר תורה

 

 

 

היראים » 4/11/2010 00:34

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.


היראים » 4/11/2010 22:35

מסיבת לחיים מיט די ילדי הת"ת נעכטן

אין ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

די קינדער קומען אהן צום מעמד

 

 

 

 

 

 

 

 

דער רב שליט"א טרעהט אויף פאר די קינדער לכבוד די מעמד

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א קוקט דורך די רשימה פון די 

2,151 שעות רצופות 

וועלעכע איז געלערנרט געווארן דורך די עלטערע תלמידי הת"ת אין די לעצטע אנדערהאלבן וואך

לכבוד דעם ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א

אלס  מתנה פאר'ן רבי'ן שליט"א

 

 

דער רבי שליט"א טיילט מתנות פאר די קינדער

 

 



היראים » 4/11/2010 23:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 4/11/2010 23:04

♦♦♦

♦♦♦


היראים » 4/11/2010 23:05

מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי רבני העיר שליט"א אין לאנדאן

חלק א - יום ג' פ' תולדות העעל"ט

 

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

 

ביי הרה"ג ר' ארי' ווייס שליט"א רב דחסידי וויזניץ ב"ב

 

 

 

 

ביי ש"ב הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א רב דחסידי וויזניץ מאנסי

 

 

 

ביי הרה"ג ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א

בן האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, רב דק' פשעווארסק

 

 

 

 

 

ביי ש"ב הרה"ג ר' יצחק באב"ד שליט"א רב דקהל טארטיקוב

 

 

 

ביי הגה"צ אבד"ק דקהלתינו שליט"א

 

 

 

 

 

ביי הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחה"ק חרדים

 

 

 

 

 

ביי הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן

 

 

 

 

 

ביי הרה"ג ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דק' עץ חיים

 

 

 

 

ביי הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א

 

 

 

 

ביי הרה"ג ר' יוסף פדווא שליט"א דומ"ץ התאחה"ק חרדים

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א באזוכט אין די מוסדות אין לאנדאן

 

יום ג' פ' תולדות העעל"ט

 

 

ארויסקומענ'דיג פון בנין בית רחל

 

 

 

 

דער רבי שליט"א גיט איבער געבענשטע מטבעות

פאר הרה"ח מוה"ר יוסף אייזיק לעוו הי"ו יו"ר הנהלת בית רחל, וועלכע

מען האט שפעטער אויסגעטיילט פאר די תלמידות

 

 

אויפ'ן שטח פון נייעם בנין התלמוד תורה

 

 

 

אין די כיתות אין תלמוד תורה

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

הרבני החסיד מוה"ר אליעזר לעוו הי"ו

גיט איבער פאר'ן רבי'ן א באריכט איבער די בוי-פלענער ביים נייעם בנין התלמוד תורה

 

 

 

 

ביי די כיתות ט' און י' וועלעכע זענען אצינד פלאצירט אין ביהמ"ד סטאניסלאוו

 

 

דער רבי שליט"א משמיע דברות קודש פאר די בחורים

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א משמיע דברי הדרכה פאר די מלמדים אין לאנדאן

 

♦♦♦

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 


היראים » 4/11/2010 23:07

♦♦♦ 

מסיבת התמנות הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו לאנדאן שליט"א

יום ג' פ' תולדות העעל"ט

 

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

ביי די מסיבת לחיים אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו , ראה"ק

 

 

די ראשי וטובי הקהל שרייבן אונטער דעם שטר התמנות פון דיין שליט"א

 

הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו מראה"ק

 

הרה"ח ר' ישעי' וואלף לעוו הי"ו, ראה"ק

 


הרה"ח בנש"ק ר' ישראל יעקב פרענקל הי"ו, מטובי הקהל

  

הגה"צ דער רב שליט"א שרייבט אונטער

 

מרן רבינו שליט"א גיט חתי"ק

 

הרה"ח בנש"ק ר' ישראל יעקב פרענקל הי"ו, מטובי הקהל ליינט פאהר דעם שטר

 

הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו גיט איבער דעם שטר פאר'ן דיין שליט"א

 

מרן רבינו שליט"א גיט ברכת קדשו פאר'ן נייעם דיין שליט"א

 

 

 

דער דיין שליט"א טרעהט אויף

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א לייגט די אבן הפנה

ביי די נייע מקוה טהרה אין לאנדאן

תחת השגחת הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן

 

יום ג' פ' תולדות העעל"ט

 

 

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א שרייבט אריין אן אות אין די ס"ת פון הר"ר זאב גליק הי"ו אין לאנדאן

 

 

♦♦♦

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 


rebyankel » 8/11/2010 20:03

די נסיעה איז ב''ה  דורך מיט א געוואלדיע סיעתא דשמיא
די סוקסעס איז געווען למעלה מן המשוער ברחניות ובגשמיות
לאנדאן האט זעלטן מיטגהאלטן אזעלכע געהויבענע טעג

אגב
כ'האב  געטראפען א שיין בילד פונם מעמד הכתרה,
מערקט ווי די גדולי הרבנים זיצן מיט הנאה אין שלינגען מיט דארט די דברות קודש

 



אבער די זאליס קענען זיך נאכנישט באראויגען
זיי האבען זיך געשוואירען אז די מסע המלכות פין ר' זלמן לייב וועט קיינער נישט קענען קאמפיטען ווייל ער האט דאך ביטגעברענגט ר' לייבוש, אין אויב ר' לייבוש איז נישט דארט קען דען לאנדאן זיין איבערגעדרייט?
אין נאכדעם וואס די רבי שליט''א איז אוועקגעפארען האבען זיי צוריסען עטליכע לעקטער'ס אין סיינס - ווייל לשיטתם איז דאס די קלימאקס פין די נסיעה
ניצענדיג די אלטע טעראר מיטלען פין זייער פירער פין ברעכן אין רייסן
למעשה האבען  זיי נישט באמערקט אז ס'דא קלארע קעמרא'ס וואס האבען אלעס אפגעכאפט
די עסקנים האבען גערופן זייערע עלטערן צו צייגען קלאר די פירות פין זייער חינוך, אין די עלטערן האבען צוגעזאגט צו באצאלען די שאדען מיט א שמוץ אריבער אבער מ'זאל נישט ארויסגעבן די ווידיא'ס
די עסקנים האבען פארשטייט זיך מסכים געווען בתנאי אז מ'הערט אויף מיט די אלע קינדערישע טעראר
יעצט ווארטן די עסקנים צו באקומען די געלט (אז נישט שוין איך די עלטערן,) אין לויט קוועלר האט זייער מנהל געהאלטן א דרשה מ'זאל אויפהערן זיך צו פירן ווי חיות ברבים.

היראים » 8/11/2010 23:51

ביקור קודש – דריטן טאג

יום ד' פ' תולדות

 

נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט דעם פלייש באנק דקהלתינו הק', איז דער רבי שליט"א אריבער צו די בנין הבית רחל אויף קעזענאוו רד. ווי עס לערנען די קלענרע מיידלעך, און דארט איז דער רבי אריינגעפאהרן אין די גארטן ווי די תלמידות זענען געווען אויסגעשורה'ט און אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א.

 

דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון אויטא און געזאגט ברכת קדשו פאר די תלמידות, און דארט אויך אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו יו"ר ההנהלה, דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגבן מטבעות קודש פאר'ן מנהל פון די מיידל שולע הר"ר מענדל ווייס שליט"א וועלעכער האט עס שפעטער אויסגעטיילט פאר די תלמידות.

 

דאן איז דער רבי שליט"א צירוקגעגאנגען צו די אכסניא, און עס זענען געקומען די רבני העיר שליט"א אויף ביקורי גומלין, קודם איז געקומען הרה"ג ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א רב דק' פשעווארסק, און בשעת דעם באזוך זענען אנגעקומען הרה"ג ר' אפרים פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן, הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה, הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן, הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחה"ק חרדים, און הרה"ג ר' יצחק באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב.

 

עס האט זיך ביי דעם געהויבענע באזוך פארמירט א אינטהאלטסרייכער שמועס בדברי תורה און נאך, און דאן איז אנטשטאנען א שמועס אינען ענין פון די בתי חיים אין אייראפע אין וועלכער ר' אליקים שליט"א טוהט אויף די לעצטע שטיק צייט גדולות ונצורות, און דאן האט ר' אליקים שליט"א פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן שאלות בהלכה וויאזוי זיך צו פירן אין פארשידענע קאמפליצירטע אופנים וואס קומט אלס אונטער אין די דאזיגע בתי חיים ווי פירות ביימער און נאך.

 

דאן איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני שמות אשים ונשים, און נעמען פון חתנים און מחותנים וכו'.

 

נאך דעם באזוך איז געקומען הרה"ג ר' ארי' וויס שליט"א רב דחסידי וויזניץ בני ברק אין לאנדאן אינאיינעם מיט הרה"ג ר' אליזער דוד פריעדמאן שליט"א רב דק' בעלזא-מאכניווקא אויף א ביקור גומלין, ווי עס איז אנטשטאנען א שיינער שמועס. דערנאך איז הרה"ג ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א באזונדער אריין אל הקודש פנימה ביחידות לברך ולהתברך בפו"פ.

 

אין די נאכמיטאג שטונדען אנגעהויבן פון 1:30 איז געווען זמן כניסה פאר אנ"ש, וועלעכער האט זיך פארצויגן ביז ארום 6:30 ווען מען האט געמוזט אפשטעלן צוליב די מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע האט שוין געווארט אויפ'ן הופעת מרן רבי'ן שליט"א.

 

מעמד הכנסת ספר תורה לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

א יום טוב'דיגער שטימונג האט געהערשט אין די גאסן פון לאנדאן בשעת ווען אנשי שלומינו אנגעטאהן מיט בגדי שבת האבן געשפרייזט אין די מאסן צום גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געואורן דורך די בני הקהלה אין לאנדאן לע"נ מרן רביה"ק זי"ע.

 

מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען ארום 7:00 אין שטוב פון הרה"ג צבי הערש לאנגבערג שליט"א ר"מ בישיבת תורת חסד, וועלעכע זיין טאטע  הרה"ח אביגדור הי"ו האט געקויפט די זכות אז פון דעם שטוב זאל דער ספר תורה ארויסגיין, און דארט האט דער רבי שליט"א געמאכט הגבה אויפ'ן ספר תורה און דער רב שליט"א איז געגאנגען גלולה בשעת ווען אלע אנוועזנדע לאזן זיך ארויס אין א רקידה.

 

פאר אפאר מינוט האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט'ן ספר תורה און דערנאך עס ארויסגעפיהרט לרחובה של עיר ווי עס איז פאהרגעקומען א פראכטפולע תהלוכה לכבודה של תורה בשעת ווען דער רב שליט"א און אלע ראשי וחברי הקהלה טאנצן מיט'ן ספר תורה ווערנ'דיג געפירט אין ריכטונג פון בית מדרשינו הגדול.

 

דאן איז דער רבי שליט"א צירוקגעגאנגען אין אכסניא און דער תהלוכה איז אנגעגאנגען אויף א לענגערע צייט אין די לאנדאנע'ר גאסן.

 

אנקומענדיג צו די שערי בית מדרשינו הגדול האט הגה"צ דער רב שליט"א איבערגענומען דעם ס"ת און ער האט עס אריינגעפירט אין היכל ביהמ"ד הגדול בשעת ווען דער ביהמ"ד איז פול געפאקט מקצה אל הקצה, איין זייט ביהמ"ד איז ספעציעל באשטימט געווארען פאר די ילדי הת"ת און די אנדערע זייט פאר די בחורים און אברכים, און די בעלי בתים וחשובי העדה פרייען זיך בשמחת התורה אין חלל פון ביהמ"ד הגדול.

 

נאך א שטיק צייט טאנצן מיט די ספר תורה האט דער רב שליט"א גענומען לידו הרה"ג דעם דיין שליט"א און די איבריגע דייני הקהלה ווען אלע אינאיינעם טאנצן און פרייען זיך בשבת אחים גם יחד בשמחת התורה.

 

א לענגערע שעה האט געדויערט דאס טאנצן בשעת ווען פולע רבני העיר שליט"א וחשובי העדה טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הריקודין ווען דער פול קעפיגער עולם גייט אריין אין א געוואלדיגע עקסטאז.

 

צוליב'ן זיך געפונען בימי האבילות אמו האט דער רבי שליט"א נישט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה נאר געשטאנען אויף איין ארט און זיך געפרייט בשמחת התורה, ווען דער ציבור טאנצט לכבודה של תורה און לויבענדיג השי"ת פאר די זכי' אז מ'האט דעם רבי'ן שליט"א'ס השתתפות ביי אט דער געוואלדיגע שמחה.

 

נאך די ריקודין האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות, און דערנאך איז דער עולם אריין אינע'ם דערנעבענדיגן זאל בשעת ווען די עסקנים גרייטן צו דאס ביהמ"ד פאר די סעודה.

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הנגיד מוה"ר יושע נחמן ברמ"א שרייבער הי"ו וועלכער האט מנדב געווען א שיינעם סכום לטובת דאס ביהמ"ד החדש ויואל משה אויף היטלענד רד.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן דעם סטאניסלאווער רבי שליט"א ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הרנבי החסיד מוה"ר אביגדור לאנגבערג שליט"א, און דאן צום שטוב פון הרה"ח הנגיד ר' יושע ווינבערגער הי"ו וועלכע האבן אויך מנדב געווען סכומים הגונים פאר'ן נייען ביהמ"ד.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך צו הגה"צ אבד"ק ליעזש שליט"א. און פון דארט איז דער רבי שליט"א צירוק אין אכסניא ווי מען האט געדאווענט מעריב. און נאך מעריב איז הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א רב דחסידי וויזניץ מאנסי אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רבי'ן שליט"א.

 

בשעת מעשה איז פאהרגעקומען דער סעודה לכבוד של תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול, ווי עס האט אויפגעטרטעטן הרה"ג דער נייער דיין הקהלה שליט"א מיט דברי תורה לכבוד המאורע.

 

דאן איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד ווען דער עולם טאנצט מיט'ן ניגון "טוב להודות לה"' מיט א געוואלדיגע שבח והודי' צום באשעפער פאר די געלעגנהייט, וואס האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט.

 

דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות, דעם ניגון "אחת שאלתי" און אויך " והאר עינינו" ווען עס הערשט א געוואלדיגע ערנסטקייט און התרוממות הנפש אינעם ביהמ"ד .

 

דאן האט דער רב שליט"א געזאגט א דרשה, ווע אין צווישן אנדערען האט ער ארומגערעדט אז די הלכה איז אז מ'טאהר נישט מטלטל זיין א ספר תורה לבטלה סתם אזוי, און ממילא זאל מען זעהן אז מיט דעם וואס מען האט מטלטל געווען א ספר תורה און מטריח געווען דעם רבי'ן זאל זיין געזונט צו קומען אויף לאנדאן, זאל עס טאקע אויפטוהן לטובה אין עניני רוחניות. און דאן מעורר געווען אויף פארשידענע קבלות טובות וואס מען דארף נעמען אויף זיך, ווי נישט רעדן בין גברא לגברא און נאך.

 

דאן האט מען פארגזעצט מיט ניגוני התעורוות ווי מען האט געזינגען דעם שטאטן ניגון "צמאה לך נפשי".

 

דאן האט כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעהויבן די לענגערע דברות קודש, ווען ביי די דברי מוסר האט ער מעורר געווען אין פארשידענע ענינים.

 

דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם רב און דעם נייעם דיין וואס די קהלה האט אצינד אויפגענומען,  און דאן גערעדט אז דער הכנס"ת איז אים אן ענין פון כיבוד אב פאר'ן טאטען' ז"ל., דאן האט רבינו שליט"א אויפגעפאדערט פון די אנשי שלומינו אויף קביעות עתים לתורה און אז מען זאל שטעלן עסקנים אין דעם הינזיכט וואס זאלן האלטן חשבון אויף יעדע אינגערמאן און בעה"ב אז מען זאל האבן א שיעור קבוע.

 

אויך האט דער רבי גערעדט וועגן דאס דאווענען שב"ק בייטאג, אז א חסידישע אינגערמאן  פאלט מען נישט אריין צום דאווענען נאר מעןם גרייט זיך צו מיט תהלים וספרי חסידות פאר'ן דאווענען און נאר אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען ווי עס באדארף צו זיין.

 

אוזי אויך האט דער רבי מעורר געווען אז די מקוה און קאווע זאלן ווערן פארשלאסן נאך פאר מען הויבט אהן דאס דאווענען שב"ק, ווייל דאס טאהר נישט זיין אויפן חשבון פונעןם דאווענען.

 

דערנאך האט דער רבי גערעדט וועגן ענין פון שם לשון און מלבוש, אז מ'דארף זיך אכטונג געבן אין די ענינים צו זיין שטארק אפגעהיטן. און אין אויך חינוך הבנים , און וועגן די היינטיגע טעכנעלאגישע כלים.

 

נאך די לענגערע דברות קודש האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א גאהר געהויבענע רקידה וועלעכע האט אנגעהאלטן לענגער ווי א האלבע שעה.

 

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק קהלתינו שליט"א. און נאכ'ן בענטשן האט דער ציבור באגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט געזאנג ביז די אכסניא.

 

-אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו-

 


 

 


היראים » 8/11/2010 23:53

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

מרן רבינו שליט"א לייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה

בן הרבני הנגיד ר' ירמי' קאהן הי"ו פון גאלדעס גרין

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א באזוכט אין פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין לאנדאן

אינאיינעם מיט'ן רב שליט"א און ראשי הקהלה

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א ביים בנין בית רחל אויף קעזענאוו רד. אין לאנדאן

 

אין אויטא פון הרבני החסיד מוה"ר משה ארי' פריינד הי"ו

 

♦♦♦


היראים » 8/11/2010 23:54

די אומאפציעלער אסיפת הרבנים אין רבין'ס אכסניא ביי די באזוכען פין די רבנים

♦♦♦

ביקורי גומלין פון רבני העיר שליט"א אין לאנדאן ביי מרן רבינו שליט"א

 

  הרה"ג ר' אפרים פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן, הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה, הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן, הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחה"ק חרדים, און הרה"ג ר' יצחק באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב, הרה"ג ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א רב דק' פשעווארסק

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

הרה"ג ר' ארי' וויס שליט"א רב דחסידי וויזניץ בני ברק מיט

הרה"ג ר' אליזער דוד פריעדמאן שליט"א רב דק' בעלזא-מאכניווקא 

 

♦♦♦

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 


היראים » 9/11/2010 00:21

ביקור קודש – פערטען טאג

יום ה' פ' תולדות

 

נעכטן דאנערשטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט אין ישיבת תורת חסד ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר אלי' לאנגבערג הי"ו פון לאנדאן. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א  משמיע געווען דברי מוסר וחיזוק פאר די בחורים תלמידי הישיבה.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבערגעפאהרען צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר אשר זעליג ב"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו ווי עס איז פאהרגעקומען א עלעגאנטער "פרישטאג" לטובת די קרן הבנין פונע'ם נייעם ביהמ"ד ויואל משה אויף היטלענד ראוד, ווי עס האבען זיך באטייליגט א גרויסע צאהל נדיבים ונגידים חשובים מאנ"ש, און עס איז אריינגעקומען א ריזען סכום לטובת דעם ביהמ"ד.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום כולל יטב לב, וועלכע שטייט בראשות פונעם נייעם דיין דקהלתינו הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א און זיין פאטער הרבני הנגיד ר' ישעי' וואלף הי"ו איז דער פטרון הכולל, ווי דער רבי שליט"א האט פאהרגעלערנט א שיעור בהלכה ואגדה בסוגיא דתשביתו, און עס האבן זיך דארט באטייליגט הגה"צ  רב דקהלתינו שליט"א, דער ראש הכולל שליט"א, און דייני קהלתינו שליט"א, און אזוי אויך פיהלצאליגע בני תורה ואברכי הכוללים פון איבער די שטאט.

 

ארום א דריי-פערטל שעה האט דער רבי שליט"א געהאלטען געשפאנט דעם ציבור מיט א הערליכע סוגיא שיעור, פון וואס די באטיליגטע בני תורה האבן ממש שותה געווען דברותיו הקודש מיט א תורה'דיגען דארשט, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אריינגעטייטשט די דאזיגע סוגיא בדרך מוסר.

 

נאך דעם שיעור אין כולל איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול, לטובת דעם ביהמ"ד החדש אויף היטלענד ראוד.

 

נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט זיך שוין געפונען צירוק אין אכסניא, זענען אריבעגעקומען אלע מנהלים און מנהלות פונע'ם בית רחל און פונעם סעמינאר, ווי רבינו שליט"א האט זיי געגעבן א לענגערע און פרטיות'דיגער הדרכה און אנווייזונגען בנוגע דעם ענין פון חינוך הבנות, לדעת את המעשה אשר יעשון.

 

נאך די אסיפה מיט די הנהלת הבית רחל איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון הרה"ח הנגיד ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א וועכלער האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת דעם ביהמ"ד החדש אויף היטלענד רד.

 

כי מלאכיו יצוה לך 

גלייך דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א געלאזט אין וועג צום לופט-פעלד, ווען אויפ'ן וועג איז מען פארבייגעפאהרען דעם בנין התלמוד תורה, און עס איז געווען א מחזה הוד ווען אלע ילדי הת"ת פון קליין ביז גרויס זענען געשטאנען אויסגעשורה'עט ביים זייט פונע'ם גאס , און געזינגען "כי מלאכיו יצוה לך" און "ימים על ימי מלך תוסיף", נישט קענענדיג זיך געזעגענען פון אט די 4 געהויבענע טעג וואס די קינדער און בכלל תושבי לאנדאן האבן געהאט די זכי' מיט צו האלטן.

 

רבינו שליט"א איז פארבייגעפאהרען אין אויטא, און האט בצהלות פניו צוריקגעוואונטשען פאר די צאן קדשים בברכת קדשו, אויך די בחורי חמד האבען געהאט די געלעגענהייט צו געבן די האנט פאר'ן רבי'ן שליט"א און זיך געזעגענען. דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם וועג צום לופט-פעלד.

 

און לופט-פעלד זענען זיך צונויפגעקומען א שיינע ציבור אנשי שלומינו אויף צו באגלייטן דעם רבי'ן שליט"א, ווי מען האט געדאווענט מנחה, און דערנאך איז מען אדורך זיך געזעגענען, און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשען פאר אלע פארזאמעלטע און זיך ארויסגעלאזט צום פליגער.

 

מיט דעם האט זיך גע'ענדיגט די היסטארישע געהויבענע ביקור קודש, וועלכע תושבי לאנדאן בכלל און אנשי שלומינו בפרט וועלן געדענקען אויף שטענדיג!

 

צום שלוס פון די געהויבענע באזוך ווילן מיר – דער מערכת – באדאנקען פאר אלע חשובי אנשי שלומינו אין לאנדאן יצ"ו וועלכע העלפן אונז שטענדיג בכלל און בפרט אצינד ביי די געהויבעע ביקור קודש, מיט נייעס און בילדער אד"ג לצמאון אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, ובפרט פאר די 3 איבערגעגעבנע עסקני קהלתינו מוה"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו, מוה"ר חיים הערמאן הי"ו, און מוה"ר משה דוד פרענקל הי"ו, וועלכע האבן נישט געשוינט זייער צייט און כח, און במסירות נפלאה זיך אוועקגעגעבן כדי מיר זאלן קענען צושטעלן פאר אנ"ש די נייעס און ארטיקלען.

 

 

אום 10:15 אויפדערנאכט (ניו יארק צייט) האט דער פליגער פון רבי'ן שליט"א געלאנדעט אין קענעדי לופט-פעלד אין ניו יארק, ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב אין א ספעציעלן שטוב וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו און הרב יואל אייזדארפער הי"ו, און דאן איז דער רבי שליט"א אהיימגעפאהרן למעון קדשו אין קרית יואל.

 

-צאתך ובואך לשלום- 

 ♦♦♦


היראים » 9/11/2010 01:25

ביקור קודש - המשך

 

מעמד הכנסת ספר תורה

לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

חלק א' - דער תהלוכה

 

יום ד' פ' תולדות העעל"ט

 

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

מ'בעט ווער ס'האט נאך בילדער זאל עס ביטע פאוסטען

היראים » 9/11/2010 23:57

קליפ

ביקור קודש

פון מרן רבינו שליט"א אין לאנדאן

 

חלק א'

ערשטען טאג - יום ב' פ' תולדות

 

צו עפענען\דאונלאודן\סעיוון דעם קליפ דרוקט אויפן בילד

 

פאר די העכערע רעזעלוציע (קלארער) דרוקט דעם בילד

 

פאר די שוואכערע רעזעלוציע (שנעלער צו עפענען) דרוקט דעם בילד

 

אכטונג! דער לינק פירט אייך נישט אריבער צו אן אנדערע וועבזיייטלעס צינדט נאר אהן דעם קליפ

באמערקונג! איר קענט אויך דאונלאודען און סעיווען אונזערע קליפ'ס דורך דריקן

Right Click - Save Targer

♦♦♦

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.


היראים » 9/11/2010 23:58

המשך

הכנסת ספר תורה

לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

בביהמ"ד הגדול בלאנדאן

 

הריקודין לפני הופעת מרן רבינו שליט"א

 

חלק פון די תלמוד תורה קינדער קעי"ה ביים מעמד

 

 

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו שליט"א

 

 

הגרא"ד פריעדמאן שליט"א רב דחסידי בעלזא-מאכניווקא

 

הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א

 

הרה"ח ר' יעקב עסטרייכער הי"ו מראה"ק

 

הרה"ג ר' חיים יודא באב"ד שליט"א, ר"י תורת חסד

 

הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א

 

לאנדאנע'ר רב שליט"א טאנצט אינאיינעם מיט'ן רב שליט"א

 

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו שליט"א, הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א

 

הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי הקהלה

 

הרב יקותיאל סאמעט שליט"א מירושלים עיה"ק, דער סופר

 

הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו מראה"ק

 

הרה"ח המרומם ר' ישעי' זאב לעוו הי"ו, ראה"ק

 

הרה"ח ר' יצחק מאיר קאפפעל הי"ו, מנהל שבת אחים ומנאמני העדה החרדית

 

הרה"ג ר' אלטר אלימלך שווארץ שליט"א, אבד"ק טשאבא

 

הר"ר הערש לאנגבערג הי"ו

 

הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו

 

הרה"ח ר' יושע ווינבערגער הי"ו מהנהלת הת"ת

 

דייני ורבני קהלתינו הק'

 

 

דער ציבור איז זיך משמח בשמחת התורה בשעת די ריקודין

 

 

 

 

♦♦♦

 


רבי_יונה » 11/11/2010 07:56

איך מיין אז דאס פון די שענסטע אדער די שענסטע בילד און לאנדאן

 

היראים » 11/11/2010 23:03

♦♦♦ 

המשך ביקור קודש אין לאנדאן

דריטן טאג - יום ד' פ' תולדות

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ש.מ.פ.

ח.ה.

 

 

מעמד הכנסת ספר תורה

לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

 

 

 

 

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו שליט"א

 

הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א

 

מוה"ר עזריאל שעכטער שליט"א דומ"ץ ב'לאנדאן

♦♦♦

 ביים סעודת מצוה

 

הרבני הנגיד מוה"ר אשר לעוו הי"ו מראה"ק, טרעהט אויף לכבוד המאורע

 

בשעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די סעודה

 

 

 

 

 

 


היראים » 11/11/2010 23:07

דער רבי שליט"א באזוכט ביי סטאניסלאווע'ר רבי שליט"א

 

♦♦♦

אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו

וועלכער האט מנדב געווען לטובת דעם ביהמ"ד החדש "ויואל משה" אויף היטלענד ראוד

 

 

 

♦♦♦

אין שטוב פון הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר אביגדור לאנגבערג הי"ו

וועלכער האט מנדב געווען לטובת דעם ביהמ"ד החדש "ויואל משה" אויף היטלענד ראוד

♦♦♦

אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר יושע וויינבערגער הי"ו, חבר הנהלת הת"ת

וועלכער האט מנדב געווען לטובת דעם ביהמ"ד החדש "ויואל משה" אויף היטלענד ראוד

 

 

 

 

♦♦♦

מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי הגה"צ אבד"ק ליעזש שליט"א

 

 

♦♦♦

דער רבי שליט"א שעהרט אפ בן מוה"ר חיים טובי' רייזמאן הי"ו מלמד במוסדותינו הק', איידעם פון הרבני החסיד מוה"ר ישראל מאיר שרייבער הי"ו

פאר די הכנס"ת

 

 

 

עלטער-זיידע הרה"ח ר' מנשה גראסבארד הי"ו נעמט ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א

 

♦♦♦


היראים » 11/11/2010 23:08

קליפ

ביקור קודש

פון מרן רבינו שליט"א אין לאנדאן

 

חלק א'

ערשטען טאג - יום ב' פ' תולדות

 

צו עפענען\דאונלאודן\סעיוון דעם קליפ דרוקט אויפן בילד

 

פאר די העכערע רעזעלוציע (קלארער) דרוקט דעם בילד

 

פאר די שוואכערע רעזעלוציע (שנעלער צו עפענען) דרוקט דעם בילד

 

אכטונג! דער לינק פירט אייך נישט אריבער צו אן אנדערע וועבזיייטלעס צינדט נאר אהן דעם קליפ

באמערקונג! איר קענט אויך דאונלאודען און סעיווען אונזערע קליפ'ס דורך דריקן

Right Click - Save Targer

♦♦♦

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.


היראים » 12/11/2010 01:07

♦♦♦

ביקור קודש אין לאנדאן

 

פערטען טאג

דאנערשטאג פ' תולדות

 

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ש.מ.פ.

ח.ה.

 

תפילת שחרית אין ישיבת תורת חסד

 

 

 

דרשת התחזקות פאר די תלמידי הישיבה נאכ'ן דאווענען

 

 

 

♦♦♦

היראים » 12/11/2010 01:07

שיעור בהלכה ואגדה אין היכל הכולל יטב לב

 

 

 

♦♦♦
בלאט: 1 2