היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער משלח האלט אפ אן הכרות הטוב באזוך

דער משלח האלט אפ אן הכרות הטוב באזוך

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2836828

היראים » 18/10/2010 00:19

ווי באקאנט איז עזריאל גליק אויסגעשטאנען פילע בקשות אין הפצרות פין אלע זייטן כולל בני משפחתו, ער זאל אפשטעלן די שוידערליכע חילול ש''ש והרמת יד בתורת משה מיט די שרעקליכע תביעה בערכעות הציוני ר''ל
למעשה די ענדע דערפון ווייסט יעדער ליידער,
אין ב''ה ער איז זיך געגאנען מיט אלע לוזערס אין הולכים בערכעות אונעם סאסמאן שול ווי ער חלומ'ט אז ער איז אינעם גרעסטן שול פין רוב קרית יואל צוזאמען מיט מעיאר כו',

היינט איז הרב חיים הערש טייטלבוים דער זון פין הרב זלמן לייב אין רב פין די זאלי'ס אין ירושלים וועלכע שטייען אינטער די תביעה בשותפות מיט די הולכים בערכעות אין אמעריקא געקומען פערזעליך באזוכן עזריאל אינדערהיים אין זיך פערזעליך באדאנקט פארן זיך האלטן פעסט אין זיך נישט געלאזט פין די יודן וואס האבען זיך געבעטן ביי אים אז ער איז מבזה רביה''ק אויף א פארנעם וואס קיינער אין די וועלט האט נאכנישט געטוהן ווען א משב''ק פין רביה''ק זאל האבען א יד אין אזא אקט

כ'הער אז די בילדער דרייען זיך ארום, ווער עס קען זאל עס ביטע פאוסטן

יוסלע_פליט » 18/10/2010 04:10

איך האב פריער געזען די בילד ביי איינעם, דאס איז ווערט א מיליונטיק!.. איך האב עס אבער נישט געקענט פארשאפן, ווער עס קען זאל עס ביטע אהערלייגן ווי שנעלער, ס'איז א נחת צו קוקן דעם יפה כח הבן מכח האב.... אגב, ווייסט איינער וואס דער יפוי'ער שיכור זיכט נאך דא? נאך א יעדן יו"ט וואס ער פארט קיין אמעריקע ווערט ער געפאנישד און מ'לאזט אים נישט צוריק אריין אין ירושלים פאר א קנאפע צוויי חדשים.... באלד גייען די זאליס זאגן אז גארנישט גייט נישט פאר, קיינער שלאגט זיך נישט אין ירושלים, און דער יפויער איז זייער באליבט דארט... ווי פירט זייער ספאוקסמען יוסעלע אויס אויף טוויטער: 'אבי נישט צווישן אידן......'