חיי שעה שרייבט אין שכינות'דיגן פורום:
11'טע חתונה בלי געצווינגענע סידור קידושין!
קיינער חוץ משפחה און נאנטע חברים פון די מחותנים ווייסן ניטאמאל אז מען גרייט זיך אט אט צו די חתונה, ווען איך שרייב קיינעם מיין איך חוץ ר' אהרן מיט זיינע חסידים, זיי האבן שוין היינט אנגעהויבן זייערע שלאף לאוזע נעכט.
כמנהגם ביי יעדע פון די פארגאנגענע 10 חתונות האבן זיי געהאט א אנדערע מעשה, איינמאל האט א באבע נישט געוואלט קומען א צווייטע מאל האט א שוואגער נישט געוואלט קומען א דריטע איז דער מחותן געבליבן אן משפחה ביי די חתונה א פערדן האט ר' אהרן ברוב סבלונותו געגעבן רשות...
יעצט האבן זיי א פרישע מעשה: א זיידע א 'ספינקא' חסיד האט געזאגט אז ער גייט נישט קומען...
די וועלט שטייט און לאכט פון זיי, מען 'שפייט' אויף זיי און זיי שרייען אז עס 'רעגענט', זיי קענען זיך פשוט נישט איבערקומען פון די שרעקליכע עוולה אז א מחותן איז גרייט מוותר צו זיין אויף א זיידע און זיי פארגעסן אויך נישט צוצוזאלצן אז נישט מער ווי דער מישמאשער האט 'געצווינגען' צו מאכן די חתונה אן רשות פונם סבלן... נעבעך
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר די חתן כלה און די מחותנים אז אין זכות וואס די אהרוינים האבן נישט קיין צייט צו טרינקען בליט ביי אנדערע ווייל זיי זענען יעצט פארנומען מיט די סידור קידושין, טאקע דעם זכות זאל זיי ביישטיין מיט אסאך נחת.
לויט ווי ציניקער געבן איבער וועט דער סבלן צום סוף געבן (אומגעבעטענע) "רשות" כדי דער זיידע זאל זיך יא קענען משתתף זיין.
שישו ושמחו במפלתן של רשעים ורודפים,
וויל איך פרעגן דעם חכם:
וועלעכע וועלט לאכט?, און פון וועם לאכט מען?, 11 חתונות אין אנדערטהאלבן יאר, א מעכטיגער געווינס!, רוב רובם פון די בני המן מאכן דארט נישט חתונה, נו, פון וועם לאכט מען?, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז טאמער דער טאטע זאגט אז אין דעם צו אין יענעם זאל גיי איך נישט צו קיין חתונה, אפילו דער טאטע איז אומגערעכט, לאמיר זאגן דער טאטע איז א קריאזער מענטש און האט זיך צעווערטעלט מיט אברהם מאיר איצקאוויטש און זאגט פאר זיין קינד, הער מיך צו, צו אברהם מאיר אין האל גיי איך נישט, וואלט סיי ועלעכס קינד נישט אריבער געפירט די חתונה אין אן אנדערן האל?, זיכער אז יא, אבער דא רעדט מען פון אומערצויגענע מענטשן, אדער ווי דער ברך משה האט זיי גערופן ווערעמיגע קינדער, וואס א טאטע מיינט א שמאטע, און דער שארמאשערס ניצחון איז וויכטיגער ווי כיבוד אב ואם, ס'איז מיינד באגלינג!!!, יא רשות נישט רשות, יא סבלן אדער נישט סבלן, אז א טאטע זאגט אז ער גייט נישט, שטעלט מען זיך צו, און אויב נישט איז מען א נידעריגער פערשוין וואס מען האט נאך אזוינס נישט געהערט, אפילו אזא נידעריגער פערשוין ווי מיילך שטערן ווען ער האט געהערט אז זיין מאמע וויל נישט גיין צו דעם האל, האט ער געטוישט די חתונה קיין וויליאמסבורג, און נאך צענדליגע בני יואל, אלע האבן פארשטאנען אז א טאטענס כבוד איז קודם, אבער יעדער אויסער דער חצוף מחוצף, ער פארשטייט בעסער, אינדער ערד מיטן טאטן, אינדערערד מיט די צענדליגע משפחה מיטגלידער, אבי מען וועט שוין האבן א 11טע חתונה, אוי! א געוואלדיגער ניצחון!!!