| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | רבי לייבוש קען זיין א צדיק נשגב, א קדוש וטהור, און זיין חוות דעת (אויב עס איז בכלל אמת) וועט מסתמה באפרידיגן די בני יואל, אבער פון א צדיק ביז א פוסק הדור איז א היבשער מהלך, און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש. |
|
עס איז וואונדערליך ווי די אהרוינים פראבירן יעצט צו פארדרייען די שמועס צו שערי חמלה צו ר' געציל צו ווי באקאנט ר' געציל איז און ווי באקאנט ר' לייביש איז... ער פארגינט אפילו צו זאגן אז "קען זיין אז ר' לייביש איז א קדוש"... אלעס אבי נישט צו רעדן פון די פאקט אז ר' לייביש האט גע'פסק'נט אז ר' אהרן האט נישט קיין הלכה'דיגן רעכט איינצוטיילן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין אין קרית יואל און אויך צו פארדרייען די פאקט אז ביי דורכשניטליכע אהרוינים איז "דיין מיינונג קיין מיינונג".
דער קלאץ דא שרייבט נאך "און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש". בין איך אריין אין וויזניצער ביהמ"ד און געפרעגט א אינגערמאן,
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין וויזניץ - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין וויזניץ - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
האב איך געמאכט א חשבון אז קען זיין אז די וויזניץ בני ברק'ע זענען אויסגעטון פון דעם וועלט (די וועלט אין וואס די אהרוינים לעבן) האב איך מחליט געווען צו גיין צו א צווייט ביהמ"ד און איך בין אריין אין ביהמ"ד פון וויזניץ מאנסי איך טרעף אן דעם ערשטען אינגערמאן און איך פרעג אים
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין וויזניץ - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין וויזניץ - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
שוין בארעכן איך זיך אז אלע וויזניצע זענען קלעצער, גיי איך קיין סקאליע, איך טרעף אן דעם ערשטען אינגערמאן און איך פרעג אים
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין סקאליע - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין סקאליע - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
האב איך פראבירט אין א גער'ע שטיבל, און די זעלבע מעשה חזר'ט זיך איבער
האב איך מחליט געווען אז קען זיין אז אין ב"פ איז עפעס א מאדנע ערשיינונג, דער גאנצער שטאט האט אנגעהויבן קאלעכן אין איין טאג, פאר איך אריבער צום פאפא ביהמ"ד אין מאנסי און די זעלבע מעשה חזר'ט זיך איבער.
האב איך מחליט געווען אז איך בין שוין נישט ווייט פון סקווירא, האב איך זיך אריבערגעכאפט, דארט האב איך גראדע אנגעטראפן א היימישער קאר סערוויס דרייווער, נאכן הערן מיין ערשטע שאלה, פארקנייטשע ער דעם שטערן און זאגט "אה די גייסט א שטעפענע היט, די מייסט אוודאי, "געציל בערגער" אין מאנרא איז דא א גאס וואס הייסט נאך אים, פארוואס זיכסטו אים אין סקווירא?
האב איך שוין איינגעזען אז די נאמען ר' געציל בערקאוויטש קען מען נאר אויב מען איז א סאטמארער, די וועלט האט נישט קיין אהנונג פון אזא פארשוין.
פארט האב איך זיך בארעכנט אז קען זיין משהלע איז גערעכט און ר' געציל איז פארט מער באקאנט, קען זיין אז ר' לייביש איז נאך ווייניגער באקאנט ווי ר' געציל.
שפאציר איך אריבער נאך א גאס אין סקווירא, איך שטעל אפ א אינגערמאן און איך פרעג אים
"איר ווייסט אפשר ווי ר' לייביש שטייט איין?"
ר' לייביש? - פרעגט ער מיר - ער איז דא אין שטעטל? אויב איז ער דא איז ער לכאורה ביים רבי'ן...
פאר איך צוריק קיין מאנסי איך שפאציר אריין אין פאפא ביהמ"ד, איך פרעג פונם ערשטען אינגערמאן וואס איך טרעף אן
"איר ווייסט אפשר ווי ר' לייביש שטייט איין?"
ר' לייביש? דער פשעווארסקע רבי? - פרעגט ער מיר - ער איז דא אין מאנסי? איך ווייס נישט, עה עה -קעקעצט דער אינגערמאן און שטאמלט ארויס - אפשר קען איך אייך געבן מיין סעל, ווען איר ווערט געוואר רופט מיר איך וויל אויך אריינגיין צו אים...
האב איך מחליט געווען אז די סקווירא און די פאפא'נע זענען נישט אזאנע נארנים ווי משהלע וויל זיי מאכן, און איך גיי יעצט פראבירן די IQ פון די וויזינצע, גערע און בעלזא אין ב"פ
אין וויזניץ און אין גער האב איך באקומען די זעלבע תשובות, אין בעלזא פרעגט מיר יענער צוריק "ווער דער מחוצף פון אנטווערפן?" דער דבר השווה שבהם איז אז אלע האבן געוויסט פון וועם איך רעדט.
יעצט פארצייל מיר משהלע, פון וועלכע וועלט רעדסטו? ווייל אין מיין וועלט האט מען בכלל נישט געהערט דעם נאמען ר' געציל!
און אויך פארגעס נישט איבערצו'חזר'ן דעם סענטענס וואס איך האב ליב צו הערן פון ענק "זיין מיינונג איז קיין מיינונג"
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 19/10/2010 20:27:11