די ישיבה איז א שם דבר, אסאך עלטערן וואס זענען געבענטשט געווארן מיט גוטע בחורים שיקן אהין לערנען. מאיזה סיבה שהוא האבן די ארויניס ארויסגעלאזט א שם כאילו א גאנצע כתה מיט בחורים האבן רח"ל אפגעגליטשט פונם אידישען וועג רח"ל און זענען פארכאפט אין ספרי מינית אזאש זיי האבן גענצליך איבערגעלאזט אידישקייט און ארויס לתרבות רעה רח"ל.
שוין צוויי וואכן וואס די ארויניס זענען פארנומען דערמיט אויף זייערע אינטערנעט סייט'ס ווי זיי האבן פראבירט צו מאכן א קיגעל פון אלכסנדר ישיבה אין ב"פ און די סאטמארע ישיבה גדולה אין קווינס.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, עס זענען דא א קבוצה פון 3 בחורים און צוויי אינגעלייט (אויך תלמידי הישיבה) וואס האבן זיך אריינגעטון אין ספרי קבלה, דאס לערנען ספרי קבלה (וועלכע איז היינט שוין כמעט געווארן א דבר השוה לכל נפש דורך ספרים וואס קומען ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן ווי מושגים אין קבלה באקומען א הסבר וואס יעדער קען פארשטיין) איז געגאנגען אויפן חשבון פון די געווענטליכע לימודים אין די סדרי הישיבה דעריבער האט אלכסנדר ישיבה נישט צוריק געקומען די בחורים אויפן איצטיגן זמן.
ועל זה יצא הקצף ווי די ארויניס מיט זייער פרוכטבארע כוח הדמין האט שוין געבוירן א גאנצע כיתה פון כופרים...