ווי יעדער זעהט איז די לעצטע פאר וואכן די מידיא פארונומען מיט סקאנדאלן אויף וויטא לאפעז. א חלק דערפון איז די ארבעט וואס די ארונים שיקן ארום פאר רעפארטערס, און אברהם יצחק אבראהאם, דער לוזער פירט א פערזענליכע מערכה מיט לאפעז.
יעצט האבן זיי אין א פרישן ספין געזוכט צו מאכן א לאפעז - סאטמאר שידוך, כאילו סאטמאר מיט לאפעז'ן האבן אינאיינעם געשווינדעלט, כדאי צו ברענגן די מידיא צו באשרייבן שמיץ אויף סאטמאר. ליידער האלט זיי נישט אפ קיין שום חילול השם און זוכן וואס מער צו ליפטערן אין די צייטונגען מחלוקת צווישן די קהילות.
די ארונים האבן אנגעדרייט א שרייבער פון "ניו יארק פאסט" אז לאפעז האט געהאלפן סאטמאר געווינען אלע קאורטס, און דעריבער זענען זיי אינדערויסן פון אלע בנינים אבער יעצט ווען וויטא איז שוין אויף צרות, וועלן די ארונים אפיר נעמען זייער אלטן געווער פון ידים יד עשיו, און אויפשטארמען אלע בנינים און דאס איבערנעמען מיט כח הזרוע.
היינט פרייטאג איז געשטאנען א רעפארטער ביים סאטמאר בית מדרש אויף ראדני, און געפרעגט דעם עולם איבער די מחלוקת און אויך איבער די שטעלונג פון די קהלה בנוגע שניידן ווייץ אין רעגנ'דיגע צייט, און נאך הלכה'דיגע שטעלונגען ווי שחיטה מונחת, בוקא דאטמא, שטיין זאלץ וכדו' דאס אלס האבן די ארונים געגעבן פאר די מידיא אז דאס זענען די יסודות'דיגע פרינציפן פון ר' אהרן פארוואס האט צוטיילט סאטמאר, ווייל דער אנדערער צד האט דוקא יא געוואלט עסן מצות פון רעגנדיגע פעלדער. די זעלבע האבן זיי פארקויפט פארן רעפארטער איבער חתונה תקנות, אז דער אנדערער צד וויל נישט האלטן די תקנות און אזוי ווייטער.
אבער דער סך הכל איז אז יעצט איז די צייט צו נעמען דעם כחו ועוצם ידי און נאכאמאל שטורעמען בנינים.